ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראטעגיע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך moshav zekeinim » זונטאג יאנואר 08, 2017 5:55 am

קורקלענד האט געשריבן:@מושב אויב די קענסט מיר פאר שטיין געבן

וואו האט ער זיך געטראפן?

איך האב איהם באטראכט דורך אויס זיין קאריערע און לויט ווי איך האב צוגעזעהן האט ער אנגעהויבן זוכן דעם זיך פון וואס די רעדסט א סאך שפעטער ווי די שרייבסט.


אז מען זיכט זיך האט מען זיך שוין האלב געטראפן, בחינת שאלת חכם חצי תשובה.

ליפא האט פונם ערשטן מינוט אנגעהויבן מיט קריעטיוועטי, זיין ערשטער אלבום שמע איז שוין געווען מלא רעיונות. ער האט אפשר אליין דעמאלס נישט געוויסט אז ער זיכט זיך, אבער אזא סארט זינגער איז א פשיטא אז זיין קאריערע איז נישט פארן טרעקענעם דאלער אדער סתם פעים, עס ציט אים צו עפעס טיפערס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך moshav zekeinim אום זונטאג יאנואר 08, 2017 6:40 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ארבע כיתות השקפה הן בק"ש: כת המשכילים אומרת: חכמה לחוד תורה לחוד מסורה לחוד ומנהגינו לחוד. כת החכמים אומרת: חכמה ותורה ומסורה ומנהגינו משתמשים בערבוביא. כת התמימים אומרת: חכמה ותורה ומסורה ומנהגינו חד הוא. כת הקנאים אומרת, מה לנו ולחכמה, ולתורה, ולמסורה, אין לנו רק מנהגותינו הקדושים בלבד.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1516
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » זונטאג יאנואר 08, 2017 6:04 am

קורקלענד האט געשריבן:
זיינע אויפטוען זענען וואס? אז ער לויפט ארום און שרייט אז מיר פעלט א גוטע עדיוקעישן? אויף דעם האב איך דיר צעלייגט פונקטלעך אויף קליין געלט וואו ער איז אנגעקומען ווען ער האט פאר זיך געטוהן דאס וואס ער שרייט יעדער דארף טוהן.


גראדע רעדט ער נישט בלויז פון עדזיקעישן. אבער נישט קיין חילוק וואס ער שרייט, מען זעהט באשיינפערליך אז זיין עיקר ציל איז צוברעכן די שטייפקייט און איגנאראנץ פונעם סיסטעם, וואס ער שפירט אז עס דערשטיקט קריעטיוועטי אויסדרוק מיט וואס אזעלעכע מענטשן ווי ער זענען באשאפן געווארן. עדזשיקעישן און פרנסה איז פשוט לשבר את האוזן.

זיין ראש חדש מיט ר' ליפא פראגראם איז א גאר שטארקער זאך, וואס וועט לכאורה שלאגן שטארקע ווארצלען.

אגב, דער וועקער בנשיאת חברנו ר' ראובן וועט לכאורה זיין א צווייטער סטראטעגישער באמבע, וואס וועט מעגליך איבערשטייגן אין אויפטהו דעם ראש חודש מיט ר' ליפא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך moshav zekeinim אום זונטאג יאנואר 08, 2017 6:41 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
ארבע כיתות השקפה הן בק"ש: כת המשכילים אומרת: חכמה לחוד תורה לחוד מסורה לחוד ומנהגינו לחוד. כת החכמים אומרת: חכמה ותורה ומסורה ומנהגינו משתמשים בערבוביא. כת התמימים אומרת: חכמה ותורה ומסורה ומנהגינו חד הוא. כת הקנאים אומרת, מה לנו ולחכמה, ולתורה, ולמסורה, אין לנו רק מנהגותינו הקדושים בלבד.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1516
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » זונטאג יאנואר 08, 2017 6:14 am

קורקלענד האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:אויף זיינע פעיסבוק פאוסטס האט ער אן עוורידזש פון הונדערט לייקס.

זענען די הונדערעט מענטשן חרידים? אטד? מאדערן? גוים?


איך גלייב אז אידן, לכאורה אויפגעקלערטע און אטד, אבער הונדערט לייקס אויף פעיסבוק פאוסט מיינט אז ער פארמאגט א שיינער אנהענגערשאפט.
איך בין גראדע נישט פון די וואס גיבן אים לייקס, פשוט ווייל בין עפעס נישט אזא לייק טיילער, און ווי אויכעט גיי איך נישט פאר זיין סטייל (בחינת כוונתו רצויה ומעשיו פליאה) און דאס מאכט מיר טראכטן אז אויסער זיינע לייק געבערס האט ער נאך א סך וואס זענען מסכים מיט אים און זענען מחשיב זיינע פעולות לטובת הכלל. (פונקט האט מיר איינער היינט געזאגט אז ער פלעגט אמאל נישט פארליידן ליפא'ן, עס האט אויסעקוקט ווי ער טוט אלעס פאר קינדישע אטענטשן, אבער זייט ער זעהט ווי ער האט אלעס אפגעלאזט און זיך אריין געלייגט אין ארט און אין טון לטובת הכלל האט ער אן אנדער בליק אויף אים).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1516
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג יאנואר 08, 2017 12:11 pm

קורקלענד האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:אויף זיינע פעיסבוק פאוסטס האט ער אן עוורידזש פון הונדערט לייקס.

זענען די הונדערעט מענטשן חרידים? אטד? מאדערן? גוים?

רוב פון זיינע צוהערער זענען לכאורה ׳טונא־בייגל׳ס׳, נישט אז איך האב עפעס קעגן אים, איך קען אים גיט שוין פון יאהרן צוריק. אבער דאך פון ליפא ביז די אמאליגע יידישיסטן און אידישע טעאטערס איז נאך דא א היפשע שפאן. די היינטיגע אידישע ענטערטענמענט איז סאום־האו נאכאלץ; טייטלבוים, האלבערשטאם, האגער, טווערסקי, האראוויץ, גרינוואלד, רוקח.
When John Cardinal O'Connor and these other Cardinals and Bishops have experienced their first pregnancies and their first labor pains and they've raised a couple of children on minimum wage, then I'll be glad to hear what they have to say about abortion. I'm sure it'll be interesting
George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2718
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: אין די קאלטע בור!
האט שוין געלייקט: 3133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1882 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » זונטאג יאנואר 08, 2017 2:22 pm

זעהט זיך אויס אז דו קענסט טאקע נאר ליפא פון אמאל.
אוודאי איז דא א היבשער שפאן, אבער ער הייבט אן באמת צו מאכן די ערשטע דורך ברעכונגען.
ארבע כיתות השקפה הן בק"ש: כת המשכילים אומרת: חכמה לחוד תורה לחוד מסורה לחוד ומנהגינו לחוד. כת החכמים אומרת: חכמה ותורה ומסורה ומנהגינו משתמשים בערבוביא. כת התמימים אומרת: חכמה ותורה ומסורה ומנהגינו חד הוא. כת הקנאים אומרת, מה לנו ולחכמה, ולתורה, ולמסורה, אין לנו רק מנהגותינו הקדושים בלבד.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1516
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל

הודעהדורך גנדי » זונטאג יאנואר 08, 2017 3:42 pm

moshav zekeinim האט געשריבן:זיין "ראש חודש מיט ר' ליפא" קליפס זענען אויסגעשטעלט אריין צודרילן בתוך תוכו פון חרדים. ער רעדט אין דער היימישסטער אידיש, מיט א היימישער געשמאק. ער אינטערוויוט די אידישע וועלט מחוץ לחומת הברזל. ער וויל באשיינפערליך ווייזן אז דעם היימישן טעם און לעבן קען מען האבן אויך מחוץ לחומת החרדים. ער וויל מאכן אזויווי לאדזש אין פוילין אדער דער אמאליגער איסט סייד, וואו תורת התבדלות איז נישט געווען שטארק, און בתי מדרשות ובתי תיאטראות היו משמשים ביחד. וויל מען עסט מען חמץ וויל מען עסט מען מצה.


זיין "שני וחמישי" אפשר.

אבער זיין "ראש חודש מיט ר' ליפא" איז נישט סטראטעגיע פאר די היימישע. דאס איז פשוט פאר די "פארווערט" אנצופילען זייער וועבזייטל. והנראה לעניות דעתי כתבתי.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » זונטאג יאנואר 08, 2017 3:49 pm

גנדי האט געשריבן:
זיין "שני וחמישי" אפשר.

אבער זיין "ראש חודש מיט ר' ליפא" איז נישט סטראטעגיע פאר די היימישע. דאס איז פשוט פאר די "פארווערט" אנצופילען זייער וועבזייטל. והנראה לעניות דעתי כתבתי.

זיין שני וחמישי איז אין ענגליש און איך זעה נישט קיין סטראטעגיע דערין.

ראש חדש מיט ר' ליפא איז אין יידיש און פארמאגט כאראקטער און א מהלך.

וואס איז דער פראבלעם אז ער איז עס מפרסם אין פארווערט? ער רעדט דאך א היימישער אידיש.
ארבע כיתות השקפה הן בק"ש: כת המשכילים אומרת: חכמה לחוד תורה לחוד מסורה לחוד ומנהגינו לחוד. כת החכמים אומרת: חכמה ותורה ומסורה ומנהגינו משתמשים בערבוביא. כת התמימים אומרת: חכמה ותורה ומסורה ומנהגינו חד הוא. כת הקנאים אומרת, מה לנו ולחכמה, ולתורה, ולמסורה, אין לנו רק מנהגותינו הקדושים בלבד.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1516
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מאנטאג יאנואר 09, 2017 12:24 am

די חכמה פון ליפא, ער ארבעט מיט סטראטעגיע. ס׳קומט צו לאכן ווען מ׳הערט די ווארט ליפא מיט סטראטעגיע אין איין שורה.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 796 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 745 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט