ספר הנשרף של מוהר"ן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

ספר הנשרף של מוהר"ן

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]פראפעסער צבי מרק נעמט אונז אויף אן אינטערסאנטע רייזע איבער וואס האט זיך אפגעשפילט פאר בערך 215 יאר צוריק. כמה קולמוסים נשתברו איבער דעם פייער וואס האט געפלאקערט אין אוקריינע, צווישן מוהר"נ-מוהרנ"ת, און הסבא משפאלא ושאר צדיקים, כגון האדמו"ר מנעשכיז. טינט ווי וואסער איז שוין פארגאסן געווארן איבער דעם 'אש שלי תוקד עד ביאת המשיח'. שפאלטענעס אין יעדן חרדישע פראקציע איז שוין געשאפן געווארן זינט תקופת מוהר"ן, וואו אנשים נשים וטף האבן אוועק געוואנדערט קיין ברסלב, איבערלאזנדיג אינטער זיך צערענדיגע פריינד, און משפחה. ימים ונהרות פון דעבאטעס איז שוין פארגאסן געווארן איבער דעם תיקון הכללי און ליקוטי מוהר"ן. צו האט דאס מוהר"ן טאקע געשריבן? מוהר"ן איז געווען א תורה ריז און גאר קלוגער מענטש, טא פארוואס האט ער באקמען אזויפיל אפאזיציע לאורך הדורות? וואס איז מוהר"ן געווען אנדערש ווי שאר הצדיקים שבדורו? וואס האט געקאכט אין דעם יונג פארשניטענע אכט און דרייסיג יעריגע מאן, וואס האט געטוישט חסידות אויף אייביג?

ספר הנשרף.

מוהר"ן האט געהייסן פאר זיין תלמיד פארברענען דעם ספר וואס זיין תלמיד האט פאר אים אפגעשריבן. וואס לויט די פארש ארבעט פון פראפעסער מרק, איז דאס געווען די סיבת הגורמות פון די מחלוקת וואס וועט בלייבן תוקד עד ביאת המשיח. מוהר"ן האט אין דעם ספר באשריבן פיל פארבארגענע חלומות און חזיונות וואס ער האט געהאט. און האט גורם געווען א ויכוח צווישן אים און שאר צדיקים איבער די ווארהייט דערפון. לויט מרק איז דאס געווען די סיבה פון מוהר"ן צו דריקן ליקוטי מוהר"ן, צו ווייזן אז ער פארמאגט עפעס אויסער חלומות. לויט מרק איז ליקוט מוהר"ן א המשך פון ספר הנשרף, אדער גאר שרויים פונעם ספר. עכ"פ ליקוטי מוהר"ן ווארפט א שטיקל ליכט איבער דעם אינהאלט.

ליינט מער אינעם בייגעלייגטן קונטרס, בקיצור נמרץ וואס איז דאס געווען ספר הנשרף, פארוואס האט ער דאס פארברענט, און פארוואס דאס האט אנגעצינדן גאנץ פוילן און אוקריינע.[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
הספר הנשרף (1) (1).pdf
(466.79 KiB) אראפגעלאדנט 393 מאל

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר