פירן א געזונטע ווירטשאפט אין א אומגעזונטע געזעלשאפט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

פירן א געזונטע ווירטשאפט אין א אומגעזונטע געזעלשאפט

הודעהדורך mevakesh » פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 2:26 pm

לעצטנס איז דער עולם אין שטיבל צוריק פארנומען מיט דער סיסטעם, וואס אסאך דא פיהלן אז עס איז פארפוילט און שטערט אינעם לעבן.

איך וואלט געוואלט אביסל אויסשמועסן וואס פאר א השתדלות מענטשן קענען טוהן צו פארבעסערן די צושטאנד, און וואס פארא פעולות איז לדעתי נישט שייך פאר אנשים פשוטים כמוני.

אלס א כלל האלט איך אז פאר א יונגערמאן וואס איז חתונה געהאט און מער ווייניגער צופרידן מיט זיין פערזענליכע לעבן איז נאריש זיך ארויסצושטעלן אפן אנטקעגן די סיסטעם בקול רעש, פשוט ווייל עס לוינט זיך נישט מקריב צו זיין די אייגענע לעבן פארן טובת הציבור.

למשל אויב איינער שטעלט זיך ארויס אנטקעגן תקנות מיט א פאמפ ריזיקירט ער מיטן פארלירן די מוסדות פאר זיינע קינדער.
אדער אפילו אויב נישט קען ער ריזיקירן מיטן ווערן אויסגעשפיגען פונען געזעלשאפט, וואס הגם פאר געוויסע גייט עס נישט אזוי שטארק אהן, אבער פאר אסאך איז דאס אן ערענסטע פראבלעם.
און ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו שידוכים איז גאר קאמפליצירט, און אפילו געוויסע גייען שרייען אז דאס איז נאריש, איז אבער דער אמת אז פאר מענטשן פשוטי עם אזוי ווי מיר וואס זענען פון אלע זייטן ארומגענומען מיט פיש זאפט איז דאס אן ערנסטע פראבלעם.

פון די צווייטע זייט זיצן מיט פארלייגטע הענט און זיך לאזן פיהרן דורך יונגען שלא קרו ושנו און זיי לאזן פארעמען מיין שטוב און קינדער און דעם עתיד, איז דאך אויך נישט קיין עצה.

אלזא וואס קען מען יא טוהן?

האב איך געטראכט אראפצושרייבען אפאר רעיונות וויאזוי א מענטשן קען פארעמען זיין קרעמל און שטוב מער אויף א מענטשליכע ליניע, און נישט לויט די פארשריפטן פון די וואס האבן נאך קיינמאל נישט געלעבט אויף דער וועלט נאר פאנטאזירט וויאזוי דער באשעפער וואלט געוואלט עס זאל אויסקוקן.

קודם כל איז וויכטיג צו באטאנען אז מענטשן האבן סאך מער א פחד פון די געזעלשאפט פון וואס עס איז טאקע דא מורא צו האבן, אין אלגעמיין איז דער כלל אז ווילאנג מען איז רוהיג און מען פיהרט נישט קיין מערכות וועלן זיך ווייניג קימערן מיט וואס פונקטליך מען האלט אדער מען זאגט, אפשר וועט מען וויסען אז יענער איז אביסעל אן אויפגעקלערטער אבער נישט צו סאך מער פון דעם, דער עיקר וואס די יושבי חושך קענען נישט פארטראגען איז ווען מען העצט און קאכט, אלזא מען ברויך נישט קאכן, מען קען מקיים זיין דעם דברי חכמים בנחת ישמעון.

א צווייטע וויכטיגע יסוד איז אז ביי מיר אינדערהיים בין איך בעל הבית און איך קען שטעלן מיינע פריאריטעטן און התנהגות אין אידישקייט, און אזוי ווי פריער ארויסגעברענגט דארף דאס נישט ווערן געטוהן מיט א ווילדקייט און אויסגעשפראכענקייט, קינדער זענען גאר שטארק מיט זייער אינטואציע און זיי פארשטייען גאנץ שנעל וואס איז וויכטיג און וואס נישט, און עס פעלט נישט אויס קיין סאך אז זיי זאלן האבן די ריכטיגע יסודות, נאר מען דארף האבן די קאפ אויפן פלאץ צוצוגיין מיט א קלארע חינוך.

א דריטע יסוד וואס איז דער וויכטיגסטע איז אז מען דארף זיין זייער קלאר און געבויעט ביי זיך וואס מען וויל און וואס מען האלט, און דאס קען אויסקוקן גרינג אויפן ערשטן בליק, אבער עס איז גארנישט אזוי פשוט, ובפרט ווען דער וואס ציעט אויף רעכט איז איבערצייגט אז ער פארשטייט פונקטליך וואס דער באשעפער וויל און ער שטיפט עס אונז אריין אינעם גערגל נאך פון ווען מען איז אין די פעמפערס, און אפילו מען שפירט אז עס איז נישט ריכטיג איז מען אבער נישט קלאר וואס יא, ווייל יענער ברענגט דאך בפירושע ראיות פון מאמרי חז"ל וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געהעריג געלערנט, צוליב דעם איז זייער וויכטיג צו זיין קלאר מיט זיך וואס מען האלט איז דער ריכטיגע וועג אין לעבן מיט אמת'ע שמחת החיים און אויפן דרך התורה.

און איינמאל מען איז קלאר ביי זיך איז די ערשטע צוויי נקודות גאר פשוט און גרינג, מען דארף נישט זיין פארביסן נאר גיין מיט א שטארקייט אויפן אויסגעטרויטענעם וועג, און מחנך זיין די קינדער מיט א שטארקייט און קלארקייט אין וואס מען גלייבט באמת.
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 804
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 720 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 3:43 pm

במה דברים אמורים? ווען מען האט נאך נישט געלייגט די לאפעס אויף דיין לעבן, איינמאל עס געלונגט זיי אריין צושטעקן א פיס אין דיין לעבן דאן איז דאס אלץ נישט גולטיג.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל

הודעהדורך mevakesh » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:21 pm

ריכטיג, און טאקע דערפאר איז וויכטיג צו טוהן געלאסען און רואיג און נישט ווילד און מיט רעש, אזוי אז די מלאכי חבלה זאלן נישט אריינשפרינגען
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 804
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 720 מאל

הודעהדורך אייז קריעם » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 5:52 pm

דאס ארבעט אויב מען איז א קינעדערלאזער מענטש. אבער טאמער האט מען קינדער דארפן זיי האבן חבירים מיט וועמען צו האבן א מינינגפאל קאנווערסעישן (טינעידשערס) און אויב זענט איר זייער אמת'דיג וועלן זיי זיך נישט פארשטיין מיט די רעשט מענטשן אשר כורעים לבעל.

און דאס איז נאך פאר שידוכים. דער וואס איז שוין געווען דארט, דארף נישט קיין הסבירים.

בקיצור, עס קען געטוהן ווערן, אבער מען דארף האבן א סופארט גרופע טאקע אפשר דא און קאווע שטיבל צו באקומען חיזוק when the going gets tough.
Anything that explains everything also explains nothing.
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 225 מאל

הודעהדורך mevakesh » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 7:00 pm

איך זאג נישט אז עס קומט אהן גרינג, און אמת אז קינדער מאכן נישט גרינגער די עסק, אבער מען קען עס טוהן.

איך זאג נישט אז מען דארף זאגן גראב פאר די קינדער אז כ"א כסליו איז סך הכל א פאנדרעיזינג אקציע, אבער גארנישט וועט נישט געשען אז דער קינד וועט זעהן אז מען ווערט נישט איבערגענומען פון דעם, און לא אלמן ישראל, דיינע קינדער וועלן האבן גענוג מיט וועמען צו רעדן, אפשר טאקע נישט מיט מנשה פילאפס אייניקלעך, אבער מיט קינדער פון פיינע משפחות.

דער פחד אז די קינדער גייען נישט האבן מיט וועם צו רעדן איז אויך גאר איבערגעטריבן, אויב עפעס איז דא א פראבלעם אז זיי וועלן זיין צומישט, אבער איך האלט אז מיט א קלארע חינוך ווי אויבן ארויסגעברענגט וועלן די קינדער זיין זייער קלאר און געבויעט.
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 804
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 720 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 5 געסט