פרישע (דערווייל קליינע) נסתר אנטדעקט אין אונזער בעקיארד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2022 מאל

פרישע (דערווייל קליינע) נסתר אנטדעקט אין אונזער בעקיארד

שליחה דורך ריכטיג »

מיר ווייסן דאך אז בדורינו דור שפל ווען ס'איז ליידער נישטא קיין צדיקים האט די רבוש"ע ברוב רחמיו וחסדיו אונז איבערגעלאזט כאטשיג זייערע הייליגע קברים וואו מען קען זיך אויסבעטן כל טיב וטוב אותות ומופתים מיט אלעם גוטען.

אויב ביז א פאר יאר צוריק האט מען געמיינט אז מען מוז דערפאר פארן אויף ווייטע שטרעקעס אין אויסלאנד האט מען אונז מזכה געווען דאהי אין אמעריקע צוביסלעך נענטער און נענטער קודם נסתרים אין באפעלא און נאכדעם ממש דא אין אונזער בעקיארד ציון קוה"ק מרן ציס"ע הנסתר ר' גדלי' יוסף בערנשטיין זצוקללה"ה זיעועכיאו"א עבגצבבאו"א.

אבער די זאך איז נאך ווייט פון פארטיג, רבותי! ווער עס האט נישט אריינגעכאפט צו בעטן ביי ר' גדלי' יוספ'ן קען נאך אריינכאפן די קומענדיגע מאנטאג אין וואשינגטאן סעמעטערי צו פועל'ן א ישועה (און פאר די מפיצים א רפואה) ביים נייעם נסתר!

דערווייל איז ער נאך א קליינע נסתר, אבער נישט געזארגט, ווי נאר די ישועות וועלן אנהויבן צו שפראצן וועט ער אי"ה ווערן אפגרעידעט צו א גרויסע נסתר.

כאפט אריין! נישט זיך שטופן!
בייגעלייגטע פיילס
[12]thursday_crop_779x470.jpg
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר