די איינפלוס פון סאשעל מידיא - אויך ביי אידן!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16550
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19040 מאל

די איינפלוס פון סאשעל מידיא - אויך ביי אידן!

שליחה דורך שמעקעדיג »

שוין עטליכע מאל האב איך באשריבן דעם פענאמען ווי אין די אלגעמיינע וועלט זעהט מען כסדר ווי דער דעת הקהל באקומט א נייער כח, מען לאזט זיך מער נישט פירן פון די מעינסטריעם מיינונג, מען האט עס שוין געזען עטליכע יאר צוריק ביי די 99 פראצענט וואל סטריט פראטעסטן, און מען האט עס געזען מער ביי די לעצטיגע אראבישע פרילינגס, ביי ברעקזיט, און בעיקר יעצט ביי טראמפ'ס איבערראשענדע געווינס. כ'האב שוין אויסגעשמועסט עטליכע מאל אז דאס איז אסאך צו פארדאנקען אז מען פרעגט אויס דעם דעת הקהל -- נישט די בייעסד מידיא, זיי פארפירן דאך מיאוס דעם עולם מיט זייערע שטודיעס, ווי נארוואס געזען ביי די פארלאפענע וואלן -- נאר די סאושעל מידיא, ווי פעיסבוק, טוויטער, וואטסעפפ וכו' צעשפרייט זיך ווי א טרוקענער וואלד פייער, און יעדער שמויגער קען זאגן וואס ער האלט, און עס ווערן פארמירט גרופעס וואס לאזן זיך הערן אפילו אנדערש ווי די אנגענומענע מיינונגען, און דאס האט גורם געווען אזעלכע קיצוניות'דיגע אומערווארטעטע שינויים לעצטנס איבער די גארער וועלט. אפילו ביי די מוסולמענער, וואו מען פרובירט אפצוהאקן די מעגליכקייט צו סאושעל מידיא, איז אבער זייער שווער דאס צו מבטל זיין בשרשו, און צעביסלעך נעמט עס איין די וועלט – ביז דערווייל ווארט מען נאך עס זאל אנקומען קיין צפון קארעא, ועוד יבא יומו...

האב איך געזען אין דער איד לעצטע וואך (חיי שרה) ווי ער באשרייבט דאס מיט אזא ליצנות. איך האב שטארק הנאה געהאט פון דעם שטיקל, און איך בין עס דא מעתיק לטובת הקהל.

אבער כ'האב געוואלט מוסיף זיין איין וויכטיגע נקודה: זיי זאלן וויסן אז די אידישע צייטונגען זענען אויך אין דעם כלל פון די בייעסד מידיא וועמען דער עולם הארכט שוין נישט אויס מיט א קעלבערנע התפעלות! מען קען שרייבן און שרייען, וויינען און קלאגן, אבער אידעלעך האבן אויך עקסעס צו סאשעל מידיא, און דארטן פארמירט זיך אן א שיעור נאכפאלגער און דער עולם לאזט זיך הערן אקעגן די עסטאבלישמענט, אקעגן די טעראר וואס קומט פון די ראשי הקהלה וראשי המוסדות די בכל אתר ואתר, אונטערן שלייער פון פרומקייט וואס זיי מיינען מ'כלומר'שט השי"ת... מיר האבן שוין א נייע [tag]דעת הקהל[/tag]....

איך ווייס אז די בעלי הצייטונגען ווייסן דאס, אבער פארט וויל איך זיי זאלן איבערליינען זייערע אייגענע השקפות און זיך זעלבסט אריינלייגן אין דעם מצב, קוקטס ענק אליינס אן מיט די גלעזער וואס עטץ קוקטס אן די אלגעמיינע מידיא, לייענט עס אדורך און קוקט אייך אין שפיגל. די סאשעל מידיא האט צענדליגער טויזענטער היימישע אידן, טראץ די טעראר מאשין פון די ראשי הקהלה וועלכע קוקן דאס אן מיט א שלעכט אויג און שפירן בחוש ווי זייער בעלות און שררה רינט זיי ארויס פון אונטער די האנט. פארפאלן, מען קען נישט פייטן רוב כלל ישראל, ענדערש זאל מען זיי דזשוינען (צב"ש די טעגליכע אימעילס אין דער איד איז א שטאפל אין די ריכטיגע דירעקציע, א פאזיטיווע אנטוויקלונג וואס גייט אריין אין דעם כלל "if you can't fight them, join them").

דא האט איר דעם אויסשניט פון דער איד:

.
בייגעלייגטע פיילס
003.jpg
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר