כפירה אדער איגנארענץ?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1787 מאל

כפירה אדער איגנארענץ?

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]ס'איז נישט קיין סוד אז די חינוך אין ניו יארק איז אונטער א אטאקע, געוויסע רעגירונגס אינסטאנצן קוקן מיט א פארגרעסערונג גלאז וואס ס'גייט פאר אין אונזערע מוסדות, צו קומט מען טאקע נאך וואס די געזעץ פארלאנגט. די געזעץ וואס איז כהיום דא אויף וועלכע לימודים מ'דארף לערנען איז שטארק לעכעריג, די געזעץ פארלאנגט בלויז אז ס'מוז זיין ענדליך צו וואס מ'לערנט אין פובליק שולע אן אריינגיין אין פרטים, ווי אויך האט די געזעץ פארשידענע אנדערע לעכער ווי ווער עס קען פארסירן דאס נישט לערנען די פארלאנגטע לימודים וכדו' וואס מיט אלע לעכער צוזאמען געבט עס א פרייהייט צו די מוסדות התורה צו טוהן וואס זיי פארשטייען, און קוקט אוועק פון וואס ער טוט. אבער נישט צו לאנג צוריק איז אויפגעקומען געזעצן אין אלבעני (דורך ראקלענד קאונטי פאלטישאנס) צו טוישן די געזעץ און עס ערזעצן מיט מער פונקטליכערע און שטייפערע געזעצן מיט א שטראף פאר די מוסד וואס קומט נישט נאך די לימודים און ווי אויך זאל עס פארשריבן ווערן אין די געזעץ ביכער פונקטליך וואס עס מוז געלערנט ווערן, ווי עס קוקט אויס ווערט דער נייער ביל דערווייל באקעמפט אין אלבעני אבער ווער ווייסט ווי לאנג מיר גייען האבן דעם רוב מיט אונז עס צו קענען באקעמפן און ווער ווייסט ווילאנג דער רוב גייט בכלל האבן א אינטערעסע אין אונז, און אפילו אויב יא, אויב ס'גייט זיין צופיל גרידער אין גאס דערוועגן גייט זיך קיין איין איינשטענדיגע פאלעטישאן נישט ארויסשטעלן קעגן א ביל וואס וויל אינפארסירן עדיוקעישאן, קיין איין פאליטישאן וויל דאס נישט אויף זיין רעקארד, נאר וואס דען דערווייל שטופט מען עס ב"ה אונטערן קארפעט, אבער ווי פארשטענדליך קענען זיך אסאך זאכן טוישן און יעדע פאר יאר איז דא נייע וואלן און ווער ווייסט מה יולד יום.

ווי באקאנט איז דא מענטשן וואס זענען ארויסגעפאלן פון אונזער געמיינדע און לייגן שטיינער אין וועג פאר די מוסדות התורה, מ'קען עס אנקוקן אויף צוויי וועגן, מ'קען זעהן אין זייערע מעשים אז זיי האבן געגרינדערט א מאוומענט פאר ארויסגעפאלענע יוגענטליכע זיך אפצורעכענען מיט זייערע פרומע ברודער און אים לערנען טאנצן, זיי זענען נישט קיין וואוילטעטיגע אקטעוויסטן וואס זוכן אויפצוטוהן פארן כלל נאר ענדערשט בעלי זרוע, בוליס, וואס זוכן נקמה צו נעמען און חרוב צו מאכן, זיי קענען די אינסיידס און ווייסן ווי צו צילן, אבער מ'קען אויך קוקן דערויף אז זיי זענען אנגעווייטאגט אויף די מציאות אז מ'האט מיט זיי נישט געלערנט קיין לימודי חול און דאס האט זיי געמאכט שווערעקייטן אויף די עלטער, אזוי צו אזוי טוהן זיי עפעס וואס די תוצאה דערפון מוז געשעהן, אוודאי דורך א אנדערע מיטל וואס זאל פירן דערצו, הגם איך ווייס נאך נישט וואס דאס איז ווייל דער פשוטער מיטל אז מ'זאל פשוט אנהייבן לערנען מיט די קינדער וואס ס'פעלט זיך אויס קוקט אויס ווי א חלום, און דערווייל איז נישט דא קיינער וואס טוט סיי וואס חוץ זיי, און באמת קען מיר אונז היימישע גארנישט טוהן, אונז זעמיר געבינדן די הענט, אונז האמיר קינדער אין די מוסדות וואס מ'נוצט ווי א שטעקן ווען ס'פעלט זיך אויס.

וויאזוי ס'קוקט אויס איז די עתיד פון אונזערע קינדער שטעקן אין א מחלוקה פון די מוסדות מיט מאסטער ווער ס'גייט אויספירן, און ווילאנג יעדער גייט וועלן ווייזן ווער ס'איז שטערקער און ווער ס'איז גערעכט גייט גארנישט געשעהן, אבער דאס זאל זיין קלאר אז דא איז נישט קיין שאלה ווער ס'איז גערעכט, ווייל ביידע צדדים זענען נישט גערעכט, די שאלה איז וואס מ'קען דערלייגן, דער מאסטער האט נישט גארנישט וואס צו דערלייגן, אבער אונז מיט אונזער נישט אנהייבן טוהן צום זאך זעמיר גורם אז די רעגירונג וועט זיך סוף כל סוף אריינמישן, מ'דארף זיין בלינד עס נישט צו זעהן קומען, ווער ס'ווייסט וויאזוי גאווערמענט פירט זיך פארשטייט אז א ביל קען מען באקעמפן איינמאל און נאכאמאל, אבער אויב איז דא איינער וואס שטיפט דעם ביל און ס'איז יושר'דיג גייט עס צום סוף דורכגיין, ס'איז נאר א שאלה פון צייט, מיט אונזער זיין איגנארענץ און נישט באהאנדלן די פראבלעם אויפן געהעריגן וועג, נאר ענדערשט פירן א מערכה מיט מאסטער, און ארומשיקן טעלעפוין קאללס צו אוועקווארפן זיין מעילינג אלץ כפירה, נעם מיר אונז אוועק פאקוס וואס דער עכטער פראבלעם איז, אונזער פראבלעם איז נישט מאסטער, זאל זיין אז מאסטער איז א פארברעכער און מיינט נאר חרוב צו מאכן די יהדות החרדית, אבער ער איז נישט אומגערעכט, ער שיקט נישט ארום קיין כפירה, נאר ער זאגט עפעס הויעך וואס אונז אלע זאג מיר שטיל, שטילערהייט האב מיר אונז נישט קיין געהערגע פרנסות, ששש דערצייל נישט פאר קיינעם, לאמיר ענדערשט חזר'ן די לאזונג אז שרייבער מיט קעסטענבוים זענען נישט געגאנגען אין קאלידזש.....

מיט אונזער כח פון איגנארירן געב מיר אונז לעגטימאציע פאר די גאווערמענט צו קומען אריינרעדן אין אונזער חינוך, דעמאלטס וועט מען שוין מוזן לערנען סך מער ווי פשוטע לימודי חול, און דערלייגן גיי מיר אונז עלטערן נישט דער מוסד, ווייל די געזעץ לויטעט אז די עלטערן זענען די וואס דארפן באזארגן די קינד מיט א אויסגעהאלטענע עדיוקעישאן, מיט אונזער שטיין אין די זייט און חלומ'ן אז דער מוסד פארזארגט אונז שוין מאך מיר אונז זיכער אז אונזערע קינדער זאלן דארפן לערנען אלעס וואס די רעגירונג גייט הייסן אין אפאר יאר ארום, און אויב נישט גיי מיר אונז זיין אויסגעשטעלט צו ליגאלע פראבלעמען, נישט דער מוסד. ווען די זעלבע האט זיך אפגעשפיעלט אין קאנאדא און אין איירופא האבן די רבנים געשריגן אז מ'דארף זיך מוסר נפש זיין, די גרעסטע מסירות נפש וואס מיר קענען טוהן איז צו אנהייבן לערנען וואס מ'מעג און וואס מ'דארף על פי תורה, דערמיט קען מען אלעס פארמיידן. און לאמיר נישט פארגעסן, אין געוויסע מוסדות לערנט מען ניטאמאל געהעריג ענגליש פשוט צו קענען קאמיוניקירן מיט מענטשן, אונז רעד מיר נאך אידיש, אונזערע תנאים האבן גערעדט אראמיש, אונזערע עלטערן האבן גערעדט אונגאריש, אבער ביי ענגליש ווערט עס פלוצים א פראבלעם מיטן חינוך הטהור.

ס'איז ווערט אראפצוברענגן אפאר ווערטער וואס יונה לאנדא פארציילט
אניהקטן האט געשריבן:אויף קול מבשר איז געווען א שמועס מיט ר' יונה לאנדא, האט ער פארציילט אז ווען ער איז געווען א יונגל אין סאטמאר האט דער רבי זי"ע איינגעפירט אז מען זאל לערנען צוויי און א האלב שעה ענגליש אין סאטמאר! שפּעטער האבן די קנאים פארפירט האט מען עס געשניטן צו צוויי שעה.
ר' יונה האט פארציילט אז זיי האבן אפילו געלערנט דזשיאגראפי, דזשיאמעטרי, און פארשטייט זיך מעט און דאס אלעס איז געווען מיט דעם רבי'נס הסכמה!
ער האט פארציילט אז ס'איז געווען אן אמעריקאנער רב וואס האט געלאכט פון סאטמארער רבי'ן און געזאגט אז ער וועט קיינמאל נישט מצליח זיין אין אמעריקע. ווי נאר ער האט געהערט אז דער רבי האט איינגעשטעלט אן ענגלישן פּראגראם אין סאטמאר האט ער זיך אנגערופן, "יא, דער רבי איז בייגעקומען אמעריקע."
וואספארא בושה און חרפה איז עס אז היינט אין די איינע שעה וואס מען לערנט נאך היינט אפיציעל ענגליש זיצן מלמדים, וואס קענען נישט קיין ענגליש, און פארציילן סיפורי צדיקים פאר די קינדער, און דאס איז ביי די אהרונים. ביי די בני יואל און דער פרומער חלק פון די זאליס לערנט מען אפילו דאס אויך נישט.
דורכ'ן נישט געבן פאר די קינדער א טשענס לערנט מען זיי צו לעבן אויפ'ן חשבון פון אנקל סעם און שלעפּן פּראגראמען פון די גאווערמענט דורך אלע סארט דריידלעך און שטיקלעך. זענען אונזערע חז"ל נישט גערעכט געווען, ווען זיי האבן אונז געלערנט כל שאינו מלמד את בנו אומנות, מלמדו ליסטות?
ווי פרעך און געמיין איז דער בלאט מיט'ן חוזק מאכן פון די ביסל ענגליש וואס מען לערנט (אויב דאס יא). פארוואס דארף מען שוין קענען ענגליש, פרעגט דער בלאט, צו קענען שנארן פ"ס פון די גאווערמענט? פארדעם איז גענוג דער מינימום שבמינימום! יא, אן קיין שום בושה האט דער בלאט ארויסגעשריבן דעם ביטערן מצב וואס ס'גייט פאר ביי אונז.

זאל מיר אונז נאר זיין האלב אזוי מאדערן ווי סאטמאר רב און לערנען נאר האלב ווי מ'האט דעמאלטס געלערנט וואלט אונזער מצב הפרנסה געווען בעסער, מיט ווייניגער אידישע קינדער אין אמעריקאנע טורמעס, און די גאנצע סומאטוכע וואלט געקומען צו א ענדע.

לעצטענס איז געווען באשריבן אין די מאמענט א ארטיקל מיט די פערלס ארגענעזאציע, זיי געבן זיך אפ צו קעמפן פאר די מוסדות התורה, ס'קוקט אויס ווי זיי טוהן א גוטער ארבעט און דער אייבערשטער זאל העלפן זיי זאלן מצליח זיין אבער כ'וויל זיי נאר אויפמערקזאם מאכן איין קליינע פרט, אין דעם גאנצן ארטיקל און אויך אויף זייער וועבזייטל ברענגן זיי באריכטן איבער געוויסע מוסדות און די מוסדות זענען באמת די רוב, וואס דארט כאטש מ'לערנט רוב טאג תורה געבט מען אבער א גוטער בילדונג אין לימודי חול וואס דאס צוזאמען מיט די וויסנשאפט סקיללס וואס מ'באקומט פון די לימודי קודש ווי Common Core, געוויסע סייענס, חשבונות וכו', קען מען דערנאך גיין אין טורה קאלידזש אדער סיי וואו, און זיך לערנען א פאך און באקומען א דעגרי, אבער ווי ס'קוקט אויס ווייסן זיי נישט אז ס'איז דא א מיעוט מוסדות וואס כאטש זיי זענען א מיעוט אין מוסדות זענען זיי אבער גרויסע מוסדות וואס מאכט זיי פאר קרוב צו רוב פון די אידישע קאמיונעטי אין די סיטי וואס דארט געבט ניטאמאל די מעגליכקייט פאר אירע תלמידים צו באקומען די מינימאלע וויסנשאפט אין סיי וועלכע פון די לימודי חול, ניטאמאל געבן זיי א מעגליכקייט זיך צו געהעריג אויסלערנען די ענגלישע שפראך, איינער וואס קומט ארויס פון אזא מוסד האט נישט די אפשען צו גיין אין קאלידזש נעמען א דעגרי ווייל ער האט נישט די יסודות וואס מ'דארף האבן בעפאר, קוים וואס ער קען די ענגלישע שפראך צו פארשטיין וואס דער לערער גייט לערנען מיט די קלאס.

אז מ'רעדט צו היימישע אינגעלייט און אפילו צו עלטערע קען מען זעהן א ווייטאג אויף דעם וואס מ'האט זיי צוגענומען זייער רעכט און די רעגירונג געפאנדטע פראגראם פון לימודי חול, ס'איז נאר א שאלה פון צייט ווילאנג עטליכע גאר היימישע מיט קינדער אין די מוסדות, אזעלכע וואס דאווענען דריי מאל א טאג מיט אונז אין בית המדרש און זענען גאר פארעכענט ווי די פרומע צווישן אונז גייען אנהייבן פארפירן, וואס גייט מען דעמאלטס ענטפערן, אז דאס איז אויך כפירה?, רוב היימישע אינגעלייט זענען מסכים צו יעדע ווארט וואס מאסטער שרייבט, זיי האלטן נאר נישט פון דעם פערזאן, מ'איז שוין קראנק פון קינדישע סטעיטמענט פון אידן וואס זענען רייך אנגיין אין קאלידזש, מיר אלע זענען זייער פרייליך אויף זייער רייכטום אבער דער מציאות איז אז דער עוורידזש בעל משפחה פלאגט זיך דורכצושטיפן א פשוטע וואך, מ'קען נישט צוקומען צו א פשוטע געהעריג באצאלטע דזשאב, ווען בי ענד עידזש גייט אפשפארן אפאר חדשים ארום זיין וועירהאוז אין די נעווי יארד גייען צוויי הונדערט אידן בלייבן אן א דזשאב, די צוויי הונדערט אידן זענען נישט קיין איליגעלס און נישט קיין סטודענטן דאך ארבעטן זיי שוין יארן אין א וועירהאוז פאר אביסל מער פון מינומום וועידזש אנדערשט ווי סיי וואו איבערן לאנד פארן בלויזן פאקט אז זיי האבן נישט קיין דעגרי און זייערע עלטערן זענען נישט גענוג רייך צו אינוועסטירן מיט זיי אדער אז זיי זענען נישט גענוג איבערגעקליגט זיך צו עררייכן א פאסטן אין פיעלד וואס זיי האבן נישט קיין שום ידיעה דערין בעפאר.

ווי פארשטענדליך איז לכאורה דא א איגאו אז מ'גייט זיך נישט בייגן צו די געציילטע פושעי ישראל, אבער די ריכטיגע וועג וואלט ווען געווען ארויסצונעמען די גוטע חלקים פון זייערע ווערטער, און זיי זענען ניטאמאל די ערשטע וואס זאגן עס, פון פירן מערכות און זיך פארענטפערן אן נעמען קאסטראקטיווע שריט גייט מען אין ערגעץ נישט אנקומען, אונז גיי מיר בלייבן מיט א לאך און אפילו מ'גייט עס דאסמאל באקעמפן דארף מען האבן שטארקע האפענונג אויף דאס קומענעדע יאר, פלאס אונז מיט אונזערע קינדער בלייב מיר אויסגעשפיעלט, אונז וועל מיר גארנישט פארדינען פון קלאפן און באקעמפן מאסטער, לאמיר נישט נאר בלייבן גערעכט נאר אויפן פאפיר.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר