פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע

שליחה דורך פרייוויליג »

אין גייסט פון די לעצטע פאר אשכולות, האב איך אפגעשריבן די פאלגענדע מאמר:

[justify]איינס פון די ארגסטע פראלעמען פון חינוך און רעליגיע, ספעציעל ביי חרדים איז, אז מיר לייגן 'רעליגיע' בעפאר 'פאמיליע'. אז מען טראכט גוט אריין וועט איר זען אז רוב מחלוקות, און פירוד לבבות צווישן טאטע און קינד, ברידער און שוועסטער, חבר מיט שכן, איז וויבאלד מען לייגט 'רעליגיע' בעפאר 'פאמיליע'. א מענטש פארמאגט ווירדן פון שכל, נפש, ובחירה, און אויף דעם קומט די תורה און זאגט אונז די שריפטן און גדרים וואס מען מעג אדער מ'טאר נישט טון.

א טאטע ברענגט אראפ א קינד אויף דער וועלט, נישט וויבאלד די קינד גייט אויסוואקסן א צדיק, דיין, ת"ח, ראש הקהל, אדער מחבר ספרים. נישט וויבאלד ער וויל האבן איינעם וואס גייט גיין בעקביו. נישט וויבאלד ער גייט האבן איינעם וואס גייט האבן די זעלבע משפחה נאמען ווי אים. נישט וויבאלד ער גייט האבן איינעם וואס גייט אים העלפן לייגן די סכך. נישט וויבאלד ער גייט קענען איינפלאנצן זיינע ווירדן אין א צווייטן.

און נישט וויבאלד ער גייט קענען האבן איינעם וואס גייט האבן די זעלבע אנשויאינגען ווי אים.

מיר ערציען קינדער צו פערטילייזן דעם מענטשליכער באשאף פון ג-ט. יעדער מענטש וויל האבן נחת פון די קינדער. וואס מיינט נחת ביי איינעם מיינט צער ביי א צווייטן. יעדער מענטש וואלט געקענט באשטיין אז זיינע קינדער זאל זיין א שותף מיט זיינע אידילאגיעס, אבער דאס איז בלויז צו זיין "אייגענעם בעניפיט", ווייל קינדער זענען בלויז גענעטיש צוגעבינדן צו עלטערן, אבער די נשמה און שכל טוט זיי מאכן ווי צוויי פרעמדע מענטשן. דאס אז ער גייט די זעלבע היט און שיך ווי דיך איז וויבאלד דו האסט אים דאס געקויפט. אבער עס מיינט נישט אז דיין קינד האט אויך די זעלבע נשמה ווי דיך.

עס איז אבער דא א געוויסע אינוועסמענט וואס א מענטש קען טון צו האבן די פריוויליגיע פון זען קינדער וואס שפיגלען אים אפ, און מיר וועלן צוקומען צו דעם אין א מינוט.

די מיסיע פון האבן קינדער, איז זיי צו אינטערדוסען צו מענטשליכער וועליוס, זיי צו אינטערדוסען צו תורה ומצות. אבער דיין מיסיע איז נישט צו זיין א עומד על גביו און זיכער מאכן אז ער וואקסט א שוחט ובודק. די פאקטישע אויסשטעל פון דיין קינד'ס לעבן איז נישט געוואנדן אין דיך. עס איז אזויפיל געוואנדן אין עלטערן, אז וויבאלד דו ביסט די פאטער/מוטער פונעם קינד, האסטו די געלעגענהייט און כבוד, אז קינדער זאלן מעגליך געווינען טראסט אין ענק, און וועלן שטרעבן נאכצוגיין בעקבות הוריהם מרצונם הטוב.

קינדער וואקסן אויף ביי עלטערן אין שטוב, און זיי באקומען די ערשטע בליק אויף די וועלט דורך זיי. עלטערן באקומען א שאנס פון אינוועסטן זייערע אנשויאינגען אין זייערע קינדער, אויב זיי טוען די ריכטיגע מעטאדן. עס מיינט נישט אז אויב עלטערן טוען די בעפארצוגטע פארשריפטן וועלן זיי באקומען זיכערע טראסט. נאר עס מיינט אז עס איז דא א שטארקע שאנס אז די קינד וועט וועלן בוחר זיין אין די ווירדן פון זיינע עלטערן אויב עס איז דא א לעגיטימע קאנעקשען - און דאס אלעס איז בלויז אן אינוועסמענט וואס קען געלונגען.

יעדער מענטש איז אנדערש פונעם חבר, ברידער, טאטע, און שוועסטער. א מענטש האט אן אייגענע מוח ונשמה, און אייגענארטיגע נסיונות. א מענטש איז וואס ער ליינט, וואס ער גליסט און וואו ער דרייט זיך. די גרעסטע מאס רשעות און רציחה איז, ווען מ'זאגט פאר א קינד "פארוואס ביסטו אנדערש פון דיין ברידער און פארוואס ביסטו נישט אויפגעוואקסן ווי יענעם". 'דעותיהם אינם שווים' טיילן אפ מענטשן ווי צוויי פעלקער. די איינציגסטע טעכנישע חלקים וואס באהעפטן מענטשן איז דורך די פראצעס פון קינדער. אויב וואלטן מענטשן אראפגעפאלן פון הימל ווי די בני ענק וואלטן מען בעסער דערהערט דעם פענאמענאן אז 'יעדער איז אנדערש'.

עס מיינט נישט אז וויבאלד דו גלייבסט אין דיין רבי, וועט דיין קינד גלייבן אין דיין רבי. דאס אז אין מציאות ביסטו לענגער דא אויף די וועלט און די מוטער-נאטור האט דיך צוגעטיילט דעם טיטל 'פאטער', מיינט נישט אז דו קענסט געוועלטיגן אויף דיין קינד'ס נפש רוח ונשמה.

מענטשן באטראכטן קינדער ווי א שדה אחוזה וואס מ'קען טון מיט עס ככל העולה על רוחו. קינדער זענען נישט קיין פראפעטי. די תכלית פון קינדער איז נישט כופה צו זיין דעם בארג על ראשם און זיי באגראבן אויב האבן זיי נישט די זעלבע סארט טעיסט ווי דיך. פריה ורביה איז נישט צו געבן סופערמאכט פאר איין גענעראציע איבער דער צווייטער.

זיכער געבט די תורה געוויסע עלעמענטן וואס עלטערן האבן איבער קינדער, און דאס אויך צוליב די געוואלדיגע הכרות הטוב וואס קינדער דארפן האבן צו עלטערן.

עלטערן דארפן פארמאגן א קשר פון 'מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה' צו די קינדער. א קינד איז א קינד, נישט קיין חילוק וואס ער איז. עס איז דיין קינד! אפילו דו ביסט א איד און ער איז א גוי, אדער צו דו ביסט א גוי און ער איז א איד. עס איז דיין קינד אפילו דו ביסט א ברסלבער און דיין קינד איז א ליבאוויטשער. רוב מענטשן לעבן לויט הרגשים און נישט לויט וואס די כתובה פונעם מענטש פארלאנגט. עלטערן וועלן נישט אקצעפטירן קינדער אין הארץ אויב זיי וועלן צב"ש עסן מאשין מצות, זיי וועלן ווערן דיקטירט לויט די הרגשים אז 'רעליגיע' ערלויבט נישט מאשין מצות, און אויב זיין קינד פארשטייט נישט וואס ער פארשטייט, פארלירט ער דאס הארץ פונעם קינד. די ליבשאפט פון עלטערן צו קינדער ווערן דערשטיקט למחצה לשליש ולרביע ווען עס קומט צו רעליגיע.

טייכן פון בלוט און שנאה איז שוין פארגאסן געווארן דורך עלטערן ווייל זיי האבן נישט געקענט באשטומען אז פאמיליע איז בעפאר רעליגיע.

די איינציגסטער 'אינוועסמענט' פאר עלטערן צו קענען באקומען די פריוויליגיע פון האבן קינדער וואס זאלן וועלן פירן א שטוב לויט זיי - און צומאל וועלן קינדער אפילו קאמפרעמייזן אויף די אייגענע רצוניות, צוליב די ליבשאפט צו די עלטערן - קען נאר זיין אין א פרידיליכע שטוב, וואס איז געבויט אויף פאמיליע, און געבויט אויף ליבשאפט.

די וועלט זאגט אז קינדער האבן נישט ליב די עלטערן אזוי ווי די עלטערן האבן זיי ליב, ווייל עס ליגט זיי נישט אין די די-ען-עי, ווייל אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע וועמען ליב צו האבן. אויף וויפיל למעשה די מימרא טראגט, איז וויכטיג צו געדענקן, אז מען טאר נישט צוזאממישן רעליגיע מיט פאמיליע. דיין קינד איז דיינס ווייל ער איז דיין בלוט און פלייש. און איך לייג אריין אין אים כוחות אויף וויפיל איך קען נאר, און אויף וויפיל איך דארף. דיין ארבעט איז צו לעבן מיט אים און אים צו ווייזן די וועלט אויף א אופן וואס ער 'אליין' זאלן וועלן גלייבן דערינען. דיין קינד דאווענט נישט ווייל 'דו האסט געהייסן', ער דאווענט ווייל הקב"ה וויל אז מען זאל שמועסן צו אים, און דו דארפסט אים דערציילן די זיסקייט פון ה' ותורתו אויף אזא וועג אז ער זאל דאס קענען שפירן. דו קענסט נישט לעבן פאר אים.

א מענטש וואס ברענגט אראפ קינדער און לייגט רעליגיע בעפאר פאמיליע, איז גורם רעה לעצמו ולדורותיו. עס איז באמת זייער שווער צו זאגן פאר עלטערן אז עס זאל נישט באדערן ווען קינדער זענען בוחר עפעס אנדערש, ווייל די הרגשים זענען גובר. אבער עס איז וויכטיג צו חזר'ן אז די בליק אויף קינדער דארף זיין, פונקט אזוי ווי די גייסט און מאטיוואציע פאר מענטשן וואס לעבן און טראכטן נישט, אפשר גיי איך האב א גאר שווערע לעבן, און למה זה אנכי, פארוואס זאל איך לעבן, אפשר גיי איך האבן א חיים רעים ר"ל. דארטן קענען מענטשן דערשטיקן די הרגשים. פונקט אזוי דארפן עלטערן זיין צו קינדער. עטץ זענטס עלטערן ווייל אזוי האט מוטער-נאטור באשטומט. דו ציעסט אויף דיינע קינדער מיט א שטרעבונג אז זיי זאלן אויפשטעלן א בית נאמן לה', א לעבן פון תורה און מצות. מענטשן ווילן אז קינדער זאלן שעפן און מיטטיילן די אידיאלגיעס לויט וויאזוי יעדער פרעזענליך באשטימט. אבער די עקזיסטענץ פון רעליגיע וואס זאגט דיך וויאזוי צו לעבן און ערציען קינדער, טאר נישט זיין א וואנט צו דיינע אייגענע קינדער. און פארשטייט זיך אז די זאך גייט אויך אן צווישן ברידער און שוועסטער.

יעדער מענטש וואס באקומט די מתנה פון האבן קינדער האט די געלעגענהייט צו דערציילן פארן קינד וואס ליגט אים על לוח לבבו, ער קען מיט אים אויסשמועסן וויאזוי ער קוקט מעשה בראשית. און ספעציעל ווען ער וויל אים מוריש זיין השקפה און רעליגיע, מוז געשען אז די קינד זאל דאס וועלן ירש'נען, און דאס קען פאסירן אויב איז דא א גייסט פון פאמיליע אין שטוב. ווי מער עלטערן ווילן "ארויפצווינגען" דעות אויף קינדער אלס שטערקער וואקסט די ווידערשטאנד.

אוועק צו ווארפן בפועל א קינד אדער פונעם הארץ, איז מען אויך מכחיש צו קענען צוריק צו געווינען די אינוועסמענט וואס קען עווענטועל נאכאמאל געשען. די פאלגענדע מעשה האט פארציילט הגאון רבי רבי יוסף יצחק יאקאבסאן: א מיידל איז אמאל ארויס געגאנגען לתרבות רעה, און די מאמע האט באשלאסן אז זי וועט אויף קיין פאל אוועקווארפן דאס קינד. די מאמע האט זיך געמאכט א מנהג אז יעדן טאג 9:00 אזייגער וועט זיך רופן דעם קינד אויפן סעלפאן. די מאמע האט פאר א לאנגע צייט יעדן טאג 9 אזייגער גערופען דאס קינד. זי פלעגט רופן דאס קינד, פרעגן וואס מאכסטו וויאזוי שפירסטו זיך. זי פלעגט אסאך מאל נישט אויפהייבן, זי פלעגט לאזן מעסעדזשעס. אבער דאס איז אנגעגאנען חק ולא יעבור.

איין טאג רופט מען איר אז איר טאכטער אין אין שפיטאל.

די מאמע איז געקומען לויפן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס קינד האט זיך געוואלט נעמען דאס לעבן. די טאכטער האט פארציילט, אז זי האט זיך אווערדאזט. און זי וואלט נאך געדארפט נעמען איין טעבלעט וואס וואלט איר אוועק געלייגט, און עס איז פונקט געווען 9:00 אזייגער, און די טעלעפאן האט געקלינגען. די טאכטער זעט א בילד פון איר מאמע אויפן איידי, און די טעלעפאן קלינגט. האט די טאכטער געטראכט: אויב גיי איך שטארבען, וועט קיינער נישט קלאגן אויף מיך, אבער איין מענטש אין דער וועלט, גייט דאס זייער וויי טון, און דאס איז מיין מאמע. ניין! איך גיי דאס נישט טון.

איר מאמע האט איר געראטעוועט פון א זיכערן טויט. עלטערן קענען צומאל אוועקלייגן און ראטעווען קינדער.[/justify]

:Pinned Quote

[justify]איך וויל מאכן א קלארשטעלונג פארוואס איך רוף אן "מיינונגען" שיטות וכדו' "רעליגיע". באמת האט דאס גארנישט צו טון מיט רעליגיע, נאר היות א ריזן עולם לייגט "אלעס" אריין אין רעליגיע, דערפאר רוף איך עס אן "רעליגיע". זאכן וואס מ'טוט אדאנק רעליגיע רוף איך אן רעליגיע. די רגע דער מענטש פארשטייט אז דאס וואס ער האלט איז "זיין אייגענע מיינונג" און עס האט גארנישט מיט רעליגיע, החרשתי. איך רעד אבער פון די אלע מיינונגען וואס לויפט אין נאמען פון רעליגיע, אין נאמען פון רבי, אין נאמען פון "ג-ט", אויף זיי זאג איך: נישט בעפאר פאמיליע. מענטשן וואס ווייסן אפצוטיילן עכטע רעליגיעזע זאכן פון אייגענע דעות, ווי צב"ש קולטורישע זאכן, וועלן אויך פארשטיין אז "עכטע רעליגיעזע" זאכן ווי שמירת שבת, וכדו' קומט אויך נאך פאמיליע. אבער דא וועלן זיי שוין קענען טענה'נען אז "רעליגיע" זאגט אז ביי חייבי כריתות וכדומה זאל מען איר נישט לייגן בעפאר רעליגיע.[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
Document1.pdf
(54.92 KiB) אראפגעלאדנט 76 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 95 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר