בלאט 1 פון 1

וואס ברענגט דיר צי פארטיידיגן ראסיזם אדער א אומרעכט?

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 12:39 pm
דורך טרויבן88
ס'קומט פאר פון צייט צו צייט געוויסע אומריכטיגע אינצידענטן אויף די גאס אדער און א חסידות, ווי למשל די מעשה מיט מרדכי בן דוד ווי ער האט געניצט ביי א קאנצערט א דערנידערונג אויסדריק צי אויסדריקן אז אבאמא'ס טערמין איז פארטיג,

סא נאכדעם שאפן זיך 2 לאגערן (וואס איך וויל רעדן פון...) איין לאגער וועט זאגן אז ס'איז נישט געווען א פאסיגע אויסדריק און ער זאל זיך אנטשולדיגן און די צווייטע לאגער וועט זאגן אז ער האט גארנישט געמיינט, און מען זאל זיך סטאפן משוגע מאכן,

וויל איך וויסן וואס איז די ווייטאג וואס ליגט אינטער דעם, עס זעט נישט אויס ווי די דעבאטע וואס מען רעדט פון, אז מען רעדט פון די זאך פון וואס מען האט אנגעפאנגען צי רעדן, (איך גלייב אז שטילערהייט וועלן רוב מסכים זיין אז מען טאר נישט אזוי רעדן) נאר עס גליטש זיך אריין און די אלגעמיינע לאגער פון רעכט אדער לינק, וויל איך וויסן וואס געשענט ווען מ'אנטשולדיגט זיך? וואס איז די פראבלעם? און פארוואס אויב א מענטש האט זיך מיאוס אויסגעדריקט אז ס'איז א פראבלעם צי פארלאנגען אן אנטשולדיגונג?