היסטארישע אסיפה וועגן מאלעסטעישען פאר באבובער מלמדים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

היסטארישע אסיפה וועגן מאלעסטעישען פאר באבובער מלמדים

שליחה דורך חתם סופר »

שוין יאאאארן וואס מ'פארפירט וועגן די שרעקליכע מגיפה פון מאלעסטעישען וואס קומט ליידער פאר ביי אונז און וואס מ'רעדט אזוי ווייניג פון דעם. ליידער האט עס שוין געקאסט אסאך קרבנות. אסאך מלמדים ווייסן נישט ווי אזוי צו דערקענען אויף א קינד אויב ער גייט נעבעך דורך אזא שרעקליכע זאך, און אזוי דארפען מלמדים וויסן די הארבקייט פון די טמא'נע מעשים.

אויפ'ן באפעל פון באבובער רב האט מען היינט נאכמיטאג צאמגעזאמעלט אלע מלמדים פון מוסדות בני ציון באבוב און מ'האט געגעבן א פרעזענטעישאן אויף דעם גאנצען ענין. מ'האט גערעדט וועגן סימנים צו דערקענען אויף א קינד אויב ער גייט ח"ו דורך מאלעסטשעישען און ווי אזוי צו מאכן קינדער באקוועם צו רעדן און דערציילן אויב עפעס געשעהט צו זיי.

אויך האט מען געגעבן פאר די מלמדים די terms צו וויסן און פארשטיין וואס עס גייט פאר און ווי אזוי אזא שרעקליכע זאך מאכט חרוב די נפש פון א קינד.

די אסיפה איז א רעוואלאשען אין די חסידישע וועלט און איז נאר די ערשטע אסיפה. ווי מ'געט איבער וועט קומען נאך א פיל גרעסערע אסיפה וואס וועט זיין פאר אלע עלטערן ווי מ'וועט רעדן וועגן די ענין אז עלטערן זאלן וויסן די חומר הענין און מחנך צו זיין די קינדער ווי אזוי נישט צוצוקומען צו אלעכע זאכן און וואס צו טוהן אויב ח"ו ס'געשעהט יא.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר