יא, מרדכי בן דוד איז א ראסיסט! אזוי שווער צו פארשטיין?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

יא, מרדכי בן דוד איז א ראסיסט! אזוי שווער צו פארשטיין?

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יאנואר 03, 2017 10:44 pm

וואס איז דאס מיט אייך טייערע ברודער? דארף מען טאקע פאר אייך, קינדער און אייניקלעך פון האלאקאסט איבערלעבער, מסביר זיין די א' ב' פון ראסיזם?

דער באקאנטער זינגער מרדכי בן דוד האט פוער פיו געווען ביי א קאנצערט אין ירושלים, רופנדיג פרעזידענט אבאמא מיט דעם צונאמען "כושי". מאנכע זאגן אז אין דער ישראלישער אויסשפראך איז כושי דאס ווארט וואס מ'נוצט אין פלאץ פון דעם דערנידערנדיגער ענגלישער "ניגער". אנדערע טענה'ן אז עס איז נישט קיין דעגראדירנדער אויסדרוק, און מיינט פשוט "שווארצער".

איך וועל זיין תפוס לשון אחרון, און זאל זיין שווארצער.

לאמיר לערנען עברי טייטש, און פאר'חלום דיך נישט -- טייטל מיט'ן פינגער. ראסיזם מיינט דיסקרימינירן און דערנידערן אנדערע מענטשן באזירט אויף זייער רעליגיע, אויסזען וכדומה. יא, מ'מעג זאגן אז איינער איז שווארץ אדער אז איינער איז א איד, אבער ווען מ'נוצט יענעמ'ס אידישקייט אדער יענעמ'ס שווארצקייט ווי יענעמ'ס אידענטיטעט -- בפרט אויף א נעגאטיוון אופן -- אין לך ראסיזם גדול מזה.

שטעלט אייך פאר אז צוויי וואכן פאר מייקל בלומבערג ענדיגט זיין מעיאר טערמין אין ניו יארק זאל איינער שימפן אז "דער איד" האט געהעכערט די פרייזן פון טיקעטס, און ב"ה אז דער איד גייט שוין פון דאנעט ביז צוויי וואכן. דארף מען מסביר זיין אז דאס איז אנטיסעמיטיזם?

און כ'הער גאנץ אנשטענדיגע און קלוגע מענטשן וואס שטעלן זיך אויף דעם באנוץ פון דעם ווארט כושי, און זענען זיך מפלפל צי עס איז ווי "ניגער" אדער ווי "שווארצער". זאל זיין שווארצער! וויאזוי פינקטליך מאכט עס אן אינטערשיד?!

אנדערע הער איך פארענטפערן אז מ'דארף פארשטיין אז דאס איז געווען הארט נאך דער ציפעדיגער יו-ען רעזאלוציע וואס אבאמא האט (לויט נתניהו) ארקעסטרירט, און ממילא איז בן דוד געווען אונטערגעהיצט. איז דאס א תירוץ פאר ראסיזם און אנטיסעמיטיזם? מעג א מענטש זיך נעמען שיסן אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס ווייל ער איז געווארן אונטערגעהיצט דורך א איד?

רבותי, אביסל שכל; אביסל פשוט'ע מענטשליכע און מאראלישע געפילן.
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1748
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6997 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יאנואר 03, 2017 10:50 pm

א סך מאל דארף מען זיך דערמאנען ווי איינזאם דאס אנטי-ראסיסטיש לעבן איז.
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1748
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6997 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג יאנואר 03, 2017 10:55 pm

הוי דן את כל האדם לכף זכות.

ער האט נישט געמיינט צו דענידערן ח"ו, ער האט ס"ה געמיינט ארויסצוברענגען די ווייטערע שייכות וואס מיר האבן מיט עם לגבי טראמפ וואס איז א 'ווייסער' און האט ממילא מער שייכות מיט ישראלים.

כ"ז בדרך אפשר.
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2548
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יאנואר 03, 2017 11:00 pm

ישראלים זענען ווייס? זייט ווען? פונקט ווי אין אמעריקע, זענען פאראן ווייסע און שווארצע ישראלים. (נישט אז אנדערש וואלט דיין "תירוץ" גוט געווען.)
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1748
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6997 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 03, 2017 11:36 pm

אבער פונקט ווי אין אמעריקא זענען די ווייסע, די מיסדים, די רוב און די עליטע.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1541 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 03, 2017 11:39 pm

און דער מדינה איז געגרינדעט געווארן פאר די וואס האבן זיך אידענטיפיצירט אלס איד מדור דור און צוליב דעם פארפאלגט געווארן, און נישט פאר א גרופע אפריקאנער
וואס האבן זיך לעצטנס דערמאנט אז זיי זענען אידן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1541 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג יאנואר 03, 2017 11:41 pm

ספרדישע אידן זענען נישט קיין שווארצע אפריקאנער אום ס'איז א גרויסע חילוק. און לגבי די מיעוט אפריקאנער אידן ( אפשר אתיופיה) דארף מען איינזעצען אז אין יענער אודיענץ איז נישט געווען קיין אתיאופישער אידן, און אויב יא, איז אדרבה.. משם ראיה אז ער האט גארנישט געמיינט.
ראובן האט געשריבן: (נישט אז אנדערש וואלט דיין "תירוץ" גוט געווען.)

איך זיך לאוו דוקא א תירוץ, אבער יא צו פארשטיין זיין פעהלער ווי ווייט מעגליך.
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2548
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יאנואר 04, 2017 12:03 am

בן אדם האט געשריבן:הוי דן את כל האדם לכף זכות.

ער האט נישט געמיינט צו דענידערן ח"ו, ער האט ס"ה געמיינט ארויסצוברענגען די ווייטערע שייכות וואס מיר האבן מיט עם לגבי טראמפ וואס איז א 'ווייסער' און האט ממילא מער שייכות מיט ישראלים.

כ"ז בדרך אפשר.


אקאורט אט דאס מיינט ראסיזים, ער דארף נישט דערמאנען יעדע מאל ווען מ׳רעדט פון אבאמא איז ער איז א (האלבע) שווארצער, יעדער איינער ווייסט אז אבאמא איז א שווארצער, האסט אמאל געהערט איינער זאל זאגן אויף קלינטאן צי אויף רעיגן דער ווייסער? צי דער קריסט, אויף מייקל בלומבערג אדער הענרי קיסינידזשער דער איד? ווער סרעדט פון א מענטש און לייגט צו יענעמס עטניסיטי אדער ראסע (ווען ס׳קומט נישט אריין) איז א פשוטער פראסטער ראסיסט, ווייל יעדער פארשטייט אין אנדערע ווערטער מיינט דאס ״דער פארשטינקער איד״! דער ״עקעלדידגער כושי״!, ער קען נאר נישט ארויסזאגן די גאנצע זאץ ווייל סאיז אנדערע צייטן היינט אבער קלאר אז אט דאס מיינט עס.

איך גיי אים פרעגן ווען איך טרעף אים, איך כאפ א שמועס צומאל מיט מרדכי און איך רעדט מיט זיין זוהן כסדר, ער קען גיט מיין משפחה פון מיין מאמעס זייט זיינעדיג שטארקע ריבניצע חסידים, וועל איך אים אביסל אריינפסקן פאר זיין איגנאראנץ.
They want your retirement money. They want it back, so they can give it to their criminal friends on Wall Street. And you know something? They'll get it sooner
or later, because they own this place. It's a big club, and you ain't in it. You and I are not in the big club
George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3829
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3643 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2251 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מיטוואך יאנואר 04, 2017 12:16 am

שבת, מאך מיר פראטעקציע ביי מרדכי
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1541 מאל

הודעהדורך שמערל » מיטוואך יאנואר 04, 2017 12:31 am

מרדכי בן דוד איז א ראסיסט? דאס איז דען די נייעס? וועלכע חרידישע איד איז נישט קיין ראסיסט? די פארזאמעלטע דארט אפאלעדירט אים הילכיג, און די שפראך פון רעדן נידריג איבער שווארצע איז אזוי איבעראל. ווי נאר אפאר היימישע אידן שמועסן וועסטו הערן רעדן פון נידריגע געמיינע גרועים שבאומות די שחורים כאלערעס און שווארצע. פארוואס האסטו געמיינט אז ווייל ער האט א גוט קעלכעל, זאל ער חלילה משנה זיין פונעם אינגעגעסענעם ראסיזם וואס איז אזוי מושרש ביינונז?

אזוי איז עס, ראסיזם און אנדערע שלעכטע מידות קומט נאטורליך ביי מענטשן, דאס קען מען נאר אויסרייסן דורך אסאך עדיוקעישן און שווער ארבעטען אויף זיך, און אפילו נאכדעם ברויך מען נאך רחמים. ווילאנג אונזער חינוך פון קינדווייז אן איז איבער ווי ספעציעל מיר זענען, און וואספארא שקצים זענען דעם רבינ'ס ברודער'ס חסידים, ווי קענסטו ערווארטן אפילו אביסל רעספעקט אויף א בן אדם וואס קוקט אויס אזוי אנדערש ווי אונז?
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 859
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1004 מאל

Re: יא, מרדכי בן דוד איז א ראסיסט! אזוי שווער צו פארשטיין?

הודעהדורך קל וחומר » מיטוואך יאנואר 04, 2017 12:52 am

די פראזע 'וועלכע חרדישע איד איז נישט קיין ראסיסט?' איז איין שטיק ראסיזם. איראניש אז דו מוסר'סט אויס ראסיסטן מיט ראסיזם...
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1519
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך יאנואר 04, 2017 12:59 am

ס'איז גראדע אמת אז 99% מענטשן זענען ראסיסטן (אידן און גוים צוגלייך), יעדער אויף זיין שטייגער, אבער ס'איז אנדערש ווען מען רעדט ביחידות ווי ברבים.
מב"ד האט זיך מיאוס פאררעדט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1666
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 2487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1647 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך יאנואר 04, 2017 1:10 am

כושי איז אוידרוקליך נישט טייטש פון ניגער! מען נוצט עס אפט אין ארץ ישראל, עס באדייט גענוי ווי מיר זאלן זאגן: טונקעלער.
פארט פאסט עס נישט פאר אים.
איסר האטלקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך יאנואר 04, 2017 1:28 am

ליידער, נישט אייביג ווען א גוי רופט אן א איד בלשון גנאי איז ער אומגערעכט. והראיה אז אונז קענען זיך אויך אמאל פאררעדן ציווישען אונז אויף אנדערע מיט אזעלכע לשונות ווי קארגע איד אדער איגנאראנט חסיד וכו' וכדו' ווייל דארט זעט מען אז ס'איז אמת. די זעלבע זאך איז ביי די אנדערע געמיינדעס, יעדער פארדינט צו זיין א מענטש און יעדעם דארף מען לכתחילה אנקוקען מיט א פאזיטיווע בליק. אבער אמאל מאכט זיך אז דער יעניגער וואס קומט פון א געוויסע ארימער ראסע, אבער האט די אפערטוניטי צו לעבן נארמאל און זיך אויפפירן ווי א מענטש, נאר צומאל איז ער עומד במרדו און פירט זיך אויף ווי זיינע זיידעס האבן זיך אויפגעפירט אין דעם אנדערען קאנטינענט, איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז אזא ווארט ווערט ארויסגעזאגט אויפן סטעדזש פאר די פארזאמלטע. און אגב, די עבירה איז נישט אזוי גרויס ווילאנג ער איז נישט קיין פאליטיקאנט, און אזוי איז די מנהג אין כמעט יעדער (גואישע) געמיינדע ווילאנג ס'איז נישט מיקסט פון שווארצע מיט ווייסע.
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2548
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יאנואר 04, 2017 1:37 am

שמעון וואלף האט געשריבן:ס'איז גראדע אמת אז 99% מענטשן זענען ראסיסטן (אידן און גוים צוגלייך), יעדער אויף זיין שטייגער, אבער ס'איז אנדערש ווען מען רעדט ביחידות ווי ברבים.
מב"ד האט זיך מיאוס פאררעדט


אסאך מענטשען זענען ראסיסטן אבער כ׳גלייב נישט אז סאיז ממש 99 פראצענט, עכ״פ כהאף אז סאיז נישט אמת, אפשר 99 פראצענט פון מענטשען וואס האבן נישט באקומען קיין נארמאלע עדזשיוקעישאן, דעס קען אפשר זיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מיטוואך יאנואר 04, 2017 4:22 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
They want your retirement money. They want it back, so they can give it to their criminal friends on Wall Street. And you know something? They'll get it sooner
or later, because they own this place. It's a big club, and you ain't in it. You and I are not in the big club
George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3829
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3643 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2251 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יאנואר 04, 2017 1:51 am

ווען מ׳טראכט גיט אריין און מ׳קוקט זיך ארום אין די בריאה קען מען טרעפן אין אסאך בעלי חיים שווארצע און ווייסע, קעץ, הונט, בערן, מאנקיס, מייזן וכו׳ וכו׳ איז פארהאנען ווייסע און שווארצע, סאיז דא ווייסע אלביינו מאנקיס און שווארצע מאנקיס, זיי זענען פשוט געבוירן אויף א אנדערע פלאץ מיט אביסל אנדערע די ען עי (גאר א קליינע חילוק) ווי נעריש און טיפשותדיג איז די גאנצע ראסיזים ווען מ׳כאפט אז די גאנצע זאך קומט פון פשוט נישט פארשטיין און פון לויטערע איגנאראנץ, דער שחור איז געבוירן אויף די וועלט פונקט ווי דו, זיינע עלטערן און אור עלטערן זענען הונדרעטער יאהרן געוועהן אראפגעקלאפט דורך די ווייסע און מ׳האט זיי נישט אריינגעלאזט אין קיין שום חלק פון סאסייעטי, די היינטיגע שווארצע זענען ממש די ערשטע אדער די צווייטע דור נאך סעגרעגאציע, די ווייסע האבן זיי נישט אריינגעלאזט אין קיין שום קאלעדזשעס און יוניווערסעטיס, זיי האבן נישט געקענט באקומען קיין געהריגע דזשאבס ביז נישט לאנג צוריק, און דעס איז א דירעקטע רעזולט פון זייער ארימקייט, ס׳קומט זיך זיי אסאך קרעדיט פארן זיך ארויפארבעטן אזוי שנעל, נישט לאנג צוריק זענען א גרויס חלק פון זיי געוועהן עבדים און שפחות פאר די ווייסע. זיי זענען גארנישט אנדערש ווי די ווייסע, נאכאמאל סאיז דא שווארצע קעץ און ווייסע קעץ שווארצע הונט און ווייסע הונט, סאיז נישטא קיין חילוקים צווישן זיי, ביידע קאלירן זענען א חלק פון נאטור, ביידע פון זיי זענען געבוירן אויף די זעלבע פלאנעט ערד און זיי וואלטן געדארפט זיין גלייכע בירגער אויף דעם פלאנעט. ראסיזים קומט פון איגנאראנץ און פון נישט טראכטן.
They want your retirement money. They want it back, so they can give it to their criminal friends on Wall Street. And you know something? They'll get it sooner
or later, because they own this place. It's a big club, and you ain't in it. You and I are not in the big club
George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3829
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3643 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2251 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:00 am

@ראובן כ׳האב קוים גענדיגט רעדן מיט דיר און שוין האסטו ארויסגעשאקעלט אגאנצער אשכול...

א ראסיסט איז איינער וואס האט פיינט אדער דריקט זיך אויס נעגאטיוו אויף א מענטש נאר צוליב זיין ראסע, ווען איינער איז אבער אנגעווייטאגט אויף מענטש ווי ביי אונזער פאל מרדכי אויף אובאמא צוליב א לעגעטימע סיבה, און ער פארשעלט אים און דריקט זיך אויס מיט יענעמס ראסע/רעליגיע, איז דער אויסדריק טאקע א ראסיסטישע אבער נישט די ראסע איז דא די אומפארשטענדעניש צווישן די צוויי, און דער מענטש איז נישט קיין ראסיסט, בסך הכול הערט זיך דער ווארט כושי ראסיסטיש, ווען אובאמה איז ווען א שקרן ווי קלינטאן וואלט ער דאס ענדערשט אנגעכאפט.

והשנית מ׳דארף נישט מאכן אזא ווינט דערפון, בסך הכול האט מרדכי בן דוד געזאגט עפעס ביי א קאנצערט, ווער איז ער שוין, די וואס בלאזן אויף די נייעס קומט זיך די שלעק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שלום שטיסל אום מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:13 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 394
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1257 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:05 am

מיין 15 יעריגע טאכטער וואס לערנט אין א חסידישע סקול זאגט מיר פאריגע וואך אז די טיטשער אין סקול האט געלערנט היסטארי און ס׳איז אריינגעקומען וועגן די שווארצע און סהאט זיך געמאכט א שמועס אין קלאס, בשעת די טיטשער מיט די גאנצע קלאס האבן גערעדט אויף די שווארצע כאילו זיי זענען מאלפעס, זאגט מיין טאכטער איז זי איז געוועהן די איינציגעסטע פון קלאס וואס האט זיך אנגענומען פאר די שווארצע, זי זאגט מיר מיט א שמייכל, די חסידים מיינען טאקע אז זענען חשובער ווי אנדערע איי געיס זאגט זי מיר אז איך בין צו שטארק ליבעראל פאר די סקול,זעהט זיך אויס אז די עפעל פאלט נישט ווייט פונעם בוים. איך האב געזאגט פאר אלע מיינע קינדער אויב דיין רבי/טיטשער רעדט א ווארט קעגן שווארצע/ספאנישע אדער עני אנדערע מינארעטי זאלסטו דעס נישט אננעמען ווייל אלע מענטשען זענען גלייך, און דו זאלסט זיי זאגן אז מ׳טאר נישט רעדן אויפן באשעפערס בריאה, אלע מענטשען זענען די זעלבע, מענטשען מיט גרינע אויגן און מענטשען מיט שווארצע אויגן זענען די זעלבע, סארא אלטמאדישע נערישקייט פיינט צוהאבן יענעם ווייל ער איז א טראפקעלע אנדערש? פשוטע טיפשות.
They want your retirement money. They want it back, so they can give it to their criminal friends on Wall Street. And you know something? They'll get it sooner
or later, because they own this place. It's a big club, and you ain't in it. You and I are not in the big club
George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3829
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3643 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2251 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:16 am

שלום שטיסל האט געשריבן:
והשנית מ׳דארף נישט מאכן אזא ווינט דערפון, בסך הכול האט מרדכי בן דוד געזאגט עפעס ביי א קאנצערט, ווער איז ער שוין, די וואס בלאזן אויף די נייעס קומט זיך די שלעק.

לכחילה איז דאס נישט די ריכטיגע וועג נאכדערצו ווען ס'קומט פון א פאפולערע מענטש ביי א קאנצערט און ס'קען האבן א שטארקע השפעה, אבער למעשה איז דאס די נארם היינט צוטאגס.
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2548
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:17 am

שלום שטיסל האט געשריבן:@ראובן כ׳האב קוים גענדיגט רעדן מיט דיר און שוין האסטו ארויסגעשאקעלט אגאנצער אשכול...

א ראסיסט איז איינער וואס האט פיינט אדער דריקט זיך אויס נעגאטיוו אויף א מענטש נאר צוליב זיין ראסע, ווען איינער איז אבער אנגעווייטאגט אויף מענטש ווי ביי אונזער פאל מרדכי אויף אובאמא צוליב א לעגעטימע סיבה, און ער פארשעלט אים און ער דריקט זיך אויס מיט יענעמס ראסע/רעליגיע, איז דער אויסדריק טאקע א ראסיסטישע אבער נישט די ראסע איז דא די אומפארשטענדעניש צווישן די צוויי, און דער מענטש איז נישט קיין ראסיסט, בסך הכול הערט זיך דער ווארט כושי ראסיסטיש, ווען אובאמה איז ווען א שקרן ווי קלינטאן וואלט ער דאס ענדערשט אנגעכאפט.

והשנית מ׳דארף נישט מאכן אזא ווינט דערפון, בסך הכול האט מרדכי בן דוד געזאגט עפעס ביי א קאנצערט, ווער איז ער שוין, די וואס בלאזן אויף די נייעס קומט זיך די שלעק.


אויב איז ער אנגעווייטאגט אויף אבאמא, זאל ער זאגן פארוואס און ער קען האבן א דיסקורס איבער די אישוס צי ער איז גערעכט צי נישט, און ער מעג זאגן זיין מיינונג אבער זיין שווארצקייט קומט נישט אריין דא, דעס קומט פון טיעפע איינגעווארצלטע שנאה צו די שווארצע. ווי גרויס מב״ד איז און צו ס׳מאכט א גרויסע חילוק איז גאר א קליינע נפק״מ, די פראבלעם איז אז אונז חסידים זענען איינגעווייקט מיט ראסיזים.

שטעל דיך פאר א איד איז אין די בראנקס האט ח״ו עקסידענט וואלסטו אויך געוואלט אז אלע שווארצע זאלן זאגן ״האו-קעירס סאיז דאך א איד״! דעס זאגט מען אין ב״פ און אין ווימסב״ג ווען א גוי האט א עקסידענט, ״סאיז א איד אדער א גוי?״ זאל ער זיין א כפרה פאר אלע אידן! סירעסלי???.
They want your retirement money. They want it back, so they can give it to their criminal friends on Wall Street. And you know something? They'll get it sooner
or later, because they own this place. It's a big club, and you ain't in it. You and I are not in the big club
George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3829
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3643 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2251 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:32 am

שבת אחים האט געשריבן:
אויב איז ער אנגעווייטאגט אויף אבאמא, זאל ער זאגן פארוואס און ער קען האבן א דיסקורס איבער די אישוס צי ער איז גערעכט צי נישט, און ער מעג זאגן זיין מיינונג אבער זיין שווארצקייט קומט נישט אריין דא, דעס קומט פון טיעפע איינגעווארצלטע שנאה צו די שווארצע. ווי גרויס מב״ד איז און צו ס׳מאכט א גרויסע חילוק איז גאר א קליינע נפק״מ, די פראבלעם איז אז אונז חסידים זענען איינגעווייקט מיט ראסיזם

זיך אויסדריקן אויף א שווארצער אז ער איז שווארץ קומט פון די וועג וויאזוי מרעדט, און די וועג וויאזוי גאנץ אמעריקא רעדט, נישט דוקא חסידים. די אויסדריק הערט זיך ראסיסטיש אבער מאכט נישט דעם מענטש פאר א ראסיסט, נישט וועגן אובאמא איז שווארץ האט ער אים בארעדט. און א קאנצערט איז נישט קיין יו עם רעזעלוציע טישל צו דעבאטירן מיינונגען.

דאנט געט מי ראנג, דער אויסדריק איז זייער נישט שיין, אבער דאס זיך ארויפציען זיידענע הענטשעך כאילו קיינער רעדט נישט אזוי נאר דער איד איז נאנסענס. אין אמעריקא איז דאס שפראך זייער גאנגבאר. ווייל א איד האט עס געזאגט מיינט נאך נישט אז ס׳דארף עקסטער שטארק פארדאמט ווערן.

אגב דיין תגובה איז זייער ראסיסטיש קעגן חסידים, חסידישע אידן פארנעמען פונקט אזא אויבן אן זיץ ווי די שווארצע. ועוד איך בין נייגעריג צו ווען די הערסט א לעיט נייט טאלק שאו אדער סיי וועלעכער אינטערטעינער חוזק מאכן פון א רעליגיע אדער א ראסע גייט דיר (אדער פאר די אנדערע וואס פארדאמען דא מרדכי) עס אויך אזוי אן, אויב נישט זאלסטו וויסן אז דאס קומט פון ראסיזם, ענק געבן מער רעכט פון אויסדריק פארן גוי ווי פארן איד.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 394
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1257 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יאנואר 04, 2017 3:15 am

שטיסל
אהא! ער איז פשוט מסביר פון וועם מ׳רעדט דא דרוקט ער זיך אויס מיט זיין קאליר פון די סקין??? כאילו יעדער האט געמיינט אז מ׳רעדט דא פון באריס יעלצין צי פון עלוויס פרעזלי, אנדערש וואלט קיינער פשוט נישט געוויסט פון וואס ס׳האנדלט זיך דא, איז ער געקומען און קלאר געמאכט אז מ׳רעדט דא פון דעם שחור, דער ׳כושי׳, יעצט פארשטיי איך שוין :roll: .

פארוואס איז מיין תגובה פיל מיט ראסיזים קעגן חסידים? זאג מיר איבער איין זאץ וואס איז ראסיסטיש? אפשר מיינסטו צוזאגן ריעליסטיש?, חסידים זענען נישט עדיוקעיטעט און זענען גרויסע ראסיסטן, זייער וועג וויאזוי זיי וואקסן אויף די קינדער איז ראסיסטיש, דינגסט זיך אויף דעם?

און גערעכט ער האט נישט וואס צו רעדן ביי א קאנצערט וועגן פאליטיקס אבער ראסיסטישע נעמען דארף ער זיכער נישט זאגן.

דיין לעצטע סטעיטמענט איז סתם ליגענט און נישט צום פונקט, אויב איינער וועט רעדן קעגן אידן אדער עני אנדערע מאנערעטי בלויז פאר שנאה, און רופן די אידן מיט אנטיסעמיטשע נעמען וועל איך פונקט אזוי שפרינגען, און אלץ איד וועט מיך עס עקסטער וויי טוהן.
They want your retirement money. They want it back, so they can give it to their criminal friends on Wall Street. And you know something? They'll get it sooner
or later, because they own this place. It's a big club, and you ain't in it. You and I are not in the big club
George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3829
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3643 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2251 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך יאנואר 04, 2017 6:03 am

כוסיין איז א ביליגער שווארצער מוסלים אנטי-סעמיט, און מיר אלע ווינטשן ער זאל טאקע גיין לעזאזל, עס איז צייט צו ריפן א ספעיד א ספעיד. מרדכי האט גארנישט שלעכט געטוהן.

(אידן האבען אייביג מאז היינו לגוי שטארק געליטן פונעם שטאקהאלם סינדרום)
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5135
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2291 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » מיטוואך יאנואר 04, 2017 7:55 am

דאס וואס ביי אונז איז אנקענומען די שווארצע ווי א נדיריגע בריאה, איז ווייל עס איז אזוי מפורש אין חז"ל, חם האט זיך פארדינט דעם קאליר צוליב זיינע אומווירידיגע מעשים, והיתה לו ולזרעו אחריו והיו לדראון עולם.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 783
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 867 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

Re: יא, מרדכי בן דוד איז א ראסיסט! אזוי שווער צו פארשטיין?

הודעהדורך דעת תורה » מיטוואך יאנואר 04, 2017 10:00 am

וויפיל פון אונז ווייסן בכלל פון דעם מאחז"ל? און די וואס יא, ווייסן געווענליך אויך וואס דער אבן עזרא און אנדערע מפרשים זאגן דערוועגן.

עס איז זייער שווער - ביז כמעט אוממעגליך - אנצונעמען די הנחה אז דאס איז צוליב א פארשטופטן מאחז"ל וואס קיינער ווייסט נישט כמעט, בעת עס איז דא פיל שטערקערע פאקטארן עט פלעי היער.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 3284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1706 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט