שלושים יום קודם החג - פורים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

שלושים יום קודם החג - פורים

שליחה דורך ווייל אזוי »

מ'איז שוין אריינגעטרעטן אין די שלושים יום פון פורים, אויבנאויף קוקט אלעס אויס שטיל ס'איז נאך אינמיטן שובבי"ם די עולם גייט אן מיט די לעבן כאילו פורים קומט נישט אזוי שנעל, איז לאמיר ענק נעמען אויף א באזוך הונטער די קוליסן זעהן ווי כלל ישראל גרייט זיך אויף פורים.

ביי די תלמידי חכמים האט מען שוין אנגעפאנגען צו לערנען גמרא תוס' מסכת מגילה, מיט א ספעציעלע לוח צו ענדיגן ביי תענית אסתר מוקדם, און קענען מאכן א סיום בעצם היום.

ס'דא ישיבת ווי די בחורים לערנען געוויסע לימודים פאר משלוח מנות פאר'ן רבי'ן, אנדערע ארבעטן אויף קעסל און כלים צו ברענגען א מתנה פאר משלוח מנות פאר'ן רבי'ן.

די נאש סעילס'לייט זענען גארנישט אונטערשטעליג זיי באלאגערן די גראסערי'ס און טרייען אריינצוריקן ווי מער סחורה ס'איז דאך יעצט זייער בעסטע סיזען.

די גראסערי'ס סטאק'ן זיך אן מיט כל טוב וטוב, מ'גרייט זיך אן די ספעשעל'ס אויף די ראלל וועיפער.

די וויין סטאר'ס טראכטן שוין וועלכע וויין גייט מען שטיפן דעם סיזען, חוץ פון דעם באשטעלן זיי די בעיבי פלעשער פאר די שלוח מנות.

די טוי סטאר'ס ברענגן אריין די קאסטיום'ס מיט די המן קראכער'ס.

אין דערהיים שמעקט מען שוין די ריח פון די קרויט מיט די קרעפלעך וואס גייט אריין אין פריזער אויף פורים.

עמך אידן נעמען ארויס פון באנק געלט ספעשילי צווייער'ס.

גבאי ביהמ"ד באשטעלן האלבע דאלער'ס פאר מחצית השקל, אנדערע דרוקן שוין די צעטליך פון האלטן די קינדער שטיל ביי מגילה ליינען.

חתנים ארבעטן אויף צוקומען מיט געדאנקן פאר די כלה'ס שלוח מנות אזוי אויך די כלה'ס פאר די חתנים.

די רבנים בענטשען די געלט וואס גייט פארטיילט ווערן ביי די משתה ושמחה.

די געלט גייער'ס אפדעיטן זייער גביר'ם ליסטע פון היי יאר.

די בחורים ארבעטן שוין אויף זייער געלט אקציע,
וואספארא מאביל צו נעמען אדער וועלכע דרייווער צו דינגען,
וויאזוי מ'גייט גיין אנגעטון,
און נאכדעם וואספארא מיוזיק צו שפילן. (אין א"י מאכט מען נייע ישיבה ניגונים)

די צאן קדשים האבן אויך ארבעט זיי פירן אן זייער "פורים מסיבה" גאנצטע מיטינג'ס קומען פאר ביי ריסעס אויסצופלאנירן די מסיבה.

ס'טוט'זיך ליהודים די עולם ארבעט אריין אויף פורים.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר