חריידיזים - אירע עשרת הדברות, וואס זענען זיי?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

חריידיזים - אירע עשרת הדברות, וואס זענען זיי?

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 10:41 am

שא שא, עס טוט זיך א רעש, מען גייט געבען די תורה פאר חרדים. שוין מען האט געמאכט אלע הכנות, אלע פרישות, אלע גדרים, און? קראך. כ'ווייס, נאך אלץ נישט וואס איז דאס איך דארף טוהן צו זיין א חרדי, אדער אויב למשל כ'וויל ווערען אויס חרדי, וואס זאל איך טוהן?

כ'האב געקלערט פין חלילה רעדען אויפ'ן טעלעפאן שבת, נעה, אפילו איוואנקא טוט עס נישט, און זי איז זיכער נישט קיין חרדי.

נישט עסען טשולענט שבת? אפילו די א.ט ד. זינגען קה אכסוף אויף א טעלער טשולענט.

שוין כ'בין נבוך.

ביטע העלפט מיר ארויס און ביטע זאגט מיר ווי זענען די פארשריפטען וואס געבן אהן וואס מ'מעג יא און וואס נישט.

יישר כח.
אישתישבי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

הודעהדורך лпم iοوԴ » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 11:03 am

באניצער אוואטאר
лпم iοوԴ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 267 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 278 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 1:38 pm

בא חבקוק והעמידן על אחת, שוטה באמונתו הטפילה יחיה
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1544 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 3:57 pm

ח
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 7:28 pm

אישתישבי האט געשריבן:שא שא, עס טוט זיך א רעש, מען גייט געבען די תורה פאר חרדים. שוין מען האט געמאכט אלע הכנות, אלע פרישות, אלע גדרים, און? קראך. כ'ווייס, נאך אלץ נישט וואס איז דאס איך דארף טוהן צו זיין א חרדי, אדער אויב למשל כ'וויל ווערען אויס חרדי, וואס זאל איך טוהן?

כ'האב געקלערט פין חלילה רעדען אויפ'ן טעלעפאן שבת, נעה, אפילו איוואנקא טוט עס נישט, און זי איז זיכער נישט קיין חרדי.

נישט עסען טשולענט שבת? אפילו די א.ט ד. זינגען קה אכסוף אויף א טעלער טשולענט.

שוין כ'בין נבוך.

ביטע העלפט מיר ארויס און ביטע זאגט מיר ווי זענען די פארשריפטען וואס געבן אהן וואס מ'מעג יא און וואס נישט.

יישר כח.


הערט א ספעקטאל וואס האט זיך אפגעשפילט:
דער אייבערשטער געבט די תורה פאר אידישע קינדער, די יודן נעמען עס בחפץ לב! א שאלה? אז דער אייבעשטער געבט וואס איז דא נאכצוטראכטן, עס איז זיכער עפעס א גוטע זאך.
יארן לויפן אדורך, לא ראו זה כראו זה, עס איז נייע צייטן, עס קומט אן די וויי געשריי פון רוב מנין און רוב בנין פון כלל ישראל: וואס זענען מיר שולדיג אז אונזערע זיידעס האבן ליב געהאט די תורה, עס איז אוממעגליך, עס איז ממש אומדערטרעגליך, זייער א שווערע תורה, עס איז נישט מעגליך עס צו היטן, מעיקרא מאי כסבר? פרעגן זיי מיט פאטאס, וואס האבן זיי געקלערט ווען זיי האבן גענומען די תורה אין מדבר ביים מעמד הר סיני.

מלאכי מעלה, בית דין של מעלה, האבן זיך צאמגענומען איבערצוקוקן וואס אזאנס האט דא פאסירט? קען דען זיין אז דער עם הנבחר איז נישט צופרידן מיט'ן תורה וואס זיי האבן מקבל געווען? נאך חקירות און דרישות שטעלט זיך ארויס: והנה אמת נכון הדבר, יא! עס ליגט עפעס דברים בגו, עס איז א טענה וואס כלל ישראל טענה'ט צום אייבערשטן.
די וויי געשריי פון יונג און אלט, פרום און פריי, פון אלע שיכטן און קרייזן, חסיטוויש ליטוויש, מאדערן, אדטעדאקס, אזש ביז פארפרומטע, די געשריי האט געגרייכט די העכסטע פענסטער'ס, א פעטיציע איז געשיקט געווארן און דערגרייכט דעם... כסא הכבוד, כביכול נאר דער אייבערשטער אליין ער קען זיך מטפל זיין מיט דעם קעי"ס, ס'זענען דאך זיינע קינדער, ווער נאך ווי א טאטע קען פארשטיין די צער פון זיינע טייערע קינדער.


נישט פאריבער אפאר טאג, און די גאנצע פמליא של מעלה, במעמד מלאכי מעלה, בית דין של מעלה, איז גע'פסק'נט געווארן נישט מער און נישט ווייניגער: די אידן האבן א טענה! די טענה איז נשמע ונתקבל געווארן אין הימל, און לאור דעם וועלן די אידישע קינדער האבן די געלעגענהיייט צוריקצושיקן די תורה צום אייבערשטן, ריטורן טא סענדער בלע"ז... א מקח טעות.

עס איז באשטומט געווארן א דאטום וואס ביז דאמאלטס וועט יעדער קענען קומען צוריקברענגן די תורה, אזוי ווי די שיפמענט וועט געענדיגט אנגעלאדענט ווערן וועט מען דאס אראפשטעלן ביי א לאקאציע פון ווי מען וועט עס קומען אפנעמען.

דער גורלדיגער טאג איז אנגעקומען אידן האבן זיך אפגעלאדענט די שווערע זעק מיט מצוות און די לאוי"ד איז גרייט פאר שיפמענט.

מלאכים, שרפים, ואופני הקודש, קומען אן צום באשטימטן ארט אינם באשטימטן צייט, מען גייט צוריקגעבן די תורה... מלאכי צבאות ידודון ידודון... עלה בסערה השמימה... די דיע"ל איז געשלאסן דאס גאנצע סחורה איז צוריקגענומען געווארן.


אין הימל ווייטער ווארט מען די פמליא של מעלה איבערצונעמען דאס געפעק, מען דארף זעהן וואס מען טוט דא ווייטער, מאנכע טענה'ן: תורה לא בשמים הוא, מן וועט מוזן גיין צום אייבערשטן אליין, ער זאל זעהן וואס מען טוט דערמיט דא ווייטער.

דער טרעלער ווערט געעפענט: א הילכער געלעכטער הערט זיך פון עולם האצילות, קינדערליך דאס איז נישט די תורה וואס איך האב אייך געגעבן... איך ווייס נישט ווער עס האט אייך פארקויפט דעם תורה, אבער איין זאך איז זיכער: איך האב דעם תורה נישט גיגעבן ביים מעמד הר סיני, אויף די אלע זאכן וואס איר האט צוריקגעשקיט איז קיינמאל קיין קבלת התורה נישט געווען...
וואס איז דארט געליגן? וואס אידישע קינדער האבן אזוי שווער געטראגן, און געווען מלא טענות אויף ד תורה, און אויפ'ן נותן התורה?
דאס, און נאך גאר אינטערסאנטע פארקטארן ארום די מיסטעריעזע געשיכטע וועט נאכגעפאלגט ווערן דא אין קאווע שטיבל

פרטים יבואו בעזרת השם
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

Re: חריידיזים - אירע עשרת הדברות, וואס זענען זיי?

הודעהדורך קל וחומר » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 8:16 pm

אישתשבי מיט מיש-נייעס זענען לכאורה פון זעלביגן מוטער געבארן.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1557
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2153 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 8:33 pm

די היינטיגע רבנים זענען הייליג מקיים די ערשטע צוויי פון די עשרות הדיברות, ״אנכי ולא יהיה לך״! און דארט שטעלט זיך עס אפ!.
“Fighting for peace is like screwing for virginity”


George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3992
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3718 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 1:30 pm

שבת אחים האט געשריבן:די היינטיגע רבנים זענען הייליג מקיים די ערשטע צוויי פון די עשרות הדיברות, ״אנכי ולא יהיה לך״! און דארט שטעלט זיך עס אפ!.


ס'גיייט ווייטער, און וויזניץ איז זכור את יום השבת, אין סקווער כבד את אביך,

די איבעריגע לא'ס עלעך לאזען פאר א צוויייטען.
Occupation: I'm a florist and yes, weed IS a plant
באניצער אוואטאר
וואלווי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 913
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1095 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 2:07 pm

אין באבוב און אין סאטמאר איז לא תחמד, זיי קענען דאך נישט אויסהאלטן אז זייער אייגענע משפחה האט אויך א רביסטיווע און אז יענער איז אויך אויף די מאפע.
“Fighting for peace is like screwing for virginity”


George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3992
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3718 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 2:10 pm

אין סקווער איז עס כבד את אביו, נישט אביך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5342
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4990 מאל

הודעהדורך אייז קריעם » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 5:27 pm

פארוואס סקיפט מען דא לא תשתחוה להם ולא תעבדם?
Anything that explains everything also explains nothing.
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 222
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 9:14 pm

שבת אחים האט געשריבן:די היינטיגע רבנים זענען הייליג מקיים די ערשטע צוויי פון די עשרות הדיברות, ״אנכי ולא יהיה לך״! און דארט שטעלט זיך עס אפ!.


גאר שטארק... אמת און צום פינטל.
איך ווייס נישט צו מען דארף :lol: אדער :אויוויי:
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 9:16 pm

שבת אחים האט געשריבן:אין באבוב און אין סאטמאר איז לא תחמד, זיי קענען דאך נישט אויסהאלטן אז זייער אייגענע משפחה האט אויך א רביסטיווע און אז יענער איז אויך אויף די מאפע.


ס'לאו דווקא באבוב און סאטמאר
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 9:17 pm

קל וחומר האט געשריבן:אישתשבי מיט מיש-נייעס זענען לכאורה פון זעלביגן מוטער געבארן.

ניטאמאל געטריקענט וועש אונטער די זעלבע זון
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט