בלאט 1 פון 1

ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראטעגיע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:26 pm
דורך moshav zekeinim
איך הייב לעצטנס אן צו שעצן דעם היפי ליפא שמעלצער. ער הייבט אן רעדן אינטעליגענט, מלא וגדוש מיט קענטעניס, קונסט און ארגענאזירטע היסטאריע, שוין יארן נאכאנאנד וואס ער איז מקיים דעם אל יבוש מפני המלעיגים, און פראבירט דורך צו ברעכן דעם חמת האש, ער טוישט נישט מיינונג לויט זיין גיסטע, און ועל כולם, ער ניצט סטראטעגיע אין זיין מלחמת החירות. ער איז לדעתי פון די איינציגסטע וואס פארשטייען וויאזוי אויפצוטון אין די חרדים פראבלעם. ער איז מצליח אריין צובלענדן די גרויסע וועלט אין די היימשע קרייזן, אלעס אויף דע היימישסטע אידיש. פון אים מאכט מען חוזק, אבער אנדערע וועלן אים נאכמאכן אויף "א נארמאלער וועג".

עס איז נאך דא א סך צו טון. ליפא איז בלויז א קליינער טייל פון די מערכה, אבער עס קומט זיך ליפא'ן אן אות הוקרה פארן זיין פון די ערשטע און דערווייל איינציגסטע וואס פירן דער פרייהייט מלחמה נאן סטאפ, טראץ די בושות, און מיט סטראטעגיע.