בלאט 6 פון 7

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 31, 2017 1:51 am
דורך moshav zekeinim
איך מיין טאקע אז דו זאלסט גיין לערנען תורה הקדושה

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 31, 2017 1:55 am
דורך שלום שטיסל
יהודי פשוט האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:סארא טיפשות דאס צו פארהאלטן א מאמע פארן פרובירן צו מאכן א קשר מיט א קינד, זאל זי דאס אויך נישט טוהן?

א מאמע וואס זיכסט אמת׳דיג די טובה פונעם קינד וועט זיך זיכער אנדערע וועגן צו מאכן קשר מיט איר קינד נישט אויף א פאבליק.פלאטפארמע, נאר וואס דען ווען מען האט נישט קיין שום אינטערעסע אינעם קינד נאר מען וויל יעצט מיט ארבעטן מיט ליפא שמעלצער׳ס אגענדע דעמאלטס איז אן אנדערע מעשה.....

ווען מ׳פירט א פאלטשע לעבן און מ׳לעבט נאר פאר יענעם, און אלעס וואס מ׳פארמאגט און וואס מ׳טוט איז געוואנדן וואס יענער גייט זאגן, האלט מען זיך צוריק פון אלעם ווייל יענער קען קרומען מיט די נאז, ווען מ׳איז אבער א נארמאלע מענטש, ווערט יענעם׳ס נאז געלייגט אין א זייט און מ׳טוט וואס איז ריכטיג, און ערגסטן פאל וועט יענער האבן א פארדרייטע נאז.

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 31, 2017 1:57 am
דורך יהודי פשוט
דער ביי וועם דאס איז ריכטיג דאס איז נישט קיין געטרייע מאמע נאר א נידריגע מרשעת ויהי רצון אז זי זאל זיין די נעקסטע זיך צו נעמען דאס לעבן אז מושב זאל האבן נאך עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 31, 2017 2:02 am
דורך שלום שטיסל
יהודי פשוט האט געשריבן:דער ביי וועם דאס איז ריכטיג דאס איז נישט קיין געטרייע מאמע נאר א נידריגע מרשעת ויהי רצון אז זי זאל זיין די נעקסטע זיך צו נעמען דאס לעבן אז מושב זאל האבן נאך עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען

נעם א ביקס און שיס יעדעם וואס זאגט אנדערשט ווי דיר, אזוי וועסטו בלייבן גערעכט.
איך האב שטארק רחמנות אויף דיינע ארומיגע.
ווען איך ווייס ווען מיט וועם איך האנדל וואלט איך דיר גראד איגנארירט.
You are dead to me!
נעקסט....

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 31, 2017 2:15 am
דורך החוקר
יהודי פשוט האט געשריבן:דער ביי וועם דאס איז ריכטיג דאס איז נישט קיין געטרייע מאמע נאר א נידריגע מרשעת ויהי רצון אז זי זאל זיין די נעקסטע זיך צו נעמען דאס לעבן אז מושב זאל האבן נאך עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען

ס'ארא טיפשות טוסטו צוזאם האקן, גראדע נישט אלעס האלט איך דא ווי די קעגן דיר, אבער יעצט האסט ארויסגעברענגט וואס שלמה המלך לערנט אונז "גם אויל מחריש – חכם יחשב".

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 31, 2017 2:18 am
דורך יהודי פשוט
ב״ה אז... האט זיך פון מיר אפגעלאזט, איך וויל נאר מסיים זיין מיט דיר מיט דאס וואס @שלמה המלך האט געשריבן דא נישט ווייט יבוא בעל הכרם ויכרות את הקוצים.... וואטש ענד סי....

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 31, 2017 2:26 am
דורך החוקר
אלעס פיין און וואויל, אבער ווילאנג דו ביסט נישט דער בעל הכרם, איז דער כרם נישט דיינער, האסט נישט וואס צו שרייבן קיין יהי רצון'ס, לאז אים טון ווי ער פארשטייט.

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 31, 2017 2:39 am
דורך ידען
שבת אחים האט געשריבן:וואטעווער ער טוט דערווייל איז א שוואכע סטראטעגיע, דער אמאליגער איסט סייד איז נאך א ווייטע חלום.

וואס איס געווען ביי די אמאליגע איסט סייד??

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:49 am
דורך שבת אחים
ידען האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:וואטעווער ער טוט דערווייל איז א שוואכע סטראטעגיע, דער אמאליגער איסט סייד איז נאך א ווייטע חלום.

וואס איס געווען ביי די אמאליגע איסט סייד??

דו ביסטאך א ידען?, איז וואסזשע פרעגסטו מיר?

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 31, 2017 9:55 pm
דורך החוקר
וואס זענען די כללים אויף פראפאניטי דא אין שטיבל? איך האב עפעס אן אודיאו וואס פארמאגט **** ווערטער.

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 01, 2017 1:04 pm
דורך ישראל גלויבער
ראש חודש שבט מיט ר' ליפא
https://www.youtube.com/watch?v=5Tj4knuYt1A

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 01, 2017 1:59 pm
דורך איך אויך
דער פראנץ יאזעף חכם מישט צוזאם איר פרומקייט סטאאוס מיט איר גרושה סטאטוס.

אפשר איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז די מיידל'ס נייע מאמע'ס זיוג ראשון איז אויך אפגעפארן.

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:15 pm
דורך איסר האטלקי
וואס וויל דער לאבין דא?
איז ער אינגאנצן פארריקט?
נישט געטראפן קיין וועג צו באקומען עטענשין איז ער געלאפן צו דעם פורק עול, עוכר ישראל.
ער דערמאנט נאך זיין ניר פאר דער וואס האט שוין פארגעסן.....

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:25 pm
דורך ישראל גלויבער
נישט שיין אזוי צו רעדן.
פליז! א יוד געבט א ניר, און ער מעג נישט רעדן דערפון?
אויך אויף ליפא האסטו להלכה נישט קיין רעכט צו זאגן אזא טיטל

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:28 pm
דורך איסר האטלקי
כ'מיין צו פרעגן מילא ער וויל איבערגעבן עפעס א מעסעדזש פאר כלל ישראל, שוין הערעך.
אבער סתם צו זיצן און מאלן וואסער?? ס'פאסט נישט פאר אים. איך פלעג אים עטוואס מער ארויפצוקוקן.

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 01, 2017 4:36 pm
דורך ישראל גלויבער
וועסט נישט האבן א ברירה נאר דן זיין ביידע לכף זכות, אז אויך ליפא איז היינט שוין מער צו אונזער זייט

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 01, 2017 5:11 pm
דורך טרויבן88
יהודי פשוט האט געשריבן:ווי מער איך לייען דא וואס מענטשן שרייבן אין קאווע שטיבל אלץ מער זעה איך ווי מען דארף זיך מחזק זיין אין לימוד התורה הקדושה און אין די הייליגע אמונה וואס איך און גאנץ כלל ישראל האבן מקבל געוועהן מאבותינו ואבות אבותינו, איך זעה אז די וואס רעדן זיך איין טראפ אוועק פון דעת תורתינו הקדושה רעדן שוין אינגאנצן נישט צום זאך

קודם כל ווינדער איך זיך פארוואס די גייסט טאקע נישט לערנען, צווייטנס די ביסט נעבעך א קרבן פון די סיסטעם וואס האט איינגעפלאנצט און דיר די טבע פון ערשט דיפענדן די סיסטעם און זיך נאכדעם זארגן אויב די דיפענס איז אמת, גיי און קוק וועסטו זען אז די וועלט איז גרעסער פון דיין קליינע קאמיוניטי, ס'דא זאכן וואס זענען פאקטן נישט קיין קיין חילוק וואס די סיסטעם האלט

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 01, 2017 5:16 pm
דורך טרויבן88
יהודי פשוט האט געשריבן:דער ביי וועם דאס איז ריכטיג דאס איז נישט קיין געטרייע מאמע נאר א נידריגע מרשעת ויהי רצון אז זי זאל זיין די נעקסטע זיך צו נעמען דאס לעבן אז מושב זאל האבן נאך עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען

אומגלויבליך א א דעפענדער פון א סיסטעם זאל ניצן אזא ווארט אויף א פרוי וואס די קענסט אפילו נישט, און וועל מוזן רעדן מיט דיין ראש ישיבה ווי די לערנסט יעצט אז ער זאל דיר אוועק נעמען די טעלעפאן

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 01, 2017 11:32 pm
דורך שלום שטיסל
איסר האטלקי האט געשריבן:וואס וויל דער לאבין דא?
איז ער אינגאנצן פארריקט?
נישט געטראפן קיין וועג צו באקומען עטענשין איז ער געלאפן צו דעם פורק עול, עוכר ישראל.
ער דערמאנט נאך זיין ניר פאר דער וואס האט שוין פארגעסן.....

די מעשה מיט לאבין איז אז חוץ דעם וואס ער איז דער מלך פון די היינטיגע שרייבער אין די אויסגאבעס (חוץ דער וועקער לאל) טוט ער אויך אסאך עסקנות, ער איז אינוואלווד אין אסאך חסד ארגענעזאציעס, דער מענטש איז דא פארן דור מיט זיין הארץ. ער האט אמאל געזאגט אז ער רעדט אסאך פון אוועקגעבן זיין ניר ווייל ער וויל אז מענטשן זאלן אים נאכטוהן.
איך האב די פולסטע רעספעקט פאר אים, און ס'איז מיר נישט קיין חילוק פארוואס ער רעדט דערפון, ער האט געטון א גוטע זאך און ס'קומט אים קרעדיט דערפאר, ער האט אלע רעכטן צו רעדן דערפון.

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 01, 2017 11:53 pm
דורך איסר האטלקי
אלעס פיין און וואויל. עסקנות, שרייבן, נירן, אלעס קומט אים קרעדיט. אבער פארוואס מיט ליפא? פארוואס?
ער וויל עפעס אויפטון? פאר אידישקייט? פאר ליפא?
קודם יואלי לעבאוויטש, דערנאך רוחי פרייער, און לאבין איז דא!
איך קען עס נישט פארשטיין.

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 01, 2017 11:53 pm
דורך איסר האטלקי
.

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 12:02 am
דורך קאצקע ציקער
איז די פארווערד א פרומע צייטונג?

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 12:38 am
דורך ישראל גלויבער
איי איי די זאכן לויפן שנעלער ווי איר מיינט.. איר וועט זיך קוים אויסהייזעריגן פון דעם, וועט שוין זיין בעסערס פון דעם... וועיט ענד סי...

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 12, 2017 10:43 pm
דורך יהודי פשוט
טרויבן88 האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:דער ביי וועם דאס איז ריכטיג דאס איז נישט קיין געטרייע מאמע נאר א נידריגע מרשעת ויהי רצון אז זי זאל זיין די נעקסטע זיך צו נעמען דאס לעבן אז מושב זאל האבן נאך עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען

אומגלויבליך א א דעפענדער פון א סיסטעם זאל ניצן אזא ווארט אויף א פרוי וואס די קענסט אפילו נישט, און וועל מוזן רעדן מיט דיין ראש ישיבה ווי די לערנסט יעצט אז ער זאל דיר אוועק נעמען די טעלעפאן

עס איז א מזל אז קיינער דא ווייסט נישט ווער איך בין, ווען יא וואלט עטץ געוואוסט אז עס זענען דא ווייניג וואס האבן אזויפיל געליטן (און ליידן נאכאלץ) פונעם סיסטעם ווי איך, נאר עם כל זאת האב איך זיך אראפ געזעצט מיט יישוב הדעת און איך האב איינגעזעהן אז מען דארף דאך האבן דעם סיסטעם, הגם אז עס זענען דא כמה וכמה ענינים דערין וואס איז צריך תיקון גדול אבער מען דארף עס דאך האבן און מער פון וויפיל עס האט קטלני געמאכט האט עס אויפגעטוהן!

הודעהפורסם: מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:56 am
דורך איסר האטלקי
איך מיין כ'הייב שוין אן כאפן ווער דו ביזט, אנטלויף איידער איך ווער געוואויר....