דער באטשי וואס קאמאנדעוועט היינט - דאס ביסטו אין א פאר יאר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9087 מאל

דער באטשי וואס קאמאנדעוועט היינט - דאס ביסטו אין א פאר יאר

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אן אינטרעסאנטע ערשיינונג פאסירט אין אונזער געזעלשאפט ביי א געוויסע יארגאנג אין א מענטשנ'ס לעבן.

יעדער מענטש הייבט אן אלס אינגעלע א זיסע, ער ווערט א בחור, ער האט חתונה און ווערט א יונגערמאן, ער מאכט חתונה קינדער און ער ווערט א מיטליעריגער באלעבאס, ביז ער מאכט שוין חתונה אייניקלאך און ער ווערט שוין אן עלטערע איד, אן אנגעזע'ענער איד, מעמודי הקהלה אדער א 'באטשי'. דעמאלס טוישען זיך שוין אלע געזעצן. פון היינט און ווייטער איז ער אין אזא מצב אז זיין לעבן האט אן אנדערע טייטש. ווען ער איז קאלט איז די פענסטער פארמאכט, ווען ער איז ווארעם איז עס אפען. נקודה! ווען ער האט יארצייט פאר א מומע פון ערגעץ האט ער א זכות קדימה צום עמוד אויף סיי וועמען. ווען ער קומט אריין צו א קידוש, מוז יעדער איינער אוועקגעבן זיין פלאץ. ער וויל גארגלען ביים עמוד אויף א שבת חנוכה, מי יאמר לך מה תעשה ומה תפעל. ער וויל דאווענען שנעל אזש קיין צייט צו חלומ'ן איז נישט דא, וואויל איז איהם. זיין אייניקעל ווערט א חתן און ער זאגט עפעס צום כלה וועגען איהר קלייד, איז ער א זיסע זיידי, נישט קיין חזיר מיט גרויסע אויגן (אגב, א חבר מיינע וואס ארבעט אלס א פאטאגראפיער האט מיר פארציילט אז ער האט גענומען בילדער ביי א בר מצוה פון א לעיקוואוד ישיביש'ער משפחה. דער באבע קומט צו צו איהם סוף שמחה און זי כאפט איהם אן ביים ארעם זאגענדיג מיט א שטארקע אונגארישער אקצענט 'אוי ביסטו זיס! ווען איך בין פערציג יאר יונגער נעם איך דיר אהיים מיט מיר!' די טאכטער די מאמע פון די בר מצוה אינגעל האט זיך געוואלט באגראבן פאר בושות). ווען א קליין קינד פיהרט זיך אויף ווי א קליין קינד, איז עס זיין רעכט איהם אנצושרייען און וויי צו טוהן. איהם געפעלט נישט דער זופ, מעג ער עס צוריקשיקן ווייל ס'איז 'אייז קאלט' ווען נאר א דינע פארע קריכט ארויף דערפון, נישט קיין גרויסע געדיכטע וואלקען. זיין מיינונג איז ווערד מער ווי יעדן איינעמ'ס, ווייל זיין אויגען זענען וואוילער ווי דיינס. ער האט שוין א זיץ אויפ'ן באס יארען לאנג און ער מעג יעדן אנשרייען אראפצוגיין פון יענע זיץ, און די ארומיגע וועלען איהם פארטיידיגען, נישט דעם יונגערמאן וואס האט ערליכערהייט געקויפט זיין בילעט און זיך אראפגעזעצט אויף א ליידיגע זיץ. ער ווארפט ארויס מענטשן פון בית הכסא אין בית המדרש כאילו ער האט פערזענליך באצאלט אויף דער שטאל, און מ'האט נאר פארגעסען דער שילד מיט זיין גע'רצח'טע זיידעס אויסגעשריבען מיט די דערפעל אין קארפאטערוס וואו זיי האבען אמאל געפאשעט זייער רינדער און געוואשען וועש אין טייך.

רוב נארמאלע מענטשען ביים דאס באמערקען טוהן דאס אוועקשטופען פון קאפ. "וואס ווילסטו פון איהם? ער איז שוין אן עלטערע איד. א מיטגעמאכטע פון דא צו דארט. גיב איהם נאך זיין זאכען, ער שטארבט סייווי אין א פאר יאר". מ'מאכט נישט קיין צימעס דערפון און מ'גיבט איהם וואס ער וויל און ווייטער געגאנגען. טאמער איינער שטעלט זיך קעגען איהם, בעטן זיי פון יענער זאל איהם נאכגעבען, נישט פון דעם באטשי אז ער זאל מוחל זיין איידער מ'דערלאנגט איהם צוויי אויף זיין מחילה כנגד זכור ושמור, און טאקע בדיבור אחד ווי ס'קומט זיך איהם.

דאס איז, רבותי, א גרויסע טעות. פארוואס טוהען די באטשי'ס (איך זאג באטשי, נישט ווייל די חברה זענען בעיקר אונגארישר, איך האב עס געזען ביי פוילישע און גאליציאנער מיט ליטווישע אויך. נאר דער עולם דא פארשטייט עס לייכטער אזוי. אגב, ביי ירושלימ'ער האב איך עס נישט באמערקט, איך ווייס נישט פארוואס) אזעלכע זאכן? יארן לאנג האבען זיי איינגעהאלטען זייערע שלעכטע מדות, ווייל דער ארום און ארום וואלטען עס נישט צוגעלאזט. זיין ווייב וואלט איהם אפגעלאזט און קיינער וואלט זיך נישט משדך געווען מיט איהם, זיינע אייגענע קינדער וואלטען איהם נישט אנגעקוקט אין פנים. היינט וואס מ'רעדט שוין פון חתונה מאכען דער דריטער דור און ער שטרעבט שוין נישט צו גארנישט, האלט ער אז ער קען טוהן ווי זיין הארץ באגערט און קיינער וועט איהם גארנישט קענען טוהן.

ווען אונז, די יונגערע דור, וואלטען עס קלאר און שטארק פארדאמט, נישט צולאזענדיג זיך באטרעטן פון אזעלכע וואס דער וועלט האט גאר ווייניג פארדינט פון זייער קייען קארטאפעל זעכציג יאר אויף אונזער באליבטע כדור, וואלטען זיי געוואוסט אז מ'דארף זיך ווייטער איינהאלטען און נישט גלייך גרעפסען וואס מ'האט פריער איינגעשלינגען.

און דער תועלת פון דעם האט זיך נאך נישט אנגעהויבען. קוק אויף זיך. דו ביסט היינט פערציג יאר אלט, פינף און פערציג? באלד ווערסטו אויך אין יענער יארען. ווילסטו דען פארלירען דיין צלם אלקים אין יענער יארגאנג און ווערען א פרא אדם וואס מ'לאזט דיר ווייל מ'פאדערט שוין גארנישט פון דיר? אוודאי נישט. ווען מיר נעמען א קלארע שטעלונג היינט אז 'כן לא יעשה', טוהן מיר פארמיידען פון זיך דער ירידה ממדרגות. מיר וועלען אנשטעלען א נייעם ווינט אין בית המדרש און ביים ציבור אז מ'דארף זיך פיהרען מיט דרך ארץ און איידעלקייט עד זיבולא בתרייתא, ווערען אוויפגערופען צום מצוה טאנץ ביים אנהייב ווייל ער איז דער וואס טוט חתונה מאכען אן אייניקעל איז נישט קיין תירוץ זיך צו פיהרען ווי חיה בצורת אדם, דאס געדענקען ווען מ'האט געמופט פון קראון הייטס קיין בארא פארק מאכט דיר נישט קלוגער ווי סיי וועמען, און דיין קערפער איז גארנישט וויכטיגער ווי א צווייטענס. און דער זכות וועט אונז ביישטיין לעתיד. מיר אליינס וועלען זיך נישט דארפען שעמען פון אונזער התנהגות לאחר ששים, מיר וועלען אויך זיך פיהרען איידעלער.

ומלאה הארץ דעה את ה'
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר