אל תאמר... שהימים הראשונים היו טובים מאלה!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

אל תאמר... שהימים הראשונים היו טובים מאלה!

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]ליינענדיג די תגובה פון הרב [tag]שיח ושיג[/tag], האב איך אנגעהויבן מגיב צו זיין דאס פאלגענדע, אבער היות איך פארקריך פונעם שמועס דארט לייג איך אריין מיין תגובה אין א באזונדערע אשכול.

די אלטע דור האט געהאט עפעס אזא פארדארבענקייט פון אוועקמאכן אלעס, פון זיי נעמט זיך די שקר'דיגע אויסדריקן פון, די היינטיגע קינדער... היינטיגע דורות... וואס ווייסן זיי... ס'געווען א דור... וכו', הערנדיג אגאנץ לעבן די לשונות איז מיר געווען א חידוש ווען כ'האב די ערשטע מאל געהערט פון הרב י"י יעקובזון אז די היינטיגע דור איז סך בעסער פון די פאריגע (פון נאכן קריג און אראפ), און ער זאגט דאס אסאך, נאכן אריינקלערן דערין איז עס מיר געווארן ממש א דבר פשוט, די אלטע חברה זענען אזעלעכע אומ'מענטשן נישט צום באשרייבן, דאס באנעמונג צו אנדערע פון די ווייב ביז די שמש אין שול, אפגערעדט צו די קינדער, איז געווען מיט עפעס א שרעקליכע אומערצויגנקייט און א פרעכע אומ'מענטשליכקייט, פוי וויאזוי זיי האבן זיך אויפגעפירט.

די ווייב איז ביי זיי געווען א עבד כנעני און די קינדער נאך ערגער פון דעם, זייערע שלעכטע נאטורן און דיסארדער האט זיך איבעראל ארויסגעוויזן. די מלמדים האמיר אלע געקענט, זיי זענען שוין געווען די וואס זענען אויסגעקליבן געווארן פאר מלמדים, ס'דערמאנט זיך צוריק ווי זיי האבן פשוט גערודפט די קינדער, געב א קוק מיט די היינטיגע מלמדים, די קינדער היינט האבן באמת ליעב צו גיין אין חדר, אונז האמיר געציטערט פון דאס ווארט חדר. דאס איז נאר א קליינער דוגמא פון זייער שווערע נאטור וואס אונז האמיר אלע מיטגעהאלטן. נעם אפילו וויאזוי זיי האבן זיך אויפגעפירט אין בית מדרש צווישן מענטשן, געשטויסן און געקאפעט אויב עפעס איז נישט געגאנגן זייער וועג, זיי האבן קיינמאל נישט פארשטאנען א צווייטן און געמיינט אז זיי זענען די איינציגסטע אויף די וועלט, די עירקאנדישאן, מקוה, בעל תפילה, אלעס האט געדארפט זיין פונקטליך וויאזוי זיי האבן געוואלט, אפילו דער גאנצער שול האט געוואלט אנדערשט. היינט וואלט אזא איינער געפירט געווארן אין א המספיק ווען, דעמאלטס איז אבער געווען נארמאל, אדער איז נאכנישט געווען קיין המספיק. (פארשטייט זיך אז פון יעדע כלל איז דא א יוצא מן הכלל)

בכלל זענען זיי נישט געווען האלב אזוי געלונגן ווי די היינטיגע דור אין קיין שום הינזיכט, דאס עשירות וואס ס'איז היינט דא ביי אינגעלייט וואס זענען אליין אריין אין ביזנעס אן קיין שום משפחה הילף/אינוועסטמענט איז דאן נישט געווען אפילו למחצה ולשליש, דאס לערנען איז היינט אויף סך א טיפערן אויפן ווי דאן, און אפילו די קענטעניסן וואס ס'איז היינט דא אין טיעפע ספרי חסידות, חקירה, מוסר, הלכה וכו', איז דעמאלטס אויך נישט געווען. דאס עמי הארצות וואס איז פארגעגאנגן אמאל זעהט מען שוין אויך נישט היינט, די אמאליגע בעלי בתים כאטש זיי האבן געלערנט חק און זיך געדרייעט אין בית מדרש ווען אימער, איז געווען צווישן זיי א גרויס חלק וואס האבן ניטאמאל געקענט געהעריג עברי, זייער צוגאנג צו הלכות חומרות און מנהגים איז געווען פארדרייעט ווי א ציצית. היינט האט יעדער או טי די בעסערע קענטעניסן פון זיי. ניטאמאל אין ביזנעס איז דאן געווען פערצענטועל אזויפיל מוצלחים ווי היינט, זיי זענען געווען שווערע פיזישע ארבעטער ווי דער ספאנישער היינט צו טאגס, בעסערס האבן זיי נישט געוואסט, דאס רוב פון זיי איז געווען ארימע שלעפערס וואס האבן געלעבט אויף די רעגירונג. יא! פרומע עקסטרעמיסטן האבן זיי געהאט לרחצה, אבער דאס איז נישט געקומען פון חכמה אדער תורה, ענדערשט פון שלעכטכע נאטורן און דיסארדערס, דעריבער קום איך צו א קלארע אויספיר, נעבעך דער אלטער דור!, אשרינו אז מיר האבן אריבערגעמישט דעם בלעטל

כאטש איך קען דא אסאך מאריך זיין האב איך עס נאר אויסגשמועסט אויפן שפיץ פינגער, (און איך ווייס אז זיי זענען געווען מלחמה געליטענע אדער קינדער פון מלחמה געליטענע, ס'איז א גוטע תירוץ אבער פרעגט נישט אפ די פאקטן. און נאכאמאל, יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל)[/justify]

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר