הייבט די אנטי חרדי מלחמה אן צו שלאגן ווארצלען?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

הייבט די אנטי חרדי מלחמה אן צו שלאגן ווארצלען?

שליחה דורך moshav zekeinim »

ארטיקלען אין היימשע ענגליש אידיש און עברית, האבן די לעצטע פאר יאר געפיטערט די היימישע וועב באניצער מיט מיינונגען וואס עפענען די אויגן און צייגן דאס פארפירערישקייט פון די חרדישער וועלט, סיי בעניני אמונות ודעות, און סיי בעניני צדק ויושר. בנוסף צו דעם, ארגאניזאצעס ווי פוטסטעפס האבן אנגעהויבן ווייזן אז טאמער גייט מען ארויס איז מען נישט אליין.

מאנכע האבן גע'טענה'ט אז אזעלעכע ארטיקלען מאכן בלויז ערגער, פארוואס? ווייל נאכן גאנצן ווערן אויפגעקלערט זעהט מען אז מען איז סייווי סטאק און מען מוז סייווי מטטאנצן מיט די אמונות טפילות און קאפריזן פונעם סיסטעם. און וואס פאר א גיהינום איז דאס נאכן אויפעפענען דעם קאפ. לויט דער סברה איז דאס דער סוד פון סועסייד ביי אויפגעקלערטע.

און באשר אפשוואכן די כוח פונעם סיסטעם מיט די דערמאנטע, איז דא א סברה אז גאר פארקערט, דער סיסטעם ווערט ענגער און ענגער, דער סיסטעם האט א שמעק וויאזוי צ באקעמפן די זאכן, זי ווייסט ווען צו איגנארירן און ווען צו מאכן מערכות, וועם
ן צו שמירן און ווען צו ליצעווען. און הכל על מקומו ישכון לבטח.

א שווארצער וואלקן האט זיך אראפ געלאזט אויף די אויפגעקלערטע געזעלשאפט וועלעכע האבן זיך געואלט ארויס רירן פון די ד' אמות פון וואס מען האט זיי געפראגראמט. מען שרייבט אין מען האקט שוין פיפצן יאר, במיוחד די לעצטע צוויי יאר, און גארנישט רירט זיך נישט, אדרבה, די דעפרעסיע ביי די וואס פארלאזן ווערט נאר גרעסער, די חרדים קענען צייגן מיט שפאט אז די אלע וואס פארלאזן קומען אן צו דער שווארץ יאר. און אין די זעלבע צייט ווערן די חרדים נאך שארפער און שטרענגער, מען מאכט צניעות אסיפות, אנטי אינטערנעט מערכות, נישט רעדן אין שיל וכו', אמונות טפילות וואקסט ווי אויף הייוון. עס קוקט אויס אז די חרדים זענען עמיונט און פארפאנצערט, און נישט נאר קען מען זיי נישט באקעמפן, נישט נאר קען מען זיי נישט ליבעראליזירן אביסל, נאר זיי אפלאזן מיט א ריר ווערט גאר שווערער, זיי פארמאגן אלע פיפיגע טכסיסי מלחמה צו באקעמפן יעדער סארט עפעקטיווער רעוואלט קעגן די וואס שאקלען אויף יסודות החרדיזם.

בנוסף לזה האב איך באמערקט אז אנטי חרדישע לאזונגען איז געווארן ווייניגער פאפולער. הייסט עס אז די צייטן ווען דאס געשריבענער ווארט האט געהאט א כח און שוין אויך פאריבער? די אייזענע האנט פון חרדיזם האט אויף מיר אנגעהויבן וווארפן א פחד מוות.

פארגאנגענער וואך כאפ איך א שמועס מיט א חבר מיינער פון בארא פארק, ער אבזערווירט שוין יארן דעם סיסטעם און במיוחד די היימישע רבישע הויפן, און ער זאגט מיר "איך ווייס נישט וואס עס האט פאסירט לעצטנס מיטן היימשן עולם, אבער פלוצלינג זעה איך עפעס א שינוי גדול מאוד, דער עולם איז פלוצלינג קאלט געווארן צו היימשע פאליטיק און מהנעשה והנשמע, און פון די רבנים ועסקנים הערט מען עפעס מער נישט. דער עולם ליגט פלוצלינג פעלפאכיג מער אין הוויות עולם הזה געשעפטן און קולטור ווי מען ליגט אין חרדישער גארבידזש, חרדישע וואליוס פארלירן די פאפולערקייט אינרהאלב די חרדים. דאס האט זיך אנגעהויבן צוויי יאר צוריק און די לעצטע פאר חדשים האט עס געמאכט א גאר דראסטישער שינוי
".

זאל דאס זיין אמת וואס ער זאגט, דאן מיינט עס אז די חרדישער דיקטאט פאלט פון אינווייניג, און אפשר גאר האבן די אלע שרייבערייען יא אנגעהויבן שלאגן ווארצלען. און קען גאר זיין אז די אלע מאמרים אין קאווע שטיבל וואס מען האט געמיינט אז זיי ווערן דערטראנקן דורך'ן חרדישן אוקינוס, האבן גאר געהאט א שטארקער עפעקט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר