א וועלט מיט וועלטלעך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

א וועלט מיט וועלטלעך

הודעהדורך חקרן » מאנטאג יאנואר 02, 2017 9:04 pm

דרייט זיך א מענטש אויף די וועלט, קוקט זיך ארום אויף די בעלי-חיים ארום זיך, נארישע בעלי-חיים וואס פארמאגן קיין דעת נישט. קענען זיי דען בויען אזעלכע אימפעריעס ווי דער מענטש? – האבן זיי דען דער שכל פון דער מענטש? – קענען זיי רעדן און זיך פארשטיין אזוי ווי דער מענטש? – קענען זיי פראדוצירן אזעלכע מאסיווע טעכנעלאגישע מאשינען אזוי ווי דער מענטש? – האבן זיי דעם כח זיך צו באנוצן מיט פייער אזוי ווי דער מענטש, און איר מאנאווערן צו טון דערמיט וואס ער וויל? – קען ער דען גיין אויף צוויי? – וואס איז דער נארישער בהמה אז מען זאל זיך בכלל רעכענען מיט אים?

דער מענטש קוקט זיך אן ווי דער בחיר היצירה, דער אויסדערוועלטער פון אלע באשעפענישן, דער כול יכול וואס קען אלעס טון און דער באשעפעניש איז גארנישט קעגן אים.

כאפט זיך א מייזל אריין אין אפיס פון דאנלד טראמפ, בשעת ער פירט דורך זיינע ביליאן-דאלערדיגע געשעפטן. גיבט דאנלד א קוק און קלערט צו זיך 'ווייסט דען דער מייז וואו ער געפינט זיך? – באגרייפט ער דען א צענטל פון וואס איך טוה דא און וואס איך בין ווערד? – נארישער מייז'.

אבער ווער זאגט?

...
פליט זיך א פייגל אין די הויכע ספערן, קוקט זיך אום אויף די מענטשהייט און אויף אלע בהמות און חיות ארום, און קלערט צו זיך: נארישע מענטשן, נארישע בעלי-חיים, וואס ווייסן זיי דען, וואס קענען זיי דען טון? – אין די צייט וואס א מענטש שלעפט זיך אויף דער ערד און גייט א מייל אין א האלבע שעה, גיב איך א פלי דורך פון דא ביז דארט אין איין אויגן-בליק, אויסמיידנדיג אלע הייזער און בוימער וועלכע שטייען אין וועג. קען דען דער מענטש פליען? – קען ער דערגרייכן די הויכע ספערן? – דער מענטש איז באלעבאס און קען זיך באוועגן אויף דער וועלט, בלויז אויף דער פלאך פון דער ערד, דעקעגן מיר פייגעלעך האבן דעם גאנצן ברייט, לענג און הויך פון די וועלט, וואס דאס איז פילפאכיג מער פון דער מענטשליכער טערעטאריע. דער מענטש קען זיך קוים ריקן און באוועגן און עס נעמט אים זייער לאנג, דעקעגן דער פייגל קען א פלי געבן, א שפרינג טון און ער איז וואו אימער, ער קען זיך באוועגן אויף אלע זייטן און אנקומען וואו ער וויל, אנדערש פון דער אומבאוועגליכער מענטש און חיה.

דער פייגל פליט איבער וואסער, דורך וועלדער און פעלדער, אזעלכע פלעצער וואו דער מענטש האט קיין צוטריט נישט, און זיכער נישט דער בהמה און בעל-חי, ער ריעט זיך אפ אויף די הויכע בוימער, דארט וואו דער מענטש קומט נישט צו, און מאכט דארט זיינע נעסטן.

דער מענטש קען פאנגען דעם פייגל? – לאו-דוקא, בלויז א געניטע פאנגער קען דאס טון, און דאס מאכט זיך נישט שטענדיג. אבער פון די אנדערע זייט איז דער מענטש פונקט אין דער זעלבער סכנה פון אנדערע בעלי-חיים און חיות.

דער פייגל פליט אזוי אין די הויכע ספערן, און באמערקט מיטאמאל אן עראפלאן, וועלכער פירט מענטשן פון איין מדינה צום צווייטן מדינה. אוי לאכט דער פייגל: דער נארישער מענטש, כדאי ער זאל קענען פליען, מוז ער בויען א גאנצן אפאראט וואס זאל אריינעמען פיל מענטשן אין זיך, א גאנצער מאשין וואס פליט קוים בדרך לא דרך, ביז ער קומט אן וואו ער מוז, און אויך נישט ממש, פון דארט דארף זיך דער מענטש ווייטער באזארגן מיט דער המשך פון זיין וועג – בקיצור, אן אינוואלידישער אביעקט.

ווייסט דען דער מענטש וואס עס מיינט ארומצופליען א וועלט פרייערהייט? – באגרייפט ער דען דעם טערעטאריע פון דעם פייגל וועלכער קען פליען אויף אלע ריכטונגען פון די וועלט, זיך אפריענדיג אויף יעדן שטיינדל, אויף יעדן בוים און יעדער אביעקט, אפגעזען צי עס איז הויך אדער נידריג, נאנט אדער ווייט? – באגרייפט ער דען דעם פאקט אז ער איז פיל מער פרייער ווי דער איינגעצוימטער מענטש, וועלכער מוז נוצן פארשידענע אייגן געמאכטע מאשינען זיך צו קענען באוועגן, וכולי האי ואולי קען ער אויך נאכנישט טון אלעס וואס ער וויל? – פארשטייט ער דען דערצו?

דער פייגל שפירט זיך ווי דער בחיר הבריאה, דער אויסדערוועלטער פון דאס באשאף, בלויז ער האט די פריווילעגיע פון זיך באוועגן פרייערהייט אויף די "גאנצע" וועלט, און נישט בלויז אויף דער פלאך פון דער ערד. בלויז ער האט די מעגליכקייט זיך צו באוועגן גרינג און שנעל, און נישט "שווער און שטייט" אזוי ווי דער אינוואלידער מענטש. ער באוועגט זיך שנעל אן א ראד-שטיל און אן א מאשין און אוטו וואס זאל אים פירן בלויז אויף די גאסן וואס עס איז אים ערלויבט, און טוט דאס פיל שנעלער פון דער מענטש, אויף אלע ריכטוינגען פון דער בריאה.

ער איז דער אויסדערוועלטער פון דער בריאה.

פארשטייט דען דער מענטש אז ער קען אויפציען דורות אן די אלע אפקומענישן פון דאס מענטשהייט, אויף פיל א גרעסערן פארנעם און פיל געזונטער ווי דער מענטש? – פארשטייט דען דער מענטש וואס דער פייגל קען אלס?

נארישער מענטש!

...
שווימט זיך א פיש אין וואסער, אין דער טיפענישן און אויף דער אויבערפלאך. ער קומט ארויף אויף א וויילע צו שעפן לופט און דאן באמערקט ער עטליכע מענטשן שטייען ביים ברעג פון וואסער און באטראכטן אים מיט אינטערעסע.

'נארישער מענטש' קלערט זיך דער פיש. דער מענטש – פונקט ווי אנדערע בעלי חיים - איז נעבעך באגרעניצט, ער קען אין וואסער נישט אריין, ער מוז בלייבן בלויז אויף די יבשה. וואס? – דער פיש קען בלויז גיין אין וואסער און קען זיך נישט באוועגן אויף די יבשה? – כא כא כא טראכט זיך דער פיש – די וואסער איז דאך פיל גרעסער אין שטח פון די יבשה, מיר האבן א פיל גרעסערע טערעטאריע אויף דער וועלט ווי דאס מענטשהייט, ווער רעדט נאך אז מיר קענען שווימען אויף אלע ריכטונגען טיף אינעם וואסער, דאס מענטשליכע טערעטאריע אויף די יבשה איז בלויז א משל צו וואס דער פיש פארמאגט אינעם וואסער, און דארט קען דער מענטש נישט אריינגיין.

דארט אינעם וואסער, לעבט דער פיש א לעבן, ער האט אלע זיינע געברויכן וואס ער דארף נאר און עס פעלט אים גארנישט. א רגע, ער איז אין סכנה פון מענטשן וואס זוכן אים צו כאפן? – די מענטשן זענען פונקט אזוי אין סכנה פון די שארקס און גרויסע פיש וואס קענען כאפן די מענטשן, ווער רעדט נאך אז זיי זענען אין סכנה אויך פון אנדערע באשעפענישן און בעלי-חיים...

בקיצור, דער פיש איז דער בחיר היצירה, ער פארמאגט דאס וואס קיין איין בעל חי פארמאגט נישט, די גרעסטע טערעטאריע, די מערסטע קאלירפול און עס פעלט אים גארנישט אויף דער וועלט.

ווייסט דען דער מענטש וואס עס פעלט אים? – באגרייפט ער דעם עשירות פון דעם פיש? – ווייסט ער וואספארא שיינע פאנארמע איז איז אויסגעפארעמט אונטער דעם ים, דארט וואו דער מענטש האט קיין צוטריט נישט? – ווייסט ער פון וואס מיר פיש געניסן? שפירט ער דעם געשמאקן טעם און נעימות וואס דער פיש פארמאגט? – נארישער מענטש!

דער מענטש אז ער וויל באזוכן דעם וואסער, ברויך ער צו מאכן אן אייגן-געמאכטער שיף, אין וועלכן ער שווימט, אדער מוז ער זיך לערנען צו טויכן אונטערן וואסער און אויך דארט קען ער זיך נישט אויפהאלטן אויף צו לאנג. דער מענטש איז באגרעניצט צו זיין טערעטאריע, די יבשה, וואו בלויז דארט קען ער עקזיסטירן.

נארישער מענטש!

...
לויפט א בער ארום אין וואלד, ביים גרעניץ צווישן די יונייטעט-סטעיטס אין קאנאדא. ער באמערקט ווי אזוי די בעאמטע שטעלן אפ אטאמילן, בעטן פאספארטן און זוכן אונטער דעם מענטש איידער אים דורכלאזן די גרעניצן.

שטייט די בער און לאכט זיך אזוי אונטער: וואס זענען די נארישע גרעניצן וואס דער מענטש מאכט זיך? – ער קען דורכגיין דעם גרעניץ אומגעשטערטערהייט, און נישט נאר ער נאר יעדער בעל-חי אויסער דער מענטש.

דער מענטש בויט בנינים און מאכט זיך אפ געזעצן מיט גרעניצן, אבער וועמען גייט עס אן? – די פייגל פליען ווייטער דורך די גרעניצן, די קעץ און בערן גייען און קומען אומגעשטערט און אפילו די פיש אין וואסער שווימען דורך גרעניצן. האבן די מענטשן מחליט געווען! – ווער האט זיי דען געפרעגט?

יא, אויך דער לייב האט גרעניצן. די לייבן לעבן אין גרופעס, בשעת יעדע גרופע פארמאגט זייער אייגענע טערעטאריע, וואו אן אנדערע לייב טאר נישט אריינקומען אהין. דער לייב איז מחליט זיין טערעטאריע, אבער רעכנט זיך דער מענטש דערמיט? – פונקט ווי דער לייב רעכנט זיך נישט מיט די מענטשליכע גרעניצן, רעכנט זיך נישט דער מענטש מיט דער לייבליכע גרעניצן. א טערעטאריע פון א גרופע לייבן קען זיך געפינען ביים גרעניץ, בשעת א האלבע טערעטאריע געפינט זיך אין דעם מענטשליכן לאנד און דער אנדערער געפינט זיך ביים אנדערן רעגירונג, אבער וועמען גייט עס אן? – פונקט ווי דער מענטש קען טעאטאריש אריבערשפאצירן דעם לייבליכן גרעניץ, קען דער לייב אריבערשפאצירן דעם מענטשליכער גרעניץ.

קוקט זיך דער בער צו, צום מענטשליכן לעבן און לאכט זיך אין הארץ. דער מענטש קען זיך קוים באוועגן, ער קען נישט וואוינען אליין, צוליב מורא פון די חיות; ער איז אומבאשיצט פון קעלט און היץ און מוז זיך מאכן קליידונג זיך צו שיצן; ער קען נישט וואוינען און שלאפן אין גאס און מוז זיך בויען גאנצע הייזער, צו קענען דארט אריינגיין. דער מענטש ארבעט שווער פאר זיין עקזיסטענץ, און מיט דעם אלעמען איז ער נישט פולשטענדיג באשיצט פון חיות.

ווידעראום דער בער? – ער קען לעבן אין וואלד, ער דארף נישט קיין קליידונג, קיין הויז, ער לעבט א לעבן, בשעת אלע ציטערן פון אים. איי, אנדערע חיות קענען אים פאנגען? – יא, פונקט ווי מען קען פאנגען דער מענטש און פונקט ווי דער בער קען פאנגען אנדערע באשעפענישן. אזוי גייט דער וועלט.

איז וואס איז דער מענטש ווערד?

ער, דוקא דער בער, ער איז דער בחיר הבריאה, ווער עס מאכט א לעבן אויף דער וועלט, לויפט ארום און זיין פחד ליגט אויף אלע אנדערע באשעפענישן, בשעת יעדער ציטערט פון אים אימת מוות.
נארישער מענטש!

...
קריכט זיך דער מורישקע אונטער די ערד, און קלערט צו זיך: איי וואס פארשטייט דער מענטש? – קען ער קריכן אונטער די ערד? – האט ער וואו צו באהאלטן זיינע עסן? – דער מענטש מוז בויען הייזער דארט צו וואוינען און אריינלייגן עסן. מיר פארמאגן די טערעטאריע אונטער די ערד, מיר זענען ווארעם און באשיצט.

וואס פארשטייט דער מענטש?

...
מענטשן פארמאגן א גרויסער מוח, א ברייטער פארשטאנד, מער פון רוב בעלי חיים. דער מענטש האט באוויזן גדולות ונצורות אין די לעצטע זעקס-טויזנט יאר, אז ער האט זיך אנטוויקלט און געווארן פארגעשריטן, האבנדיג די מעגליכקייט צו פראדוצירן זאכן וואס אנדערע בעלי-חיים פארשטייען נישט דערצו.

אנדערע בעלי-חיים וועלן מעגליך נישט פארשטיין צו די פארשטאנד און מעלה פון מענטשן, אבער מענטשן זעלבסט קוקן זיך אן געלונגענער און פארשטייען אז זיי פארמאגן א גרעסערע סארט תבונה פון אנדערע בעלי-חיים, און דערפאר זענען זיי דער בחיר הבריאה און אויסגעקליבענער פון אלע באשעפענישן.

אבער זענען מענטשן טאקע די קלוגסטע?

פאראן בעלי-חיים וואס פארמאגן א גרעסערע מוח פון דער מענטש, א שטייגער ווי די דאלפינען און אנדערע. זיי פארמאגן אבער פארשידענע באגרעניצונגען, ווי דער פאקט אז זיי האבן נישט דעם כח הדיבור וועלכער העלפט דעם מענטשן זיך צו אנטוויקלען און פארשטיין זאכן מער פון אנדערע, זיי פארמאגן אויך נישט דעם געבוי פון דער מענטש וואס העלפט אים מער זיך צו אנטוויקלען.

אבער אפשר זייענדיג קלוגער פון דער מענטש, פארשטייען זיי זאכן פיל טיפער און ברייטער און זעען זאכן פיל אנדערש?

פונקט ווי דער מענטש פארשטייט, אז בעצם איז ער דער בחיר הבריאה, נאר אנדערע בעלי-חיים וועלן דאס מעגליך נישט אנערקענען, צוליב זייער קליינער פארשטאנד. אפשר פארשטייט דער דאלפין צי דער עלעפאנט אז דער מענטש האט נישט דעם טיפן פארשטאנד אזוי ווי זיי, צו פארשטיין אז זיי באגרייפן נישט אלעס און עס זענען פאראן אנדערע בריאים וועלכע שטייגן זיי איבער?

...
א קליינער קריכנדיגער מארישקע, קען נישט זען דעם גאנצן מענטש צוליב זיין קליינקייט. ער פארשטייט נישט דערצו און איז בכלל נישט משיג דעם מענטש, צוליב די גרויסקייט פון דער מענטש. ער זעט אים נישט און איז אים זיכער נישט משיג.

אפשר איז פאראן עפעס אויף דער וועלט וואס דער מענטש פארזעט, וואס איז פיל גרעסער און גייסטישער פון דער מענטש, וואס דער מענטש קען איר ניטאמאל משיג זיין, און דער 'עפעס' דרייעט מיט דער מענטש לויט זיין ווילן, אן דעם וואס דער מענטש זאל שפירן און משיג זיין אז זי טוט עס?

ווען דער מענטש זאל ווען פאנגען עטליכע מארישקעס אין א שטייג אנגעפילט מיט זאמד, וועט דער מארישקע ווייטער טון איר'ס, אן דעם וואס זי זאל שפירן אז זי איז בכלל געפאנגען, אדער אבוויאזירט דורך דער מענטש.

אפשר איז פאראן עפעס העכערס פון דער מענטש, וואס דער מענטש שפירט בכלל נישט און ווייסט נישט אז זי עקזיסטירט בכלל? – אפשר זענען דאס אנדערע בעלי-חיים יא משיג? – ווער זאגט אז דו ווייסט בכלל אלעס?

...
שפאצירט זיך דער באלעבאס אויפן גאס, מיט זיין שיינעם אנצונג און געביגלטן העמד. ער שפירט ווי ער פירט די גאנצע וועלט, ווער קען זיך דען מיט אים פארגלייכן? – ער איז ווערד עטליכע מיליאנען קעש! – ער לעבט אין גאלד און זילבער און עס פעלט אים גארנישט.

קומט ער אריין אין בית-המדרש און זעט א גרופע חניואקישע יונגעלייט טרינקען קאווע און שטייען איבער א קדושת-לוי אין די קדושות פון חנוכה.

'עה, וואס פארשטייען די כאסידאקעס' טראכט דער עושר צו זיך... ווייסן זיי דען וואספארא געשעפטן ער פירט דורך? – באגרייפן זיי דען דערצו? – נארישע מענטשן וואס האלטן נישט ביים ארבעטן, קומען זיי אין שוהל און מאכן זיך נאריש מיט מדריגות און הפלגות.

וואס פארשטייען זיי?

...
זיצן אידן עובדי-השם און דערהויבענע חסידים ארום א גלעזל וואדקע, מען שמועסט דורך ענינים העומדים ברומו של עולם, דורכשמועסנדיג דעם יום-הצלה פונעם בעל-התניא. אט האט מען געענדיגט דאווענען ווי חסידי קדמאה, מיטן גאנצן קאך און ברען, אוי איז דאס געווען געשמאק. אצינד שמועסט מען איבער א גלעזל וואדקע.

פלוצלינג עפנט זיך אויף דער טיר, און א ראבערנער באלעבאס און עושר שפאצירט אריין מיט זיין גראבן אנגעפאשעטן בויך פון דעם ברייטן פרישטאג וואס ער האט נאר וואס געגעסן.

"עה, וואס פארשטייט דען דער פויער" רופט זיך איינער אן, ווייסט ער דען וואס נשמת מיינט? (ווי אזוי זאגט נאר שמואל פרימו? – שפירט ער דען א טעם אין א נשמת, אין א ידיד-נפש ביי שלש-סעודות?), ווייסט ער דען ווי אזוי חסידי'שע אידן דאווענען אהבה רבה? – פארשטייט ער דען דעם געשמאק דערפון? – וואס איז ער דען ווערד?

דער חסידי'שער איד קוקט אויף דעם עושר, ממש ווי אויף א בהמה (בלי גוזמא, צומאל שפירן זיי ממש אזוי...)

...
זיצט דער סייענטיסט איבערגעבויגן אויף פארשידענע שטודיעס, און מוטשעט זיך אויסצוגעפינען געוויסע לעהרעס, מאטערנדיג זיין קאפ צוצוקומען צו א מסקנא. דער סייענטיסט איז עוסק אין דברים העומדים ברומו של עולם, ער איז גאר דער וואס האלט אונטער די גאנצע בריאה, און אן אים וועט דאס מענטשהייט זיך נישט קענען מתקדם זיין.

פלוצלינג קוקט ער ארויס פון פענסטער און באמערקט דעם ארבעטער וואס ארבעט פאר ברויט מיט הויזן.

'עה, נארישער ארבעטער', טראכט דער סייענטיסט צו זיך, וואס פארשטייט ער צו די ברייטער וועלט... וואס באגרייפט ער בכלל.

ויהי כל הארץ שפה אחת ודברים אחדים: ויאמר יי הן עם אחד ושפה אחד לכלם... הבה נרדה ונבלה שם אפתם אשר לא ישמעו איש שפת רעהו: על כן קרא שמה בבל, כי שם בלל יי שפת כל הארץ ומשם הפיצם יי על פני כל הארץ:

דור הפלגה במלוא הדרה

...
שטייען חסידים אין בית-המדרש, עס הערשט א חרדת-אלקים, מען דאוונט יעצט פארן בורא-עולם, אלע שטייען ערנסט און קיינער רעדט נישט קיין ווארט. שטייט פון אונטן אויף מערב-זייט א פויער, א יונגערמאן א לץ, און הויבט אן צו רעדן צו זיינע חברים אויפן קול.

"נו שא, דו שייגעץ איינער, וגוערין בו, ארויס פון בית-המדרש, רעד נישט ביים דאווענען, דו מאכסט קאלט דעם גאנצן ציבור".

שטייט דער באלעבאס פונדערזייט און קען נישט פארשטיין: על מה יצא הקצף הזה? – דער משוגע'נער פרומאק האט זיך צושריגן פאר נאו גוד ריזן, מסתמא בלויז דערפאר וואס ער וויל זיך אהערשטעלן אלס פרומער נשמה וואס קושט דעם באשעפער ביים בארד.

משוגע'נער וואס ער איז! - האט ער גערעדט, איז וואס?

אבער ער מאכט דאך קאלט דעם גאנצן יוגנט, דעם גאנצן בית-המדרש.

סתם א משוגע'נער!

...
קומט דער בעל-בתיש'ער איד אריין אין מקוה, טוט זיך אויס מסודר אין זיין וואונקל, גייט אין שואער, וואשט זיך גוט אפ און דאן שפאצירט ער אראפ אין בור.

אזוי גייענדיג אריין אין בור, באמערקט ער ווי א חניאקישער יונגערמאן קומט צו לויפן מיט די טריקענע צופלויגענע פיאות, וואס זענען נישט געקעמפט געווארן זינט פאראיאר פסח, מיט אראפגעלאזטע אויגן נעמט ער זיך לויפן מיט איין אטעם אראפ די טרעפ פון די מקוה און הויבט אן ספלעשן ארום און ארום...

"ר' איד, וואספארא חוצפה האט איר אריינצוגיין אין מקוה אן גיין אין שואער פון פריער? – איר זענט דאך עובר אויף בל-תשקצו".

שטייט דער חסידי'ש אידל און קען נישט פארשטיין: מ'קען מיינען די גרויסע עבירה וואס ער האט שוין געטאן... די מקוה איז סייווי שמוציג, וועמען גייט עס בכלל אן?

משוגע'נער וואס ער איז, ער פוצט זיך און שמירט זיך און וויל אז דער גאנצער וועלט זאל זיך צושטעלן צו אים.

אבער געוואלד! – ער פארעקלט דאך מענטשן, ער פוצט זיך נישט די ציין, ער שטינקט אוועק און רעכנט זיך נישט מיט אנדערע מענטשן.

עה, סתם א מפונק!

א וועלט מיט וועלטלעך!
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 445
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

הודעהדורך אייז קריעם » מאנטאג יאנואר 02, 2017 10:04 pm

מלא טעם. ישר כח.

איך וויל נישט פירן דעם אשכול צו א געוויסע דירעקציע, אבער איך וואונדער זיך אייביג וויאזוי דער כאניאקישער יונגערמאן טראכט ווען יעדער לעקט זיך צום "ראבערנעם" גביר מיטן בייכל און ער באקומט די שענסטע עליות? און אויפן יונגערמאן קוקט זיך קיינער נישט אים?

מילא און דער וועלט בין איך בטל בשישים אבער דא זעה איך אז אפילו דער רבי לעקט דעם גביר אחורים? ווען איך וויל פרעגן דעם רבי'ן א שאלה בעניני רוחניות דארף איך ווארטן אפאר שעה, און דא וואקט אריין דער גביר און מען לאזט אים גלייך אריין? וואס איז וויכטיג אויף דער וועלט? וויאזוי ווייס איך טאקע אז אויף מיר שטייט די וועלט?
Anything that explains everything also explains nothing.
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 274
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

הודעהדורך חקרן » דינסטאג יאנואר 03, 2017 5:52 pm

איך קען ענטפערן אויף דעם, אבער נישט דא, לאמיר טאקע נישט פארפירן דעם שמועס צו זייטיגע רעלסן.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 445
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » דינסטאג יאנואר 03, 2017 7:54 pm

געוואלדיג א לייק איז נישט גענוג פאר אזא גוטער ארטיקל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געוואלדיג אום דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:51 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: ציטוט לבטלה
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 405
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך יאנואר 04, 2017 1:13 pm

דיין ציטירלייטעס ווערט נעבעך ערגער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5307
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6793 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2374 מאל

הודעהדורך חקרן » פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:00 pm

פארשטיי איך נישט.

איך האב אפגעשריבן א לאנגע אשכול, פול מיט הגיונות און חכמה, פול מיט נקודות למחשבה און מלא מדע, און ווייניג האבן די ריכטיגע ווערטער אפצושאצן אזא אוצר? - קוים תגובות און קוים צפיות? - וואו זענען די חכמים וסופרים פון שטיבל?

אתמהה.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 445
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 817 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » פרייטאג יאנואר 06, 2017 3:37 pm

עס זאגט נישט קיין איין סייענטיסט אז דאלפינען זענען קלוגער פון א מענטש. עס האט מער מיט קנייטשן אין מוח ווי די גרויס.
אבער דער כח הדיבור איז בעצם איין איינגערעטער וואליו. ווייל וואס איז כח הדיבור? קאודס מיט אינטואציע! מיר מענטשן ניצן דאס מיט די מויל און מיטן פעדער, וקרה שמו בישראל כח הדיבור כאילו עס שטעקט עפעס ספעציעל מיטן קאמאנדעווען דורך די צינג און קול. בעלי חיים ניצן אבער די זעלבע קאמעניקאציע מיטלען נאר אויף אנדערע אופנים.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1547 מאל

Re: א וועלט מיט וועלטלעך

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יאנואר 07, 2017 9:48 pm

זייער שיין.

קודם כל, די מעלה פון מענטשען, נאך אלע זייער באגרענוצען, איז דער כח זיך צו הייבען העכער די באגרעניצונגען. קיין איין פיש האט זיך נישט געלערנט פליען, און א מוריטשקע קען נישט שווימען. דער מענטש מאכט זיך פליגעס און שיפען, העכער זיין פראבלעם פון מוזען בלייבען אויף דער ערד.
ומכאן יוצא מוסר השכל. דיין מענטשהייט איז די כח זיך צו דערהייבען. ביסט נישט באגרעניצט פון דיין סביבה און דו דארפסט נישט באגייען זעלבסטמארד דורך זיך אפהאקען פון זיך זעלבסט. דיין מענטשהייט איז דיר מחייב צו טרעפען א וועג זיך צו דערהייבען די באגרעניצונגען.

דאס כח הדיבור פון א מענטש האט נישט קיין קשר צו די פרימיטיווער פארבינדונגס מיטלען פון בעלי חי. מיט דער מענטשליכע כח הדיבור קענען מענטשען מאכען א יד אחת און זיך באנוצען מיט א כח הציבור. דאס אנטוויקלונג פון בעלי חי איז באגרעניצט מיט עוואלוציע. טאמער זייער סאמע לעבען פאדערט א געוויסע כח, וועלען די וואס פארמאגען אט די כח זיין די איינציגסטע וואס דערלעבען ווייטער. די מענטשהייט האט א כח זיך צו אנטוויקלען דורך די חכמה פון דער ציבור. יעדער לייגט צו צו א צווייטען ביז א חידוש קומט ארויס. בעלי חי קענען דאס נישט.

און צום שלוס, ווער דא ווייסט פון די ליטעראטורישע מראה מקום אויף דער ענין פון דאלפינ׳ס חכמה? ווער ווייסט די מקור פון די זאץ so long and thanks for all the fish וואס די דאלפינ׳ס זאגען איידער די וועלט ענדיגט זיך? די יסודות פון חקרן זענען שוין פון די סוף זעכציג יארען און אנהייב זיבעציג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5648 מאל

Re: א וועלט מיט וועלטלעך

הודעהדורך חכם-לב » זונטאג יאנואר 08, 2017 7:03 am

שלום הרב חקרן.

איך האב הנאה פון אייער פעדער אין פון אייערע שיינע געדאנקען.

די ערשטע נקודה וואס איר ענדיגט אפ בדרך שאלה, אז יתכן אז עס איז דא גרעסער'ס אין בעסער'ס ווי ''מענטש'' לאזט זיך בכלל נישט הערן לדעתי הענייה. פון אלע בעלי חיים איז מענטש די איינציגסטע בעל חי וואס ווייסט אז ער איז מענטש, מיט דעם אליין טאקע איז ער אנדערש, ער ווייסט ווי ער איז מוגבל, מענטש איז די איינציגסטער וואס ווייסט אז ער גייט שטארבן (און יתכן אז דאס איז די סיבה וואס מאכט א מענטש טוהן רוב מעשים זיינע).

די געדאנק איז א שיינע, דער מענטש איז טאקע מוגבל, אבער זיין גופנית'דיגע הגבלה האלט אים נישט צוריק פון עררייכן וואס קיין שום בעל חי קען נישט. (מען קען אפשר מאכן א שטיקל געדאנק איבער א מענטשן'ס הגבלה אליין און וויפיל פילפאכיג שטערקער ער ווערט מיט הילף פון אנדערע).

צום צווייטן נקודה איבער ווי אנדערש מענטשן אליין קוקן איינער אויפן אנדערן, איז אמת. די סיבה דערצו איז גאנץ פשוט, אריסטו האט געזאגט אז צופרידענהייט איז די תכלית וואס מענטשהייט קוקט ארויס צו. אננא פרענק שרייבט ''מיר אלע לעבן מיט איין ציל, צו צופרידענהייט, אונזערע לעבנ'ס זענען אלע אזוי אנדערש און אזוי די זעלבע".

אז איינער וואס ליגט אין רוחניות זאל אראפקוקען אויף א צווייטן מענטש ווי צו א בהמה, און נאכדערצו א איד, איז נישט ריכטיג, לשבת יצרה, דער עובד השם וואס איז זיך מנזר פון עולם הזה אין הארעוועט אין בית המדרש, קען נאר לעבן אין זיין עולם האצילות ווייל ס'איז דא איינער אין די עולם העשייה וואס העלפט אים. ס'זאל זיין מלאכתו נעשית על ידי אחרים איז א מדרגה, נישט די עולם כמנהגו נוהג.

איך בעט אייך איבער אויב דאס איז א קריטיק, און איך דאנק אייך זייער פארן אהערשטעלן אן ערשטקלאסיגן ארטיקל.



Sent from my STV100-1 using Tapatalk
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 7:45 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט