א ברודער קריג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

א ברודער קריג

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify]האבעך לעצטענס מיטגעהאלטן ביי א שמחה ווי איינע פון די מחותן'ס ברודער איז עפעס נישט געווען ביים חתונה געהעריג. זיך אריינגעשלייכט ביים באדעקן אפגעפיצט ביזן בענטשן און נאך זיין טענצל מיטן כלה זיך אפגעהויקערט פון זאל ניטאמאל געטאנצן מיטן מחותן קוים א פארטריקענטער מז"ט טריקענער ווי ר' צדוק'ס פייגן.. די גורם פון די פייט איז געווען א מחלוקה'לע צווישן די פינעוו ברודער ביים צוטיילן זייער טאטע'נס ירושה, מען האט זיך געאמפערט ווער ס'נעמט די אלטע טלית און ווער ס'נעמט די צוקאליטשטע שוין האלב ראסטיגע בעכער, צום סוף האט מען זיך פארגליכן מער ווייניגער, אבער צווישן זיי און איין ברודער איז דער ריס געבליבן אן קיין לאטע פאר א רפואה.

אזא מעשה האט מיר ארויסגענומען פון די כלים. א כאפטע בנים אין די וואונדלען, זעכציג יעריגע קטנים עטץ! כ'פארשטיי דו קענסט שוין קטנ'ען אין די זיצעדיגע טוילעטס מיט א אפענע טיר אבער קליינע קינדער זענט עטץ נאך... זאג מיר, האסט אמאל אנגעקוקט דיין טאטע ביי די זעכציג, ביסט אים ארויף באזוכן כאטש איינמאל א וואך, אז זיין אלטע קלאאטשן דארפסטו?! האסט אים גערופן ביי די זיבעציג יעדן טאג שמועסן מיט אים? א מכה! ביי זיין אכציג ביזטע געווען פארברענגען מיט אים? און זיין אלטע ראטה/וואלנער בעקיטשע דארפסטע? וואס נאך?
#הייליגע קרעפלעך.

אפט הערט מען פון מענטשן נאך זייער טאטע גייט לעולמו רעדן זיי פון זיין גדלות, ווארעמקייט, איבערגעגעבענקייט, ערליכקייט, אז מ'איז שטארק אין די ספערן האט מען נאך א מעשה מיט א חלום וועגן באצאלן דריי דאלער מי שברך געלט.. [כ'וואונדער זיך שוין לאנג פארוואס פון א עראפלעין זאגסטע נישט א עראפלעין איז מיר געקומען אין חלום...]

ווער רעדט נאך ווען באקומט צו די ירושה חפצים קען אויסברעכן א ברודער קריג וואס קען זיך ציען לענגער ווי די טשיינע וואנט. מ'וועט זיך רייסן און באליידיגן פאר פוסטע לופטיגע שמאטעס, פון וועם? פון איינעם וואס דו האסט נישט אנגעקוקט די לעצטע פערציג יאר. זאג, דריי יאר צוריק האסטע געדארפט זיין געלע טלית אויף וואס דו עקשנ'סט זיך יעצט? הער, חוץ אביסל ברוינקייט און א מילביגע קעלער שמעק איז גארנישט צוגעקומען דעי דריי יאר.

אויב דו שעצט דיין טאטע אז ער קען אפי' אראפקומען אין חלום ש'מיר נישט דיר'נישט, באזוך אים כאטש איינמאל א וואך. רוף אים יעדן טאג צוויי תמידין כסדרן, אויב פעינט ער שוין ביי די אכציג ברענג דו אים אין שול, נישט דער שחור וואס ווייסט קוים וואס הענגט אים.. דער שחור לייגט אים תפילין ווי א קרני פרה צען צוועלעוו כריכות אדער וויפיל ס'פיט... דיין טאטע נאכן אפלעבן א גוט וואויל לעבן ליגט מושפל ומבוזה אויף זיין עלטער אונטער די פערזענליכע אויפזיכט פון א הויכער אבער פלאך טונקעלהויטיגער פארשוין וואס דערלאנגט אים אן ארומגעדרייטע סידור אויפגעמישט צו הדלקת נר חנוכה.. שוין אויף זיין כבוד.

נישט אז איינער וואס געבט יא די גרעסטע רעספעקט פאר זיין טאטע איז נארמאל זיך אויפצו פירן ווי א צאפ, אבער אז דו ביסט פון די ערשטע קאטאגאריע #סטאפ די היפאקרעסי.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר