קאווע שטיבל טוישט שיפטס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

קאווע שטיבל טוישט שיפטס

שליחה דורך שמואל פרימו »

[center]דער סדר העולם גייט...
[/center]

א מענטש ווערט געבוירן, ער וואקסט אונטער, ער ווערט צוואנציג יאר, מיינט ער אז ער גייט אייננעמען די וועלט. ער קוקט אן די עלטערע מענטשן אלס פרימיטיווע נארישע מענטשן וואס זענען אויסגעדינט און אויסגעראסטערט, און נישט נאר דאס, נאר אפילו ווען זיי זענען געווען יונג זענען זיי אויך געווען נאריש און נישט געטאן צו די זאך. אצינד איז ער דער אני ואפסי, ער איז דא מיט פרישע כוחות, ער לייגט אריין די ענערדזשי און הויבט אן דרייען א רעדל, ער הויבט אן מיט גרויסע חלומות, אבער וואס א יאר שפעטער ווערט ער געוואויער אז זאכן גייען נישט אזוי ווי ס'געשיקט זיך, ער קלערט נאך אלס אז ער וועט אויפרידערן א וועלט, ער ווערט דרייסיג און דאן פערציג, ביי די זעכציג זעט ער זיך שוין אן אויסגעדינטע כלי.

קומט צו גיין זיין אייניקל, דער יונגער צוואנציג יעריגער שטינקער, און ער חלומ'ט אז דער זיידע ווייסט נישט בחייכון וביומיכון און ער איז דער וואס וועט עס מאכן, ער הויבט אן צו רידערן א וועלט און זיך אריינמישן וואו ער קען נאר... יארן ריקן זיך אונטער און ער דערזעט זיך אויפן זעלבן ארט פונעם זיידן.


...
א מוסד ווערט געפירט, עס קומען אריין יונגע עסקנים, דרייען איבער א וועלט, פארשטייען אז דער וועג ווי אזוי מען האט געהאנדלט ביז יעצט איז געווען מיסמענענדזשט, מען דארף איבערמאכן די גאנצע סיסטעם, די פריעדיגע ראשי-הקהילה זענען געווען סתם זעצערס. אט קומען אריין יונגע חברה, דרייען א רעדל, שאפן געלט און בויען איבער די שטיבלעך, מאכן קאמפיינס און שאפן עסקנות...

די יונגע ווערן עלטער און זעען אז זאכן פארן נישט אזוי פון מינוט אויפן צווייטן, די אלטע זענען נישט געווען אזעלכע זעצערס... א יאר רוקט זיך אונטער און דאן נאך א יאר, זיי דערזעען זיך שוין ביי די זעכציג, זיי רעטייערן שוין און די יונגע שנוקעס שטויסן זיי ארויס פון קהל...

...
קאווע שטיבל לעבט זיך, פאראן א קופערניקוס, א אדנירם, א לעיקוואד און וואס נישט, אלע רידערן און אלע דרייען און קלערן אז זיי וועלן מתקן זיין די וועלט. עס גייט דורך א טאג נאך א טאג, די אלטע ווערן אלט, שש מיט לעיקוואד זאגן זיך אפ, די אלטע זענען שוין מער נישטא...

פאר א קורצע תקופה ראסטערט קאווע שטיבל, ביז מיטאמאל באווייזן זיך יונגע שנוקעס אינעם שלום-עליכם אשכול, זיי וועלן מתקן זיין די וועלט און זיי וועלן זיין די קומענדיגע כוכבים אין שטיבל.


והארץ לעולם עומדת.

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר