פראיעקט מקום (דער וועקער #6/אסיף)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

פראיעקט מקום (דער וועקער #6/אסיף)

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 8:29 pm

די היסטאריע פון 'פראיעקט מקום'

"פראיעקט מקום" איז א רעלאטיוו נייע ארגענאזאציע וואס איז נתייסד געווארן אפאר יאר צוריק דורך אלעסן דזשאסעפס. אלעסן איז די גאר באקאנטע בלאגער'טע אונטערן נאמען .Jew in the City/ אלעסן איז נישט אויפגעוואקסן פרום, אבער האט אלעמאל געהאט א ווארעם אידיש הארץ פאר אידישע קולטור און עסקנות.
אויף איר בלאג, האט זי אסאך געשריבן איבער די שיינקיייט פון אידישקייט, און איבער פילע אנדערע נושאים, ווי אידישע פעמיניזם, ועוד. במשך די צייט האט זי געזען - פון קאמענטארן אויפן סייט - אז ס'איז דא א חרדי'שע עולם וואס באלעקט זיך מיט איר פאזיטיווער צוגאנג צו אידישקייט, און ס'איז געווען כמים קירם על נפשם פון פילע חרדים וואס שפירן זיך נישט באקוועם, אדער קענען נישט שטייגן אין דער נעגאטיווער חרדי'זם וואו זיי זענען אויפגעוואקסן.

אלעסן, זייענדיג גאר א פלייסיגע געלונגענע פרוי, האט מחליט געווען עפעס צו טוען דערוועגן. זי האט געעפנט די ארגענעזאציע "מקום". מקום האט היינט א פריוואטע פעיסבוק בלאט פון זיבן-הונדערט מענטשן, ווי אויך האבן זיי במשך די יאר פילע אווענט'ן, שיעורים, און אויך א יערליכער "שבתון".

די עווענטס זעענען פארשידנארטיג. טייל זענען מער ווי א AA גרופע סטיל צאמקום, וואו מיטגלידער קענען רעדן איבער זייער פארגאנגענהייט: איינער רעדט איבער טראומא, בשעת א צווייטער קען רעדן איבער עדיקשאן, אא"וו. טייל מסיבות זענען ריין איבער אידישקייט, און טייל זענען סתם 'טשילער' עווענטס ווי בארביקיו'ס און דאס גלייכן, וואו דער מצב איז מער לייכט און אויפגעלייגט.


וואס איז 'פראיעקט מקום'?

"מקום" איז א פלאץ פאר דער אומצופרידענער אדער צומישטער חרדי, וואס טרעפט נישט זיין ארט אין חרדי'שע ארטאדאקסיע.
"מקום" איז א פלאץ וואו שאלות איבער אידישקייט זענען נישט נאר וועלקאמען, נאר אויך געמוטיגט.
"מקום" איז א פלאץ ווי א יעדער איד ווערט נתקבל מיט אהבה, ווייל דער ציל איז דא צו העלפן אידן זיך צו ריקאווערן פון זייער פארגאנגענהייט, און נאכאלס פארבלייבן ארטאדאקסיש, ווייל אידישקייט איז שיין, אפילו אירע לערער זענען געווען נעגאטיווע מענטשן.
"מקום" איז על שם 'פלאץ' = צו העלפן ערוואקסענע, ווי אויך בחורים און מיידלעך, טרעפן זייער פלאץ אין אן ארטאדאקסישע גרופע אינדרויסן פונעם חרדי'שן קולטור, און זיי זענען דא צו העלפן יעדן מעמבער ברוחנית ובגשמיות.

דא דארף אבער קלאר געמאכט ווערן, אז דער ארגאניזאציע איז נישט דא מיט א רעליגיעזע אגענדע, אריינצושלעפן חרדים אין די מאדערן-ארטאדאקסישער וועלט.
דער חרדי'שער סיסטעם איז איין געוויסער וועג פון זיין א איד, און עס ארבעט פאר גאר אסאך וואוילע אידן. צווישן אירע פילע מעלות איז, דאס האבן א שטארקע נאנטקייט צווישן קהילה מיטגלידער, משפחה, און קאמיוניטי, וואו מענטשן העלפן א צווייטן ווי אין קיין שום אנדערן געזעלשאפט.

הגם דער חרדי'שער סיסטעם האט אין זיך אסאך ווארימקייט און עבודת ה', אפעלירט עס אבער נישט צו יעדן וואס ווערט געבוירן און ערצויגן אין איר קולטור (דא דארף קלאר ארויסגעברענגט ווערן, אז די אידישקייט וואס ווערט געלערנט אין חרדי'שע קרייזן, איז נישט דוקא קיין נעגאטיווער. נאר ליידער זענען דא עלטערן אדער מחנכים וואס מאכן דאס נעגאטיוו, פאר קרייז מיטגלידער וואס פאסן נישט פונקטליך אריין וואו די מחנכים ווילן, און די טייערע אידן ווערן צוביסלעך ארויסגעשטופט דורך די הארץ-וויי וואס מ'איז זיי גורם).

א איד איז נישטא אויף דער וועלט ווי א גאסט אין סדום. מיר פיטן נישט אלע אריין אין איין בעטל. דער באשעפער האט יעדן באשאפן 'יחידי', מיט זיין אייגנארטיגע מעלות, שאיפות, און אויך צו וואו זיין נשמה ציט.

ספעציעל ווען איינער איז אדורך דעם סיסטעם מיט נעגאטיווע עלטערן אדער מחנכים, לעכצט ער צו עפעס אנדערש. פארוואס זאל ער אינגאנצן פארפאלן ווערן פון אידישקייט, ווען ס'איז דא אנדערע פאזעטיווע אפציעס.


די פראפעסיאנאלע שטאב פון פראיעקט מקום

ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז אלע אפיציעלע סטעף אין "מקום" זענען פרויען, דאס קען זיין צוליב דעם וואס די גרינדער איז א פרוי, אדער צוליב וואס פרויען זענען בעסער פאר די שטעלעס. די ארגאניזאציע האט אבער אויך פילע מענער מענטאר'ס - נישט אפיציעל אויף די שטאב - וואס זענען גרייט צו העלפן מיט וואס אימער.

לאמיר זיי אדורכגיין בקיצור:

דבורה אקערמאן = דירעקטארין פון סאציאלע סערוויסעס

דבורה אקערמאן איז שוין א סאציאלער ארבעטארין פאר צענדליגע יארן. בעיקר האט זי א שטארקע הונטערגרונד מיט העלפן מענטשן איבערקומען עדיקציע און טראומא. דבורה וואוינט מיט איר חשוב'ער מאן א דאקטער - א שטארקער חסיד פונעם פריערדיגן ליובאוויטשער רבי'ן - אין פאסעיק ניו דזשערסי.
זי איז א שטארקע רעדנער מיט פיל עקספיריענס אין די חרדי'שער און אלגעמיינער אידישע קאמיונעטי'ס.


זעלדי טריף = דירעקטארין פון פראגראמירונג

זעלדי איז אויפגעוואקסן אין די היימישע בארא פארק. נאכן אדורכגיין שווערקייטן אין די חסיד'ישע געזעלשאפט, האט זי פריש חתונה געהאט מיט איר חשוב'ער מאן אן אדוואקאט. זעלדי איז גאר א ווארימער איבערגעגעבענער מענטש אין די ארגאניזאציע. זי פירט אן מיט פארשידענע פראגראמען אויף פילע נושאים, ווי אויך איז זי א קוואל פון חסד, חיזוק, ווארימקייט און אידישקייט, צו "מקום" מעמבערס און צו סתם מענטשן. זעלדי איז אויך א גרויסע ידען און לערערין אין די 'זעלבסט הילף' טערעפי מהלך.


גבריאלע לערנער = עדיוקעישאנעל דירעקטארין

גבריאלע וואוינט אין וואודמער, ניו יארק, מיט איר משפחה. גבריאלע האט א דעגרי אין אידיש שטודיעס, ווי אויך אין זשורנאליזם, און אין ענגלישע ליטעראטור.
גבריאלע האט אלץ לערערין פארגעלערנט ESL (ענגליש אלץ א צווייטע שפראך) אין א חסיד'ישע שולע אין וויליאמסבורג פאר פילע יארן, וואו זי איז נאנטער באקאנט געווארן מיט די שוועריקייטן וואס חרדי'שע אידן האבן מיט עדיוקעישאן. גבריאלע איז גאר שטארק אריינגעטוהן אין אידישע עדיוקעישאן. זי איז א ברייטע ידען אין תנ"ך, הלכה, השקפה, און אידישע היסטאריע. זי דינט אויף די פאזיציע צו לערנען און אנווייזן מעמבערס די שיינקייט און טראדאציעס פון די תורה, און פארשטיין די חילוק צווישן הלכה, מנהג, און חומרא.


שטערנא סופר = דירעקטארין פון נעטווארקינג

שטערנא איז אויפגעוואקסן אין א חסיד'ישע משפחה אין מאנסי, ניו יארק. נאכן ענדיגן שולע האט זי זיך געצויגן קיין באלטימאר, וואו זי האט באקומען א דעגרי אין ביאלאגיע, געזונטהייט סייענס, און נאך. שטערנא איז גאר איבערגעגעבן צו "מקום", א זאך וואס האט זיך שטארק ארויסגעוויזן מיט איר זיין די הויפט אנפירערין פונעם היי יעריגן "שבתון".


אידישע איבערזעצונג פונעם "פראיעקט מקום" מיסיע סטעיטמענט

"מיר גלייבן אז ס'זענען דא פילע וועגן וויאזוי צו זיין אן ארטאדאקסישן איד. אבער נישט אלע פרומע אידן זענען געבוירן אין א געזעלשאפט וואס איז געמאכט פאר זיי. פילע מאדערנע אידן זענען בוחר זיך צו ריקן רעכטס און ווערן חרדים, בעת פילע חרדי'שע אידן האבן גרויס שוועריקייטן אין זייער קאמיוניטי, און זיי שפירן אז זיי קענען זיין בעסערע אידן אין אן אנדערן אידישן קאמיוניטי. אסאך פון די מענטשן האבן שוועריקייטן צו טרעפן - און זיך איינגלידערן אין - א דרויסענדיגער קהילה, און גייען צוליב דעם אינגאנצן אראפ פון אידישן דרך.

"מקום" איז דא צו סערווירן און העלפן אט די טייערע אידן.

"מקום" איז דא אנצוקניפן א קשר צווישן די אידן, און מיטגלידער פון אנדערע אידישע קאמיוניטיס, וואו זיי קענען אנקניפן א קשר מיט אנדערע אידן און באקומען עצות און חיזוק, אדער פשוט באקומען ענטפערס אויף פילע פראגעס וואס זיי האבן.

"מקום" איז דא זיי צו העלפן מיט ידיעות איבער עדיוקעישאן, גייסטישע הילף, משפחה אנגעלעגנהייטן, ווי אויך פערזענדליכע מענטארס.

"מקום" האט במשך די יאר פילע שיעורים אויף אלעס סארט ענינים, און אויך א יערליכע שבתון ווי מקום מעמבערס קענען זיך צונויפרעדן און פארברענגען בשבת אחים".

א שבת מיט פראיעקט מקום

דעם פארגאנגענעם שבת פרשת כי תצא, האט "מקום" אפגעהאלטן זייער דריטער יערליכער שבתון. ס'איז פרייטאג פרשת כי תצא, און דער עולם איז מקיים 'כי תצא' מיטן גיין טון השתדלות פאר א בעסערן צוקונפט. נאכמיטאג זענען צענדליגע וואוילע אידן אנגעקומען צום הערליכן אידישן געגענט אין באלטימאר.
געקומען איז מען צופארן פון ניו יארק, ניו דזשערסי, פענסילוועניע, און אפילו פון קאנאדע.

די וואלענטירן פון "מקום" האבן יעדן אויפגענומען מיט א ווארימקייט און פרייד, און מיט א שטארקע התקרבות. די וואלענטירן זענען ארויס פון זייער וועג, צו מאכן יעדן שפירן באקוועם און היימיש.

"מקום" איז אן ארגאניזאציע וואס טוט אלעס ברייט און בעל הבית'יש. זי איז דא צו העלפן מענטשן זיך שפירן באקוועם און אקצעפטירט, און פון די וועגן וויאזוי זיי טוען דאס, איז דורך צושטעלן אלעס מיט א געשמאק.

אין א גרויסע שאטער אין א שטילע גאס, איז פארקומען א 'מסיבת טועמיה', וואו די פילע געסט האבן זיך געטראפן און צונויפגעשמועסט באהבה ואחוה וריעות. מ'האט געקענט שפירן די נאנקייט אין די לופט, דורך שפירן אז יעדער קען דא זיין די סארט מענטש וואס ער וויל זיין, און ווייטער זיין א חלק פון כלל ישראל און איר תורה.

פרייטאג צונאכטס איז יעדער געגאנגען עסן די סעודה ביי זיין בעל אכסניא. די בעלי אכסניא זענען געווען פון פארשידענע בעקגראונדס. פון חסידיש, ליטוויש, בעלי תשובה און ספרדים. אלע - וואוילע ווארימע און הארציגע אידן וואס האבן געעפענט זייער טיר פאר "מקום" מעמבערס.

פון א באטייליגטער האב איך געהערט, אז ער איז געווען ביי א משפחה פון בעלי תשובה, וואו מ'האט סערווירט געשמאקע אינדיאנע מאכלים לכבוד שבת, זינט די בעל הבית'טע איז פארליבט אין די מאכלים. בקיצור, יעדער איז צוריקגעקומען צום 'עונג שבת פארברענג' מיט אן ערציילונג אויף זייער "ארויס פון די באקס" בעל מכניס אורח.

ביי 'עונג שבת', האט זעלדי טריף אינספירירט דעם עולם מיט אירע דברי חיזוק און פראקטישע עצות - באגלייט מיט הומאר - וויאזוי איבערצולאזן הארץ ווייטאג און שווערקייטן אונטער זיך. זי האט ארומגערעדט וויאזוי די וואס האבן געהאט נעגאטיווע עקספיריענס אין זייער קאמיוניטי, קענען זיך אויפהייבן און אנהייבן א פריש אידיש פאזעטיווע לעבן.

טרערן זענען געווען אין די אויגן פון פילע, ווען זי האט איבערדערציילט איר לעבנסגעשיכטע, און וויאזוי זי האט בעזרת השם ושלוחיו אויפגעשטעלט א נייע שטוב מיט איר מאן, אין פאסעיק ניו דזשערזי.

שבת אינדערפרי האט מען געדאוונט ביי BJSZ, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן גאר א שיינע קידוש אחר התפילה, וואו די רב הקהילה הרב הייער שליט"א האט גערעדט ווארימע דברי חיזוק, אמונה, ואהבה. זיין פאזעטיווער צוגאנג צו אידישקייט, און זיין אהבת ישראל, האט איבערגעלאזט דעם עולם מיט א ווארימער געפיל פון האפענונג אויף דער עתיד.

אה... די שבת אינדערפרי סעודה הערט מען איז געווען הערליך. ביי שיין געדעקטע טישן אין אן עלעגאנטער זאל האט דער עולם פארברענגט מיט אחדות, ידידות, תורה, ונגינה. הערליך שיין געווען ווי דער עולם האט געפילט א גאר שטארקע נאנקייט און אחדות צווישן זיך. יעדער האט זיך געשפירט אנגענומען ביים צווייטן, זייענדיג פונקט דער איד וואס ער איז. מ'האט געקענט טאפן די פאזעטיווקייט אין די לופט.

נאך די סעודה האבן אלע משתתפים אנטיילגענומען אין גאר אן אינטערעסאנטן ווארק-שאפ דורך דבורה אקערמאן. די נושא האט זיך געדרייט ארום גדרים/boundaries. דבורה האט גערעדט איבער וואס געזונטע גדרים זענען צווישן משפחה און געזעלשאפט.

דבורה האט ארומגעשמועסט, אז צוליב די נאנטע נאטור פונעם היימישן קולטור, ווייסן נישט אסאך היימישע אידן פון געזונטע גדרים. דאס זאגט ח"ו נישט קיין נעגאטיווער שטריך וועגן היימישע אידן אדער זייער לייף-סטייל, נאר עס קלאפט למעשה אויס נעגאטיוו ווען מ'קומט אין שייכות מיט דרויסנדיגע, וואו עס פאטשט צוריק אין פנים אויף א שטארקן פארנעם. ברעכן גדרים לויט דבורה, ברענגט פילע שאדענס צו משפחה און געזעלשאפט אנגעלעגנהייטן, און ביי גאר אסאך פון אירע פאציענטן זעהט זי דאס "ברעכן די גדרים" אלץ א שורש צו זייערע פראבלעמען (ס'פאדערט זיך א באזונדערן ארטיקל אויף די נושא, ועוד חזון).

שלש סעודות האט מען געפראוועט ברוב עם אין די הערליכע הויז פון חנה ניובערגער. חנה, איז די גוט באקאנטע סגן-דירעקטארין פון די מאכטפולע NSAשפיאנאזש אגענטור. ביי א גאר רייכע שלש סעודות האט חנה פיל ארומגערעדט איבער אירע קינדער יארן אין בארא פארק, און וויאזוי זי - זייענדיג א פרומע איד - איז געשטיגן ביז איר היינטיגע גאר פרעסטיזשפולע פאזיציע.

חנה'ס ווארימקייט צו יעדן האט איבערגעגאסן די ברעגן, ווען זי האט דערקלערט אז אלע פון אונז קענען אויך שטייגן אין אידישקייט און אין וועטליכקייט, אפילו אן צו דארפן קאמפראמיזירן איינס איבער די צווייטע.

דער באשעפער וויל, אז מיר זאל זיין גוטע אידן און אויך האבן א גוטן עדיוקעישאן צו ברענגען פרנסה בדרך כבוד. ועוד, אפילו נישט אלס פרנסה, נאר אויב איינער שפירט א סיפוק אין א געוויסע ארבעט אדער ליניע, זאל ער זיך נישט שרעקן פון זיין פארגאנגנהייט, נאר אריינטאנצן דערין, ווייל א יעדער פון אונז האט די כוחות צו לערנען און שטייגן וועלטליך, בעת מיר קענען ווייטער אנהאלטן מסורת אבות.

מ'האט פארענדיגט די "שבתון" מיט א ברייטע מלוה מלכה אין די שאטער. די היי-ענד מלוה מלכה איז געספאנסערט געווארן דורך א חשוב'ע מקום מיטגליד. די 'שבת אחים' האט זיך פארצויגן ביז 4 פארטאגס (!), און די מוזיק - דורך א פראפעסיאנאלער מוזיק באנד - האט באצויבערט דעם עולם ביז אין די שפעטע נאכט שעות, ווען דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט א געפיהל אז "איך באלאנג ערגעץ, איך געהער צו א אידישע משפחה וואס האט מיך ליב די וועג איך בין", און מיט א פאזעטיווער געפיל איבער אידישקייט און תורת ה'.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4731
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9002 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 9:09 pm

פאר וויפיל פראצענט ארויס גייער איז עס א ישועה?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1546 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 12:09 am

זייער הנאה געהאט פון דעם ארטיקל, און פון דעם געוואלדיגן פראיעקט.

כ'בין אונטער'ן איינדרוק אז מרת דזשאסעפס איז אביסל א תמימות'דיגע און האט נישט אינגאנצן ארויס וואספארא ערפארונגען חסידישע אידן גייען דורך אין דעם "סיסטעם". אבער דער אמת איז אז מיין איינדרוק איז מסתמא געבויעט אויף אירע ארטיקלען פון עטליכע יאר צוריק, און איר עסקנות פון די לעצטע יארן האט איר זיכער געהאלפן אנטוויקלען א קלארערן בליק.
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1779
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2289 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7195 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 11, 2016 11:34 am

אמת, איר תמימות איז געווען און איז נאך טיילווייז דא, זי איז אבער א גוטע צוהערער און פרעגער. זע איר פעיסבוק בלאט וואו זי פרעגט כסדר כל מיני שאלות צו פארשטיין בעסער די חרדי'שע לעבן. זי איז אסאך מער באהאוואנט ווי אמאל, און זי נעמט עפ"ר נאר מיטארבייטער וואס זענען אויפגעוואקסן חסידיש, וואס פארשטייען די אינסייד טשולענט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4731
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9002 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 4:05 pm

Allison Josephs
2 hrs
Thank you Chanie for hosting an AMAZING party last night. We want to plan more events -things like: What schools can I send my kids to? How do I date outside of my community of origin? And how can a single, working mom balance work and kids AND college? But events like these are targeted to different types. So we need to know what YOU need to be able to arrange it. So please, reach out to Debbie Akerman 845-642-2854 so we can learn more about you and what you're looking for, so we can plan our programs accordingly. thanks!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4731
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9002 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » זונטאג פעברואר 26, 2017 8:01 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
16904732_10155133003555712_4217808492493014215_o.jpg
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4731
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9002 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מיטוואך מערץ 22, 2017 12:50 pm

נאך די סעודה האבן אלע משתתפים אנטיילגענומען אין גאר אן אינטערעסאנטן ווארק-שאפ דורך דבורה אקערמאן. די נושא האט זיך געדרייט ארום גדרים/boundaries. דבורה האט גערעדט איבער וואס געזונטע גדרים זענען צווישן משפחה און געזעלשאפט.

דבורה האט ארומגעשמועסט, אז צוליב די נאנטע נאטור פונעם היימישן קולטור, ווייסן נישט אסאך היימישע אידן פון געזונטע גדרים. דאס זאגט ח"ו נישט קיין נעגאטיווער שטריך וועגן היימישע אידן אדער זייער לייף-סטייל, נאר עס קלאפט למעשה אויס נעגאטיוו ווען מ'קומט אין שייכות מיט דרויסנדיגע, וואו עס פאטשט צוריק אין פנים אויף א שטארקן פארנעם. ברעכן גדרים לויט דבורה, ברענגט פילע שאדענס צו משפחה און געזעלשאפט אנגעלעגנהייטן, און ביי גאר אסאך פון אירע פאציענטן זעהט זי דאס "ברעכן די גדרים" אלץ א שורש צו זייערע פראבלעמען (ס'פאדערט זיך א באזונדערן ארטיקל אויף די נושא, ועוד חזון).

ביז די קרעטשמע דארף מען אויך א גלעזל ברוינפן, ביז דו קומסט אן צו שרייבן א באזונדערע ארטיקל אפשר ביסטו מרחיב הדיבור אויפן שפיץ גאפל א דוגמא/ות פון די געזונטע גדרים וואס אונז היימישע ווייסען נישט דערפון.
@רויטע וואנצעס
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1438
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 867 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 805 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך מערץ 22, 2017 4:08 pm

למשל,
פרעג נישט קיין פריוואטע שאלות וואס מאכן יענעם אומבאקוועם.
שטופ דיך נישט אריין אין א צווייטן ביים רעבין אדער ווי אימער.
רעדט נישט ווי א מומחה ווען דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט.

וכדומה
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4731
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9002 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 26, 2017 4:16 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
17545151_10155227491440712_4085617918774979124_o.jpg
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4731
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9002 מאל

Jew in the city

הודעהדורך אפשר » פרייטאג אפריל 28, 2017 11:26 am

אין א פאוסט דעם וואך דערציילט Alison Joseph's וועגן א ווידיאו סיריעס וואס זי האט געהאט מיט "מעריב" דא קען מען זעהן אפאר אויסצוגן פון די קליפס.

איך בין געווארן זייער איבערגענומען בעיקר פון די ווידיאו ווען איראן טאטע און מאמע דערציילן וויאזוי זיי האבן אנגעפאנגען צו פראקטיצירן אידישקייט.
אפשר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:48 am
געפינט זיך: סיטי אף ניו יארק
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron