איבער חנוכה, געמישטע געפילן און קוויטלעך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

איבער חנוכה, געמישטע געפילן און קוויטלעך

שליחה דורך חכם-לב »

ער איז אנגעקומען. פונקט ווי ערווארטעט. חנוכה. און מ'האלט שוין אינדערמיט. זינג מיט מיר, "אוי חנוכה, אוי חנוכה... א יאנטאף א שיינער... אלע נעכט מיט דריידלעך שפילן מיר..."

מיט וואס אייגענטליך איז פונקט חנוכה אזוי שיין...? קלער איך אז דאס איז דאך א דבר פשוט אז דערפאר וואס חנוכה איז א צייט וואס דורות לאנג פלעגן זיך די משפחות צוזאמקומען, אונטערהאלטן זיך, פארברענגען, שפילן, מ'האט דאך נישט געקענט גיין שפאצירן, ס'איז קאלט, ס'איז טונקל... נו... העט מען מאכן א חנוכה פארטי...

א פארטי. ס'זענען דא וואס וועלן דאס דייקא רופן א מסיבה. יאפ. ס'איז שיין... וואס איז דען שענער ווי א אידישע משפחה וואס זיצט ביים טיש און נאכן אפעסען אפאר לאטקעס שמייכלען אלע און מ'שפילט דריידל... שלומי לייגט אריין פינף פעניס נאך ער באקומט א ''ש'', דער טאטע איז אויפן רייע און מאכט א שטארקען דריי מיטן דריידל אז ס'זאל נעמען לכל הפחות גענוג צייט אז אלע קינדער זאלן זאגן 'ואו' און יעדער זאל אראפקוקען צום דריידל און אויסווארטן ווילאנג אירע כוחות גייען צוביסלעך אויס און פאלט מידערהייט אויף א ''נ'', דער טאטע נעמט ארויס פינעף פעניס פונעם באנק, יעצט איז מוישי אויפן רייע, ער מאכט אזא אומבאלומפערטע דריי, אבער וואונדער איבער וואונדער ער האט באקומען א ''גימל" און נעמט אלע פערציג פעניס, נישט פאר דער קליינער רחל'ע טענה'ט אז זי וויל צוריק אירע צען צענט... יא. חנוכה איז א שיינער יום טוב. אבער וואס איך קען נישט פארשטיין זייט איך בין א קליין יונגל איז, פארוואס עפעס אוי? אוי חנוכה?

נאך די קינדער האבן זיך געלייגט, רופט מיך אהן א חבר אז ס'גייט זיין ביי אים אינדערהיים א קוויטלעך געים... כ'זאל אריבערקומען, ס'גייען זיין דארט עטליכע פון מיינע חברים, נו, מנהג ישראל תורה, ס'איז דאך חנוכה. מיט גרויסע עקסייטמענט לויף איך אריבער, אלע באגריסן דארט דעם יוסף בער וואס איז אנגעקומען, יוסף בער איז גאנץ אנ'איידעלער יונגערמאן, א נישקשה'דיגן באליבטער, א שטיקל הויכער, מיט א קליין רויטן בערדעל... כ'דערקען דארט אפאר אלטע חברים, און צוויי פריש נייע פענימער וואס איך האב נאר וואס געזען צום ערשטן מאל.

איך פרוביר דארט מיט מיין אייגענעם שכל אפצושאצן, ווער ס'האט דערלייגט און ווער ס'האט געמאכט... מ'הערט טשיפס קלאפן איינער אויפן אנדערן, דאס באנק קוקט אויס גרויס, ארום הונדערט-און-פערציג דאלאר. משה אריה זיצט דארט מיט אן "עלעווער", ס'איז זיין רייע, ער קוקט אראפ צו זיינע טשיפס, קוקט מיט אייפער צוריק און הין צום מיטן פון טיש ווי ער שמייכל'ט צום באנק, און זאגט הויעך ''באנק'', דער באנקיר דוד דערלאנגט אים א קארטל. א ''פינעווער''... ער בלייבט שטיין. באנק לייגט אראפ אן 'אכטער' מיט א 'צענער'. ''צאל''! הערט זיך א כאר פון די עולם ארום די טיש. משה אריה שמייכל'ט און נעמט ארויס די בערזל ציילט צו ער האט נאך אויף רענט, נעמט ארויס א הונדערט און פופציג און נעמט צוריק צען, מורמעלט זיך אונטער "נייס" ''ואו'' אראפקוקענדיג צו זיין געלט מיט די נוסח ווי איינער וואס זאגט 'דערווערגטס ענק'.

אזוי ריק איך מיך אריין אינעם געים, מיין חבר מורמעלט מיך אונטער אז משה אריה האט שוין דערלייגט דא א קנאפע חמש מאות, ער האט דאס געזאגט מיט אזא אתנחתא ניגון אז איך בין נישט געווען זיכער צו ער שוינט אים אדער לאזט מיך וויסן אז איך קען דא מאכן אפאר גראשן. איך קוק מיט רחמנות'דיגע בליקן צו משה אריה, איך קען אביסל זיין פינאנסיעלע מצב. מען טיילט שוין ווידער קארטן. איך באקום א 'זיבענער', אלע פרייען זיך אז משה אריה האט דאסמאל באקומען א צוועלעווער. באקומען א צוועלעווער נאך ווען מ'האט דערלייגט געלט און ס'איז דא א גרויסע באנק איז אזוי ווי א שנארער וואס קלאפט אין טיר זאל באקומען א הונדערט אכציג טאלער פון די קליינער טאכטער וואס עפענט די טיר, אה, צדקה בדרך כבוד, אדער ווי איינער זאל דיך אנגעבן א בשורה טובה אויף וואס דו ווארטסט שוין צען יאר, דאס גאנצע לעבן טוישט זיך, ווי רש''י טייטשט ויפג אין פרשת ויחי, אדער ממש אזויווי אויספאסטן מוצאי יום הקדוש, ממש תחיית המתים. אלע פרייען זיך שטילערהייט, אז משה אריה וועט דא עפעס 'צוריקמאכן', איך בעט א "בלאט", מ'דערלאנגט מיך א צענער, איך לאז עס לויפן. יעצט קומט די רייע אויף יענקי, ער הערט נישט אויף צו רעדן הויעך, ער בעט פינעפונצוואנציג אויף זיין קארטל, ער זיצט דאך אויף א הויפן פון געלטער, אלע 'חברים' קוקן מיט פלעזשור ווי ער פאטשט און דערלייגט אריין, בשעת'ן דרש'נען עפעס וועגן זיין שוויגער. יעצט קומט די רייע אויף משה אריה, א געניט אויג באמערקט ווי ער טרייסלט שוין אביסל, באנק שטייט ביי ארום דריי-מאות יעצט... זיינע אויגן ווארפן זייטיגע בליקן, א קליינע בליק אויף ארויף וואס קען זיך כמעט הערן ווי א תפילה, ער גארטלט זיך אן די כוחות, און שרייט "באנק!" ער האט דאס געזאגט ווי איינער שרייט צו זיין בעל חוב 'גיב מיר צוריק מיין געלט!'. דער באנקיר דערלאנגט אים א קארטל, ער קוקט ארויף צום דאך, א געמישאכטס טרערן מיט א שמייכל גייט ארויף אויף זיין פריש בלאס געווארנעם פנים. ער גיבט א שלינג אז ס'קען זיך דורכזעהן זיין גדיכטן בארד. אלע ווייסן וואס דאס מיינט, ער האט באקומען א פינעווער... שוין, זיבעצן אדער פערצן... ער נעמט נאך א קארטל. ער האט באקומען א צענער. די געפילן מישן זיך. א געלעכטער וואס הערט זיך ווי א געוויין הערט זיך. אפילו יענקי ווייסט צו שווייגן יעצט. משה אריה ברעכט די שטילקייט, פרעגט איידעלערהייט וויפיל ער דארף צאלן, אונטער דעם איידעלקייט זעהט זיך אהן אז אפאר אומאיידעלע ווערטער זענען שוין אויף זיין באוואוסטזיין. ער לייגט אריין ס'געלט. יעצט איז שוין דא א סכום הגון אין באנק. די געפילן זענען געמישט, ויחד יתרו קומט ארויף, מ'פריידט זיך, אבער יעדער וויל אז משה אריה זאל עפעס צוריקמאכן, אין אנדערע ווערטער, יעדער וויל אז ער זאל פארלירן, אבער נישט אזוי סאך. אבער דאך וויל יעדער זיך פילן גוט מיטן פארדינען, און דורך דעם וואס משה אריה וועט צוריקמאכן עפעס וועלן זיך אלע שוין פילן גוט.

"זיבעטע קאהן!" שרייען אלע. מען טיילט קארטלעך. איך באקום א ''זעקסער'', דער עולם שפילט, דער מאכט, דער דערלייגט, מ'קומט אן צו מיך, א בלאט בבקשה, איך באקום א ''דרייער''... נו, בעט מען פינעף און צוואנציג... א "צווייער", פשיאאאה ''עלעוועראן" אלע שרייען איך מוז למען השם איינשטעלן לכל הפחות א הונדערטער, ס'איז דאך דא זעקס מאות אין באנק. דא רופט זיך שוין שמעון אן און טענה'ט אז טאמער גיי איך ווייניגער ווי צוויי-פופציג בין איך א בהמה און זיינע אויגן. נו, ווער וויל דען זיין א בהמה? און אויכעט קען איך באשטיין צו האבן אן איבעריגע צוויי-פופציג, נישט חלילה, ווייל איך בין געלט גייציג, איך וועל טוהן גוטע זאכן מיט די געלט, צום ביישפיל, געבן מעשר פאר מיין ארימען שכן, קויפן א שיינעם פאזל פאר מיין טאכטער וואס איך האב נישט געהאלטן ביים אויסגעבן געלט פאר, אויכעט, קלער איך מיר, וואס, יענקי זאל אלעס נעמען? דאס איז דאך סתם אנ'עבירה. שוין, נו.

''צוויי-הונדערט-און-פופציג!" מיין ערשטן בעט ביים געים דא. אלע קוקן, איך זעה ווי מיין 'חבר' משה אריה דאווענט אז איך זאל עס נישט מאכן. איך באקום אן איינסער. און דערנאך קומט אן ''עלעווער''... איך האב מיט מיינע אייגענע אויערן געהערט וויאזוי א שטיין פאלט אראפ פון משה אריה'ס הארץ. תפילה העלפט.

פון דא און ווייטער איז די מעשה נישט אזוי אינטערעסאנט. יענקי האט למעשה געמאכט יענעם נאכט אריבער אנ'אלפ'ל, איך מיין אז ס'איז מער וואס ער פארדינט און א געווענליכע וואך. דוד האט אוועקגעוואקגט מיט אפאר מאות, ער האט אונז איינגערעדט אז ער האט נאר געמאכט א פופציגער, שלמה האט געמאכט כמעט דריי מאות, נאך איינער וואס איך קען אפילו נישט זיין נאמען האט געמאכט א מאה וחמישים, שמעון האט אויכעט געמאכט עפעס. משה אריה האט אנגעוואוירן די מערסטע פון אונז אלע. איך האב אויכעט פארלוירן א גוטע פאר מאות. אלע 'חברים' האבן רחמנות געהאט אויף אונז, מ'האט אונז פארזיכערט אז דאס איז נאר א געים און אונז "חברים" האבן נישט אויפגעהערט רעדן ווי גוט די געים איז געווען.

אוי איז עס גוט געווען.

יעצט זינגט מיט מיר ''אוי חנוכה... אוי חנוכה..''

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר