בלאט 1 פון 1

אי לאו האי יומא - כ"א כסלו

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 1:07 am
דורך שמעון וואלף
די וואס דרייען זיך מיט יוצאי מוסדות סאטמאר, איז אודאי שוין אמאל אויסגעקומען צו הערן ווי זיי ווייסן צו דערציילן אז זייער רבי (מהר"י ט"ב ז"ל) איז דער וועם ס'איז צו פארדאנקען דאס גאנצע אידישקייט בזמן בזה. אפילו ס'זענען געווען אנדערע וואס האבן אויך געטון, איז זייער הצלחה אבער געווען נאר ווייל אין וויליאמסבורג איז געווען דער סאטמאר רב.

לאמיר קלארשטעלן: איך בין א שטארקע פארעהרער פון סאטמאר רב און ס'איז נישט קיין ספק אז ער איז געווען איינע פון די וואס האבן געשפיעלט א מעיזשאר ראלע אין די ווידעראויפבוי פון די יהדות החרדית נאכ'ן חורבן אייראפע. פון די אנדערע זייט אבער קרענקט מיר ווען מ'מיינט אז מ'גייט אים מאכן גרעסער דורך פיטערן די מאסן מיט שקרים וכזבים און נישט דערציילן דעם אמת איבער אנדערע גדולי ישראל. א סאטמערע יונגל קען זיין קאנווינסט אז דער צעהלימער רב האט שוין געהאט אן אפוינטמענט ביים בארבער זיך אפצוגאלן דעם בארד, נאר צו מזל איז סאטמאר רב פונקט דאן אנגעקומען אויף אמעריקא און משפיע געווען אז ער זאל דאס נישט טון.

ווען מ'פרעדיגט די שטותים פאר די יונגווארג ברענגט עס טאקע די געווינטשענע רעזולטאטן אין די קינדער און בחורים זענען זייער פראוד צו זיין פון די לגיון של רשכבה"ג. די פראבלעם געשעהט אבער ווען מ'גייט ארויס פון די וויליאמסבורגע/קרית יואל'ע גבולות און מ'ווערט געוואר אז ס'איז דא א גאנצע וועלט חוץ סאטמאר, און זיי האבן אויך געהאט גדולים וואס האבן אויפגעטון אפילו מער ווי סאטמאר רב.

א סאטמאר גרעדזשועט האט אמאל גערעדט מיט מיר וועגן די גדלות פון זיין רבי און אלץ וואס ער האט אויפגעטון. האב איך אים געפרעגט טאמער ער האט שוין געהערט פון תורה ומסורה? ער האט נישט געהאט די מינדעסטע השגה פון וואס איך רעד. האב איך אים דערציילט אז ר' אהרן קאטלער האט זיך געזארגט פאר אידישע קינדער פון איבער גאנץ אמעריקא זאלן וויסן וועגן אידישקייט, תורה ומצוות. און אפילו אזעלכע וואס גייען אין פאבליק סקול זאלן זיי גיין צו אידישע שיעורים זאל דאס זיין אן עפטער סקול פראגרעם אדער זונטאג'דיגע קלאסן.

נאכדעם האב איך אים געפרעגט, וואס האט סאטמאר רב געטון וועגן אסימילעשאן? האב איך אים מגלה געווען אז די רבנים פון OU זענען כסדר פארנומען דערמיט און זיי פארשפרייטן אויפקלערונגס מאטעריאל איבער גאנץ אמעריקא וועגן די חומר הדבר. כהנה וכהנה זענען דא אסאך זאכן וואס מ'פראבירט צו פארהוילן אז די קינדער זאלן נישט וויסן וואס אנדערע גדולי ישראל האבן אויפגעטון.

ס'איז ביי מיר קלאר אז דער סאטמאר רב האט געהאט א השפעה אויף די פרומע חסידישע עולם. ער האט נישט גערועט און געשטארקט זיין עולם נישט צו קאמפראמייזן און זיך נישט צו שעמען צו טון וואס איז ריכטיג. דאס איז שפעטער אריבערגערינען צו אנדערע קרייזן אויכעט. מ'דארף אבער אכטונג געבן נישט צו זיין אין כלל פון כל המוסיף גורע, נישט מגזם זיין ווייל ווען מ'ווערט עלטער און מער אויפגעקלערט ווערט מען געוואר אז מ'האט נישט דערציילט דעם אמת און נאכדעם איז מען בועט אין אלעם.