בלאט 1 פון 1

חריידיזים - אירע עשרת הדברות, וואס זענען זיי?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 9:41 am
דורך אישתישבי
שא שא, עס טוט זיך א רעש, מען גייט געבען די תורה פאר חרדים. שוין מען האט געמאכט אלע הכנות, אלע פרישות, אלע גדרים, און? קראך. כ'ווייס, נאך אלץ נישט וואס איז דאס איך דארף טוהן צו זיין א חרדי, אדער אויב למשל כ'וויל ווערען אויס חרדי, וואס זאל איך טוהן?

כ'האב געקלערט פין חלילה רעדען אויפ'ן טעלעפאן שבת, נעה, אפילו איוואנקא טוט עס נישט, און זי איז זיכער נישט קיין חרדי.

נישט עסען טשולענט שבת? אפילו די א.ט ד. זינגען קה אכסוף אויף א טעלער טשולענט.

שוין כ'בין נבוך.

ביטע העלפט מיר ארויס און ביטע זאגט מיר ווי זענען די פארשריפטען וואס געבן אהן וואס מ'מעג יא און וואס נישט.

יישר כח.