פארוואס איך שרייב נישט וועגן תהילים כולל'ס דן בן יעקב סקעם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך עמעזאן » מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 9:48 pm

די "בעל" המאמענט און די "בעל" הממציא קבר דן וכל הפרופאגאנדע של תהילים כולל חד הוא!!

זעהט זיך אויס זיין כוונה איז א דריטע אז דו זאלסט רעדן סיי פון די מאמענט און אויך תהילים כולל
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1376
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 861 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: פארוואס איך שרייב נישט וועגן תהילים כולל'ס דן בן יעקב סק

הודעהדורך פליקער » מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 10:20 pm

העניך האט געשריבן:אין "מאמענט" איז דא אן ארטיקל פון הרב יואל אשר לאבין וועגן די צעדרייטע גימיקס פון צדקה-ארגאניזאציעס, באגלייט מיט אן עד פאר... תהילים כולל'ס קבר דן!

כ'בין נייגעריג צי דאס איז געמאכט בכוונה צו אילוסטרירן הרב לאבינ'ס ארטיקל, אדער דער גראפיקער פונעם מאמענט האט בכלל נישט געכאפט וואס ער טוט דא.

עס איז ביי מיר קלאר אז לאבין איז געפאלן וויקטעם פאר די שיינער שפיצעל פון בעלי התהילם כולל, מיין פונקט וואס איך האב געשריבן אויבן אויפן אשכול
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3288 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 1:20 am

נאכאמאל די בעל הבית פון די מאמענט הרב קרויס איז די בעל הבית פון yhk וואס פירט די מארקעטינג ביי תהילים כולל, קלאר?
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1376
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 861 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 12:34 pm

יואל אשר לאבין האט מיר אריינגעשיקט דעם ארטיקל פונעם מאמענט:


דער בת עין נעמט קרעדיט קארטלעך?

מיין טאכטערל האט אויפגעהויבן די טעלעפאן און איינער שרייט דארטן אריין עפעס. ווי עס ווייזט אויס האט ווידעראמאל א מארקעטינג קאמפאני מצליח געווען זיך צו באהאלטן אונטער אן אומשולדיגע טעלעפאן קלונג ווי א מענטש וויל רעדן צו זיין קאלעגע מענטש, צו מאכן מיין טעלעפאן פאר א בולעטין פלאטפארמע צו זיין מאשינעריזירטע קאמפיין.

מיין טאכטער לייגט אראפ דעם טעלעפאן און פרעגט מיר: טאטי, ווער איז דער בת עין?

איך טראכט א מינוט, און פרעג: בת עין?

"יא," זאגט מיין אומשולדיגע טאכטערל וואס האט געהערט זאכן עלטער פון איר השגה, "עפעס זאגן זיי אז דער בת עין נעמט קרעדיט קארדס."
ווען איך בין געווען די עלטער און איך וואלט געפרעגט מיינע עלטערן ווער עס איז דער בת עין, וואלט איך באקומען דעם לאנגן ענטפער אז עס איז דער נאמען פון דעם ספר פונעם חסידישן צדיק רבי אברהם דוב פון אווריטש וואס האט געוואוינט אין צפת און האט איבערגעלעבט די גרויסע צפת'ער ערדציטערניש.

אבער זאכן האבן זיך גערוקט, און רוב "צדיקים" נעמען שוין קרעדיט קארדס. נישט ממש, אבער איבער יעדן צדיק יאוועט זיך איינער וואס טענה'ט חי וקיים איבער א געוויסן מנהג ביי דעם ציון – פארשטייט זיך אויב מען געט א קרעדיט קארטל מיט א פעימענט פלאן.
מיר לעבן אין א צייט וואס מען האלט אונז אין איין פאכען מיט את החיים ואת המוות, את הברכה והקללה, מען לאזט אונז כאילו ממש נישט קיין בחירה, מען מוז זיך איינשרייבן צו א סגולה קאמפאני אויב וויל מען נישט סתם גיין לטמיון.

מיר לעבן אין א צייט ווען צדקה וחסד ווערט נישט זעלטן געמישט מיט מאניפולאציעס און גימיקס, ווען מיסאינפארמאציע און פראפאגאנדע ווערט גענוצט אויף אן איבערגעטריבענע וועג אין פאנדרעיזינג. מיר לעבן אין א צייט וואס א צוועק איז ווייט נישט גענוג, מען דארף א "געים".
מאניפולאציעס איז דער נאמען פונעם שפיל אין דער גרויסער וועלט. מארקעטינג פירמעס זענען אפט דער היפך פון אויפריכטיגקייט און אויפ'ן העכסטן בענקל קומען אן די וואס האבן גענוצט די פויסטן אמבעסטן. אבער דאס איז בלויז גוט פאר קאנטראל און פאר געמיינע זאכן. געלט און פאליטיק זענען פון מהות אויס געמיינע זאכן וואס אפעלירן צו די נידריגע אינסטינקטן פונעם מאטעריאליסטישן מענטש. געלט און כבוד, קאנטראל און מאכט.

אבער ווען מען רעדט איבער צדקה, איז מען אין א זאנע פון גוטס. אין א "סטעיט אף מיינד" פון ארויסגיין פון די אייגענע אינטערעסן צו טראכטן ארויס פון מיר, צו ווערן גרעסער ווי די עגא. דאס אריינברענגען דארטן, אין דעם קודש הקדשים פון א אידיש הארץ. ווען א איד טראכט איבער צדקה און חסד, צו גיין אריינברענגען אהין מאניפולאציעס, סטראשען מיט קללות וברכות, סגולות און מופתים, קברים און אוגערקעס, קען זיך גרעניצן מיט א חילול הקודש!

איך פערזענליך האלט זייער שטארק פון א תהלים כולל און פון א כולל חצות, א כולל ללימוד קבלה און א כולל אור החיים הקדוש, און פון סיי וועלכן וועג מען געט געלט פאר עובדי ה' זאלן קענען עוסק זיין בתורה ובעבודת השם.
איך וויל זייער שטארק געבן געלט פאר קופת העיר, וואס נעמט צוזאמען געלט פון אידן איבער דער גאנצער וועלט פאר עניי ארץ ישראל וואס הונגערן און קענען פשוט לייגן ברויט אויפ'ן טיש פון מיינע פאר דאלאר.
איך וויל זייער שטארק געבן געלט פאר עורה, וואס פינאנצירט קירוב רחוקים פראיעקטן. ווי שיין איז צו ווייזן די אור פון תורה ואמונה צו קינדערלעך וואס זענען געווארן דערווייטערט פון די שויס פון טאטן.
איך וויל זייער שטארק שטיצן ארגאניזאציעס פון ביקור חולים און הילף פאר אלע סארטן חולי ישראל און צרכי ציבור.

איך וואלט זיך אבער געוואונטשן אז אלע ארגאניזאציעס זאלן מחשיב זיין מיין אינטעליגענץ און מיר פשוט איבערגעבן דעם מעסעדזש, אָן אפירברענגען מאדנע המצאות, קברים אשר לא שערום אבותנו, מאדנע צייטן ווען די זון און לבנה קומען זיך צונויף און גענוי דעמאלט מוז מען זאגן א געוויסע לחש.

איך וואלט זיך געוואונטשן אז די אלע הייליגע צוועקן זאלן האבן גענוג זעלבסטזיכערקייט, זיי זאלן גענוג גלייבן אין זייער צדקה און אין דער וויכטיגקייט פון זייער צוועק, און מיר קענען גענוג איבערצייגן אז עס איז כדאי צו געבן געלט צו מקרב זיין אידן.
אויב איינער איז גענוג זיכער אז זיין צוועק איז גאר וויכטיג און ער האט א שטיקל צוטרוי אינעם ציבור אז זיי וועלן איינזען אז ער איז חשוב און וויכטיג, דארף מען נישט מאכן קיין לויפנדיגע אוגערקעס און טאנצענדיגע פיווערס, שרייעדיגע אימאדזשיס און מאראטאנען למיניהם.
צווייפלהאפטיגע קאמפיינס פאר אן ערהאבענעם ציל, נידערט אראפ אלעס. אדער איז דער צוועק גארנישט בעסער ווי די לופטיגע רעטאריק וואס מען שטעלט ארויס, אדער איז מען גרייט צו אנקליידן א חזיר אויף דעם נזם זהב.
אז מען טוט צווייפלהאפטיגע מיטלען צו דערגרייכן א הויכן ציל, מישט מען אויס קודש מיט חול, און מען שלעפט אראפ סגולות צו מאניפולאציעס און צדקה צו א ווילדן שפיל.

עס איז נישט מער ווי א בקשה פאר נאמנות. יעדער ווינטשט זיך צו לעבן אין א געמיינדע וואו אמת איז אן ערך און אפנקייט איז א מעלה. איך גלוסט צו אויטענטישקייט, אפנקייט, ערליכקייט, אויפריכטיגקייט. ווען א מענטש פרעזענטירט זיין פראדוקט, און ער לאזט אפן די טיר אז מען קען אים טשאלענדזשן איז ער אויפריכטיג און ער רעדט צום הארץ פון מענטשן.

אלס רעזולטאט פון א בונד מיט אמת און אפנקייט צו אינפארמאציע דארפן מענטשן וויסן אז זיי קענען צאלן מיט א קרעדיט קארטל צו שטיצן אסאך וואוילע אידן און מקובלים, און ספאנסארן גרופעס פון וואוילע יונגעלייט ביי פארשידענע מקומות אין פארווארפענע עקן אין ארץ ישראל. אבער זיי מעגן אויך וויסן אז רוב סגולות ארבעט נישט דורך א קרעדיט קארטל, נאר באשטייען פון אזעלכע זאכן ווי דאווענען, לערנען, זאגן אשר יצר, עסן געזונט, בענטשן ערליך און אזוי ווייטער, און אז א קאפיטל תהלים העלפט ווען מען זאגט עס פון א צעבראכן הארץ, אויף א בענקעלע ביי זיך אין צימערל, און מען מוז נישט דווקא ספאנסארן א גרוויסע גרופע ביי א געוויסע פלאץ אין א געוויסע צייט ווען עס איז ניין-ניין-ניין און די לבנה איז במילואו.

מען מעג פארקויפן סגולות און מען מעג נוצן הומאר און מארקעטינג צו כאפן אן אויג, אבער די שאלה איז, וויפיל פלאץ מעגן זיי פארנעמען? וואס געשעט ווען די עיקר פנים פון גוטע צילן זענען מאניפולאציעס און אוגערקעס פארפילן די פלאץ פון אינפארמאציע און אויפריכטיגקייט? צי קען נאך די וועלט פון צדקה וחסד בלייבן אין דער וועלט פון תורה און אמת? אדער ברענגט עס די עולם החסד והצדקה צו א מארקעט ווי זי באלאנגט נישט, צו די וועלט פון מארקעטינג, בלאף און מאניפולאציע?

**

דער יסוד היסודות ווי גוטע אידעאלן ווערן פארוואנדלט אין רשעות'דיגע מארד מאשינען איז ווען דער ציל הייליגט די מיטלען. ווען אין נאמען פון גוטע צילן מעג מען טון שלעכטע מיטלען און הויכע ווירדן לאזן נידריגע זאכן פארבייפליען אונטער אירע פליגל.

א איד מוז געדענקען אז ער איז דער ציל! ער איז נישט קיין מיטל צו אן אנדערן ציל. און די מיטלען זענען א חלק פון דעם ציל. דאס עצם אויסרייניגן און אויסאיידלען דעם מענטש איז דער ציל, און דעריבער זענען אלע מיטלען א חלק פון דעם גרויסן ציל פון פארוואנדלען דעם מענטש צו א הייליגע מציאות, אן עובד אלקים. דעריבער איז עס נישט א געיעג צום יום המיתה אדער צו דביקות, עס איז א לאנגזאמע וועג ווי מען מוז לעבן לויט פארשריפטן און מצוות, דרכים און עצות, אוןן אלעס מוז געטון ווערן אויסגעהאלטן. דער ציל דארף זיין גרויס, אבער קיין שום ציל הייליגט נישט די מיטלען.
דעריבער ווען דער אויטאמאטישער ענטפער איז: אבער דער ציל איז אזוי חשוב; זיי ראטעווען מענטש ממש! איז עס נישט ממש נוגע, ווייל אויב ערלויבט מען זיך צו פירן א קאמפיין וואס ברענגט אראפ מענטשן, איז עס אונטער א פראגע צייכן.

איך געדענק ווען איך האב עוסק געווען מיט מיין רבי'ן, מו"ר הג"ר אברהם יוסף ראזנבלום שליט"א, צו שרייבן א בריוו לטובת די כולל שערי יושר פון זיינע תלמידים, וויאזוי ער האט מדייק געווען יעדע ווארט, און נאר גע'חתמ'עט נאכ'ן מדייק זיין, און מיר געזאגט "מען מעג נאר שאפן געלט דורך אמת."
תורה קען מען נאר בויען מיט אמת און חסד קען מען נאר בויען מיט חמלה, און אויב איז נאר עפעקטיוו צו נוצן מאניפולאציעס איז עס אן ערנטסע פראגע צייכן אויף אונז אלע.

עס איז אויך דא א גאר פראקטישע פראבלעם: די העפטיגע קאנקורענץ ווער עס קען אויפקומען מיט א מער מאדנע גימיק און ווער עס גייט אויסגיסן מער געלט צו אנדרייען משונה'דיגע מצבים, האט ארויפגעטריבן די פאנדרעיזינג וועלט צו משונה'דיגע הויכקייטן. און דאס איז געווארן די סטאנדארט וואס איז נועל דלת בפני עסקנים ובעלי חסד.

מיר דארפן דאס ערנסט באטראכטן: מעגן מיר ארויפטרייבן די סטאנדארטן און מאכן פאנדרעיזינג א לוקסוס וואס נאר רייכע מוסדות קענען מצליח זיין דערין? מעג מען לאזן די וועלט פון צדקה וחסד צו נאך א פראנט פון די כל דאלים גבר ארענע?

**
דו טשעפעסט מיט ארגאניזאציעס? חלילה וחלילה! אלס א מייסד און מיטהעלפער פון עטליכע ארגאניזאציעס וואס זענען אליין אקטיוו אין שאפן געלט, ווייסט איך גוט די חשיבות פון דעם געדאנק אז אידן נעמען זיך צוזאמען און ארגאניזירן זיך פאר א צוועק און שאפן דערפאר געלט. און איך פארשטיי אז פאנדרעיזינג איז א שליסל און מען דארף זיין פראקטיש, און כדי אז אידן זאלן טון זייער בעסטע פאר צדקה דארף מען קענען געהעריג באצאלן פאר ארבעטער, און די קאנקורענץ איז זייער גרויס און יעדער פרובירט צו איבערשרייען דעם צווייטן.

איך קען דערפאר נישט מוסר'ן אדער קריטיקירן, איך קען בלויז זיך ווינטשן. מיין ווינטש איז אז מיט'ן טוישן די מארקעטינג פון טריקס און גימיקס, צוריק צו פשוט'ע אינפארמאציע, ווי יעדע צדקה זאל דערציילן פארוואס אידן זאלן געבן צדקה צו זייער גאר וויכטיגע צוועק, וואס איז וויכטיג על פי הלכה אדער פון רחמנות אויס, זאל קיין שום ארגאניזאציע נישט האבן שאדן, נאר פארקערט, צוזאמען, דורך צוריקלייגן די פראפארציעס אין פלאץ און צוריקקומען צו לאגיק און צו תורה'דיגע כללים, וועט האפנטליך דאס אליין אויסרייניגן די מצות צדקה פון דעם מאנטל פון טיפשות און פאפולערקייט, און ברענגען אז אידן זאלן געבן מעשר כדת וכדין מיט שכל און ערנסטקייט און יעדער וועט פארדינען.

לאמיר צוריקברענגען צדקה צו דעם תחום פון אידישקייט, תורה, מצוות, און רחמנות און איר אוועקשלעפן פון די מבול פון קאלירן, ווידיא פרעזענטאציעס און קארניוואלן. צדקה זאל אונז צוריק דערמאנען פון חמלה, רחמים און זאל אפעלירן צו אונזער אהבת התורה והמצות, און זאל נישט זיין א ביליגע מאניפולאציע פון אן אקטיאר וואס פּראדוצירט א ווידעא וואס דראמאטיזירט דעם מוסד אויף אן ארטיסטישן שטייגער.

צדקה איז נישט קיין אינדוסטריע, קיין קולטורעלע זאך, קיין העפטיגע פארמעסט. עס איז א הייליגע מצוה – און מצוות האבן כללים!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1461
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1694 מאל

הודעהדורך ליפא » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 12:18 am

די ערשטע 5 שורות פונעם ארטיקל שטימט נישט מיטן עד אויפן זעלבן דף..
rps20161224_231600.jpg
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1714
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1487 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט