פרישע רובריק אין פארווערטס: אונדזער צעבראכענע געזונט-סיסטעם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
קאנטאקט:

פרישע רובריק אין פארווערטס: אונדזער צעבראכענע געזונט-סיסטעם

שליחה דורך שלום בערגער »

ליבער ד"ר בערגער,
פארוואס איז אונזער געזונט-סיסטעם צע­בראכן?
מ. וו., נ"י

טייערע מ. וו,

עס ווענדט זיך צי, און וויאזוי, אונזער געזונט-סיסטעם אין די פאראייניקטע שטאטן איז טאקע "צעבראכן”. פאראן פאליטיקער וואס האלטן, אז אונזער געזונט-אפהיט איז "דאס בעסטע אויף דער וועלט.” די מערסטע דרויסנדיגע פארלאזלכע מקורים האלטן, אז מיר אמעריקאנער לייגן אויס א מאיאנטעק וואס טויג אויף כפרות. די פינקטליכע געזונט-קאסטן פון אונזער סיסטעם באטרעפן א פאר טריליאן (טויזנט ביליאן) דאלאר אלע יאר, נאר אונזער שטא'רבי'קייט און קרענקלעכקייט איז מער ווי אין לענדער, וואס גיבן אויס ווייניגער. (פאראן אנדערע סיבות, פארשטייט זיך, פארוואס אונזער געזונט-סיסטעם איז אומפערפעקט, נאר דער דאזיגער חסרון — מיר גיבן אויס מער און באקומען, רעלאטיוו גערעדט, ווייניגער — איז כאראטעריסטיש פאר אונז.)

פארוואס? פאראן דריי סיבות.

ערשטנס, איז אונזער סיסטעם איבער­גע­לאדן מיט אדמיניסטראטארן, וואס זייער צאל שטייגט אסאך שנעלער ווי די צאל דאקטוירים און אנדערע קליניקער. אפשר איז דאס צוליב דער צאל רעגולאציעס, נאר עס קען אויך האבן צו טון מיט דער איבעריגער ביוראקראטיע ארויס­גערופן פון דער אמעריקאנער געזונט-צע­שפלי­טערונג. ניו-יארק איז אנדערש ווי אלאבאמע, וואס איז אנדערש ווי טענעסי, און אזוי כסדר.

צווייטנס, מעג יעדער שפיטאל רעכענען מער-ווייניגער וואס ער וויל. ס'איז א פרייער מארק וואס איז נאר "פריי” פאר די פארקויפערס. שטעלט זיך פאר אז דו גייסט אריין אין קראם קויפן א שטיקל פיש. אין א דינסטאג צאלסטו 5 דאלאר, און אויף מארגן — 25 דאלאר. אן א פארוואס, אן א פארווען, סתם אזוי. די טאריפן זענען אויסגעזויגן פון פינגער.

דריטנס, און אפשר דער עיקר, מאכט מען אין אונזער געזונט-סיסטעם צו פילע טעסטן, פראצעדורן און אפע­רא­ציעס. דא בין איך נישט אויסן "צו פילע” אין עקאנאמישן זין, נאר אין מעדיצינישן. קוק זיך אום ס'קומעדיגע מאל ווען דו ביסט ביים דאקטער, און פרעג זיך: "וויפיל פון די זאכן בין איך זיכער, אז זיי האבן מיר טאקע געהאלפן, און זענען נישט געווען גלאט אן אופן סתם יוצא צו זיין אויף עפעס א טעארעטישער צי רעגוליר-פאדערונג? דער אמת איז, אז אונזער סיסטעם גלייבט נאכאלץ אינעם פרינציפ "מער איז ווייניקער”, אנשטאט "ווייניגער איז מער.”

נישט אלץ איז פארפאלן. די לעצטע יארן מאכט מען א פעולה אין געוויסע תחומען. דער אויפשטייג פון געזונט-הוצאות ווערט פא­מע­לעכער (אפשר צוליב דעם העכערן צו­טרוי פון דער אמעריקאנער באפעלקערונג צו "אבאמאקער‟). נאכ'ן ארויסגעלאזט ווערן פון שפיטאל ווערן פאציענטן היינט ווייניגער שפי­טאליזירט צום צווייטן מאל. אין טייל שפי­טעלער האט מען כמעט ווי עלימינירט די אינ­פעקציעס אין די קאטעטערס. היינטצוטאג קנעלט מען מער מיט מעדיצין-סטודענטן ווי זיך בעסער אפצוגעבן מיט'ן פאציענט, און ווי צו קאמוניקירן מיטגעפיל, ווי קיינמאל פריער — אסאך בעסער ווי אין מיינע סטודענטישע יארן.

אז מ'שמועסט זיך גוט אויס מיט'ן דאקטער וועגן די מעלות און חסרונות פון זיין צוגאנג צו אייער געזונט, קען מען אפשר מאכן א פעולה אויך פון אייערט טובה וועגן.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר