יא, מרדכי בן דוד איז א ראסיסט! אזוי שווער צו פארשטיין?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך מיר'ער בחור » דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 11:46 am

ירח בן יומו האט געשריבן:דאס וואס ביי אונז איז אנקענומען די שווארצע ווי א נדיריגע בריאה, איז ווייל עס איז אזוי מפורש אין חז"ל, חם האט זיך פארדינט דעם קאליר צוליב זיינע אומווירידיגע מעשים, והיתה לו ולזרעו אחריו והיו לדראון עולם.

איינער קען אפשר אראפברענגען דעם פולן מאמר חז"ל בלשונם, אין די מקור ?
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:23 pm

שבת אחים האט געשריבן:ס׳איז פארשפרייטעט געווארן אין די אלעוועלטליכע מידיעא, א שאנדע.

טאקע א שאנדע, עס איז ממש א הארץ ווייטאג! דאס מוז לכאורה זיין געליעקט פון א אינסיידער.
נאכדעם וועט מען זיך וואונדערן פארוואס אבאמא פארדאנירט נאר זיינע חברים און נישט קיין איין איד, און מען וועט אים זיכער באשולדיגן אלס א "שונא ישראל".
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13992
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16049 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 1:17 pm

שמערל האט געשריבן:סלעווערי גייט שוין אן טויזענטער יאר, און האט קיינמאל גארנישט געהאט מיט שווארצע. איבעראל אין יעדע ציוויליזאציע נישט קיין חילוק ווייס און שווארץ, אידן אדער גויים, איז אייביג געווען א קלאס פון קנעכט וואס האבן געברויכט ארבעטען פאר די העכערע קלאסן. די חידוש אז שווארצע זענען באשאפן געווארן צו זיין קנעכט פאר די ווייסע, איז א אמעריקאנע חידוש, וואס איז קוים אפאר הונדערט יאר אלט.


אמת, אבער אין די לעצטע פינף הונדרעט יאר אדער מעהר זענען די קנעכט געוועהן ע״פ רוב שווארצע און נישט קיין ווייסע .די אפריקאנער האבן נישט געוועלטיגט אויף אנדערע לענדער און קאנטינענטס אזויווי די ווייסע. די אייראפישער האבן פונקט אזוי געהאנדלעט און זיך באניצט מיט אפריקאנער שקלאפן נאך אין די 1550 יאהרן אין פארטיגאל. פארשידנע פארומס אויף סלעווערי זענען געוועהן אין אפריקא פאר טויזענטער יאהרן.
They want to put street criminals in jail to make life safer for the business criminals! ... Yeah, they're against street crime, providing that street isn't Wall Street
George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2730
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: אין די קאלטע בור!
האט שוין געלייקט: 3156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1887 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 1:20 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
7.jpg
דער דעדליין פאר דעם "וועקער" נומער 8 איז כ"א אדר, זונטאג פרשת ויקרא. שיקט אריין אייערע ארטיקלען ווי פריער צו vekerjournal@gmail.com.
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1507
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6214 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:11 pm

דאס גייט שוין אריין אין א מלחמה קעגן ציונות. ווען הערשל פרידמאן זאל זיך אזוי פאררעדן ביי א כ"א כסליו אין ירושלים וואלטן זיי אויכעט אזוי השם ירחם'ט?
ארבע כיתות השקפה הן בק"ש: כת המשכילים אומרת: חכמה לחוד תורה לחוד מסורה לחוד ומנהגינו לחוד. כת החכמים אומרת: חכמה ותורה ומסורה ומנהגינו משתמשים בערבוביא. כת התמימים אומרת: חכמה ותורה ומסורה ומנהגינו חד הוא. כת הקנאים אומרת, מה לנו ולחכמה, ולתורה, ולמסורה, אין לנו רק מנהגותינו הקדושים בלבד.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1539
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 952 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1461 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 5:26 pm

אונטערסאנט אנצומערקן אויף עטליכע נקודות.

א) ביי די שחורים הערשט ראסיזם קעגן די ווייסע און ספאנישע פונקט ווי ביי די ווייסע קעגן די מינאריטעטן, זיי זענען נאר נישט ידם על העליונה (וכמאמר החכם, ניו ארליענס וועט בלייבן א טשאקלאד סיטי), און דערפאר באקומען זיי סימפאטיע ווי איידער קריטיק.

ב) פונקט געליינט אן ארטיקל אין עמי מאגאזין (חנוכה) ווי א פרייער איד פון וואשינגטאן הייטס האט געמוזט ארויסנעמן זיינע קינדער פון פובליק סקול צוליב די ראסיזם פון און אנטיסעמיטישע ענווייראנמענט פון די שווארצע סקול טיטשערס בימים ההם ווען זיי האבן פרובירט איבערצונעמן די סקול סיסטעם אין בראונסוויל ווען די שווארצע האבן זיך אריינגעצויגן אין יענעם געגענט.

ג) מיר קוקט אויס אז די סיבה אידן קוקן אראפ אויף שווארצע ( נעה.. דער שחור ?) איז צוליב די איינגעגעסענע סטיריאוטייפ וואס הערשט אויפן גאס, אלץ תוצאה פון די הויכע ראטע פארברעכער/אומעדיוקירטע וואס באטרעפענדע געמיינדעס פארמאגן.

ס'האט נישט גארנישט מיט דעם ווייל 'היסטאריש' האבן אונז די ראסע מער אדער ווייניגער וויי געטאהן ווי די אנדערע, ס'איז א פשוטע סטיריאוטייפ אזוי ווי די אידישע דיימאנד הענדלער, מאני טשעינדזשערד, לענדלארדס וכו' אבער קיין איין איד האט נישט מער פיינט דעם שחור ווי דעם לבן, מ'האט זיי אייניג ליעב/פיינט. סתם הוילע דמיונות וואס פיטערט די פאנטאזיע פון עטליכע חרידישע שונאים.
יעקב מענטש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 484
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

הודעהדורך נורמאלי » דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 5:43 pm

באקומען אין אישי:


מענטשן האבן זייער א קרומע בליק איבער די גאנצע עם הנבחר תורה.

אמת, ארום די וועלט האט יעדע אומה ולשון א גאנצע שלויך מיט הסברים פארוואס זיי, און נאר זיי זענען די בעסטע וואס אויף דער וועלט. און דאס איז נישט קיין שום פראבלעם. די שאלה איז נאר וואס טוט מען מיט דעם עם הנבחר נערעטיוו? סתם האבן גאווה לאומית איז א זייער נאטורלכע זאך (כאטש נאריש און אומבאגרינדעט). אויב אבער פרובירט מען צו בענעפיטירן דערמיט אויפן חשבון פון די אנדערע, בפרט קעגן זייער רצון, דאס איז אן אבדון און כיליון פאר ציוויליזאציע, ווי היסטאריע האט שוין ליידער אזויפיל מאל באוויזן (ורשעים הללו ראו ולא למדו מוסר עדיין).

וואס אנבאלאנגט אבער צום יידישן עם הנבחר אין די תורה איז גאר אן אנדערע מעשה. אלע פסוקים און קטעי תפלה וואס צייגן אויף אן התנשאות פון יידן איבער אנדערע איז דווקא נישט קיין פריווילעגיע, ספעשיל דערהויבענקייט, אדער ספעציעלע רעכטן, נאר דווקא א תביעה, אן אחריות פון קבלת עול. א פארלאנג "צו זיין" אן עם הנבחר דורך שמירת המצוות, און דווקא נישט עפעס וואס קומט אוטומאטיש.

"אתה בחרתנו מכל העמים" ענדיגט זיך נישט דא, ס'האט אן אויספיר, "וקדשתנו במצוותיך, ותתן לנו"
"והייתם לי סגולה" איז א פירוש און א תנאי אין "ואתם את בריתי תשמור"
"רק בך בחר השם" איז נישט א בחירה צו האבן די גרעסטע GDP אדער די שטערקסטע און טויטליכסטע ארמיי, ס'איז א בחירה וואס גאט האט אונז אויסדערוועהלט צו היטן מצוות התורה.

אדרבה, הונדערטער פסוקים אין תנ"ך און צאללאזע מאמרי חז"ל מאכן דווקא קלאר אז כלל ישראל פאר זיך, אן די יד עליון אלס א שירעם פאר זייער היטן תורה ומצוות, זענען די שוואכסטע, די ערגסטע, די אומגעלונגענסטע און נידריגסטע פון אלע אומות העולם.

ביליגע בלינדע ראסיזם איז אויך א נידריגקייט וואס פורקי עול התורה (מיט גרויסע בערד און גלאט כשר האנט מצות) זענען פארשאלטען דערמיט. סיי דאהי און סיי אין ישראל.
נורמאלי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:43 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 5:54 pm

דער יוד טענה'ט אז דער כישו ווארט איז אזוי ווי אין אמעריקא די נון ווארט אבער איך מיין ס'נישט ריכטיג ס'מיינט פשוט שווארטץ
געב נישט קיין ליבשאפט - האב ליב!!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 881
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 688 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 518 מאל

הודעהדורך שמערל » דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 8:11 pm

כוכב דיינע לייקס קוקן אויס ווי לכתחילה אריבערס אימעיל...
ווילסט עפעס זאגן? שעם דיך נישט.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 843
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1010 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 990 מאל

הודעהדורך ריכטיג » פרייטאג יאנואר 06, 2017 2:00 am

@נורמאלי, בנוגע די לעצטע נקודה וואס דו (אדער דיין אישי'ער, זאג איהם ביטע ער זאל זיך לאזן הערן ברבים) זאגסט אז אן די תורה זענען אידן בעצם גאר נידריג איז למעשה דא דיפערענצן ציווישן די אידישע בעלי השקפה, די כוזרי שרייבט בפירוש אנדערש אז אדרבה, ווייל די אידן זענען אזא אויסגעאיידעלטע פאלק זענען זיי געווען די מערסטע ראוי מקבל צו זיין די תורה (כ'געדענק שוין נישט ווער ס'זאגט עס, אז דאס איז פשט אין די ראסיסטישע חז"ל וואס יו"ט ערליך זינגט מיטן מלאך און די אומות העולם אז כביכול האט אריינגעבליקט אין די אומות לפי תכונות נפשם און געזעהן אז די אידן זענען די מערסטע ראוי מקבל צו זיין די תורה). לאידך גיסא האב איך געזעהן נאכברענגען פון ר' שמשון רפאל הירש כדבריך ודלא כהכוזרי.
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1585
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג יאנואר 06, 2017 3:16 am

כמעט יעדע זאך ביי אונז אחב״י איז דאך דא א מחלוקות הפוסקים. זאגטס מיר צוויי זאכן אין אידישקייט וואס יעדער האלט ממש די זעלבע? יעדער האלט אז יוכ״פ דארף מען פאסטן, און יעדער האלט אז מ׳דארף האלטן שבת, אבער ווען די זמן פון שבת איז, און ווען ס׳ענדיגט זיך האט יעדער א צווייטער זמן און א צווייטער דעה, יעדער האט טויזענט און איין תירוצים פארוואס פונקט זייער שיטה איז די גערעכטע און אמתע תורה מסיני.כלל גדול בתורה, דארט ווי עס איז דא צוויי אידן וועט אייביג זיין לכה״פ דריי דיעות. מיין קשיא איז אבער עפעס אנדערש, אויב נעמען מיר אן אז דברה תורה כלשון בני אדם, פארוואס איז דא אזויפיל מאן דאמרים און שיטות? פארוואס רעדט מען נישט קלאר כלשון בני אדם? נעה, מיין קשיא איז עפעס אנדערש, אויב דער ׳באר מים חיים׳ איז טאקע געווארן העכער מיט א קאפ אין שבת קודש, ביי ווועלכע זמן איז ער געוואקסן מיט א קאפ? ווען האט זיך די וואקסן פראסעס אנגעפאנגן ביי די ערשטע פייף אדער די צווייטע פייף? אדער אפשר גאר ביי די ערשטע פייף האט ער אנגעפאנגן צו וואקסן און ביים צווייטן פייף איז עס שוין געוועהן רעדי מיט א קאפ העכער? בקיצור כבין נייגעריג ביי ווועלכע זמן דער באר מים חיים איז געווארן העכער מיט א קאפ, לויט דעם קען מען וויסן וועלכע זמן איז די ריכטיגע דבר ה׳, לכאורה ביי רבינו תמ׳ס זמן, סמוז זיין אזוי ווייל די רבי זי״ע פלעגט דאך אזוי ביטערלעך וויינען ביי שלש סעודות נאכדערצו ווען ס׳פלעגט געפאלן אין א איבער-יאר, בקיצור, גלייך נאך הבדלה איז ער געווארן מיט א קאפ קורצער? אדער הערשט אינמיטן סעודת מלוה מלכא האט ער זיך דערזעהן אז ער איז מיט א קאפ נידריגער?.

סאיז מיר איינגעפאלן די מקור פון די ווייסע/שווארצע שיך און זאקן, זייער פשוט, דער באר מים חיים איז דאך געוואקסן מיט א קאפ העכער אין שבת און די ערשטע וואך וואס סאיז געשעהן האט מען דאך נישט געקענט גיין בעצם שבת קויפן נייע קליידער פארן רבין, אבער די רבי האט דאך געהאט גאר קורצע הויזן צוליב וואס ער איז פלוצלינג געוואקסן מיט א קאפ, איז איין חסיד שוטה איינגעפאלן א עצה (און וועגן דעם פאטץ ליידן מיר נאך עד היום הזה) ער האט געברענגט פארן רבין לאנגע זאקן און שלום על ישראל, און היות די חסידים מאכן דאך אלע נאך וואס דער רבי טוט, האבן אלע חסידים זיך אנגערוקט נעקסטע שבת מיט לאנגע זאקן פון כוהנך ביז טיעף אינמיטן די פרעסטיגע קאנאדא. לויט די מעשה וועט מען מוזן איינזעצן אז די גערער רבי איז נאר געווארן העכער אין שבת מיט צוויי אינטשעס און נישט קיין גאנצע קאפ, מ׳קען קלאר מעסטען אז זייערע זאקן איז נישט מעהר ווי צוויי אינטשעס. מיין אנדערע שאלה איז ווי קען זיין אז דער באר מים חיים האט געהאט א זוהן וואס האט גערייכערט אין שבת בשעת ער האט געזעהן קלאר אז אין די וואכן איז זיין טאטע נאר פינף פיס הויך און יעדער שבת ווערט ער פלוצלינג העכער מיט א קאפ ווי א דשארארף ? ער זעהט דאך קליפ און קלאר אז זיין טאטע ווערט העכער?. נא, וואס איז טאקע די תירוץז? כמיין מ׳וועט מוזן אריינמישן די עסקנים דא, אפשר די רויטע רבי מיט זיין פעפער אין טאכעס ווייסט די ענטפער, מ׳דארף אים ארויסשלעפען פונעם בית-משוגעים און האבן מיט אים א ערנסטע שמועס.

נו נו מיין טאג איז נאנט, שוין צופיל שטותים גערעדט, באלד באקום איך דא א eviction notice פון די הויכע קאווע-שטיבל פיפאל.
They want to put street criminals in jail to make life safer for the business criminals! ... Yeah, they're against street crime, providing that street isn't Wall Street
George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2730
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: אין די קאלטע בור!
האט שוין געלייקט: 3156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1887 מאל

Re: יא, מרדכי בן דוד איז א ראסיסט! אזוי שווער צו פארשטיין?

הודעהדורך קל וחומר » פרייטאג יאנואר 06, 2017 4:07 am

די גורע גייען אויך אינמיטן וואך מיט הויזן זאקן. ביי זיי איז לכאורה די טעם וויבאלד די מילה איז נישט תופס מקום קאן מען דאך ארויפציען די הויזן מיט א טפח.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1386
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2018 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » פרייטאג יאנואר 06, 2017 4:14 am

שבת אחים האט געשריבן:סאיז מיר איינגעפאלן די מקור פון די ווייסע/שווארצע שיך און זאקן, זייער פשוט, דער באר מים חיים איז דאך געוואקסן מיט א קאפ העכער אין שבת און די ערשטע וואך וואס סאיז געשעהן האט מען דאך נישט געקענט גיין בעצם שבת קויפן נייע קליידער פארן רבין, אבער די רבי האט דאך געהאט גאר קורצע הויזן צוליב וואס ער איז פלוצלינג געוואקסן מיט א קאפ, איז איין חסיד שוטה איינגעפאלן א עצה (און וועגן דעם פאטץ ליידן מיר נאך עד היום הזה) ער האט געברענגט פארן רבין לאנגע זאקן און שלום על ישראל.

:lol: :lol: :lol: :lol: שבת איך גיי ניסלעך פאר דיין ווארט... אשפגתי עד למאוד
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 821 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג יאנואר 06, 2017 4:34 am

שבת די קאפ וואקסן האט נישט געהאט מיט זמן. די מקוה האט עס געמאכט
געב נישט קיין ליבשאפט - האב ליב!!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 881
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 688 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 518 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:04 pm

שבת אחים, מעגליך אז די זון פון דעם באר מים חיים האט געמיינט אז ער איז א שד, וועלכע מענטש הייבט פלוצים אן צו וואקסן? סא קען זיין אז די וואקסן האט גורם געווען דאס פארקערטע אויפן זון.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1375
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1577 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט