הרב יונה כהן אויף גזירת הגיוס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1668 מאל

הרב יונה כהן אויף גזירת הגיוס

שליחה דורך חתם סופר »

דאס איז פון הרב [tag]יונה כהן[/tag]




פשוט צו צילייגן מיינע געדאנקען צו די עובדא פון הרב הירש וואס איז פארשפרייט געווארן איבעראל איבער סאטמאר רב זצ"ל בנוגע זיך שטעלן צום מדינת ישראל גיוס אפיס כדי זיך צו באקומען א באפרייאונג\דחוי.

פאר די וואס האבען עס נישט געזען, דא איז דער איבערזעצונג פונעם ספר מנחת שי (פרקי זכרונות) דף ה' אות ז'
"ווען עס איז געקומען מיין רייע, האב איך צוגעטרעטען צו רבינו הק' מיט דעם קוויטל און איך האב מוסיף געווען בעל פה אז איך דארף א ברכה צו ניצל ווערען פון דעם ציונישטישער צבא, און איך בין ארויס אויף חוץ לארץ נאר מיט היתר יציאה פון דער צבא פאר א קורצער צייט, און ער האט מיר גענטפערט בלשון קדשו: מ'דארף נישט טשעפענען מיט זיי [כלומר זיך צו רייצען מיט זיי און בלייבען אין חוץ לארץ לענגער ווי זיי האבען ערלויבט] (על דרך שאמרו חז"ל אם ראיתי רשע... כנראה המוסגר הוא הוספה ולא מהרבי) האב איך געזאגט אז ווען איך וועל צוריק לארץ הקודש וועל איך זיך שטעלן פאר'ן גזירת הגיוס, און ער האט מיך געפרעגט אויב איך קלער זיך צו אומקערען, האב איך גענטפערט "יא".... ע"כ

וויל איך נאר צושטעלן עפעס איבער דאס וואס איך האב מיך שוין זיך פארהערט מיט פול מענשן. איך וועל קודם זאגן מיין טענה, און ווער עס קען, אדער וויל עס אפווענדן, איז וועלקום, אבער ער דארף כאטש ברענגען עפעס א מקור, אפילו די קלענסטע, צו זיין צד, און איך בין גרייט בכל הכבוד צו מודה זיין על האמת און איך וועל צוריק ציען. וזה הוא:

עס איז נישט דא קיין שום מקור, נישט קיין דבר או חצי דבר, נישט אפילו פון די גרעסטע קנאי'שע סיי פון גדולי ארץ ישראל און סיי פון חו"ל, וואס האבען גע'אסר'ט צו דינען אין צה"ל, באופן אויב מ'האט אים (א מאן) געצווינגען צו דינען על ידי חוק הגיוס.

נאך מער, און אלע הוראות און אלע פלאקאטען פון מיום התיסדות המדינה, ווען תיכף האט זיך אנגעהויבען דער מערכה פון גיוס בנות, האבען אלע גדולים נאר גערעדט פון דעם איסור גיוס "נשים". ווייל עס איז דא ביי גיוס נשים אן איסור חמור פון עריות. אבער עס איז נישט דא קיין איין איינציגע כרוז, אדער מאמר איבער די עבירה פון דינען אין צה"ל צוליב די שלש שבועות, אדער ציונות. עס איז נישטו קיין איין ווארט איבער דעם, דער איסור איז געווען נאר אז א פרעמדער מאן טאר נישט האבען א שליטה איבער א פרוי, און דאס איז דער איינציגסטער איסור. אפילו דעם איסור גיוס נשים פון די בי"ד עדה החרידית ווערט נאר דערמאנט "אחת משלשת העבירות".

בשעת מעשה, אקוראט אין דעם זעלבען חוק פון גיוס נשים האט דער מדינה אדורכגעפירט אז מענער איז מען יא מגייס!

נאר ציליב דעם אפמאך מיט הרב איטשע מאיר לעווין אז אגודת ישראל זאל אנטייל נעמען אין דעם ערשטען רעגירונג, האט בן גוריון מסכים געווען אז די וואס לערנען א גאנצען טאג - "תורתם אומנתם" וועלען באקומען א דיחוי ביז ווילאנג זיי לערנען. אבער אויב מ'ארבעט אפילו א טייל פונעם טאג, האט דער חוק געזאגט אז מ'מוז זיך שטעלן צום גיוס, דאס איז אריין אין חוק דאן און איז בתוקפו עד היום. און דאמאלס האבען אלע בתוכם החזון איש מסכים געווען (נאר זיך אנטקעגען געשטעלט דעם חלק פון גיוס "נשים")

און טאקע נאך דעם גרינדונג פון דער מדינה אין 48 און אויך אין די 50'גער און 60גער יאר'ן וועמען אימער מ'האט געכאפט, סיי א בחור סיי א יונגערמאן ביז די 40 יאר וואס לערענט נישט כל היום כולו ממש, האט מען תיכף גענומען אין צה"ל. איך האב געקענט עטליכע היימישע, בתוכם "סאטמאר'ע" אידען וואס האבען געדינט טאקע צוליב דעם. איינעם גראדע זאל זיין געזונט איז געווען איינגעשריבען אז ער לערנט אין ישיבת יטב לב ירושלים ביי ר' משה ארי זצ"ל, און מ'האט אים געכאפט אז ער ארבעט און מ'האט אים תיכף מגייס געווען. ר' משה ארי האט אים מחזק געווען מיט הדרכות וויאזוי זיך צו פירען, און געבעטן אז ער זאל קומען איינמאל א וואך לערענן פריוואט ביי אים אין דער היים יעדען פרייטיג און איז געקומען טאקע מיט זיין מיליטערישער מאנדור!

בין איך דען ח"ו דער וואס מעג זיך מחולק זיין אויף א טייל פון די היינטיגע גדולים וואס זאגען אז עס איז אן איסור גמור ביהרג ואל יעבור צו דינען אין צה"ל, אבער חז"ל האבען אונז געלערנט אז קבל את האמת ממי שאמרו. אויב עס איז טאקע אסור, ווי זיי זאגען, איז עס אבער א נייע פסק, ווייל די פריריגע האבען דאס קיינמאל נישט געזאגט, אדער געשריבען אד"ג.

מי לנו גדול מרביה"ק מסאטמאר אליין ווי ער זאגט אין דער פרשה נשא תורה המפורסמת ווי ער צועק מנהמת לבו
"וויפיל יראים ושלימים זיי (די ציונים) האבען גענומען מיט דער געוואלד צום פראנט איז דא, וויפיל אלמנות ויתומים זענען געבליבען"

איז דאך א שאלה! איינער וואס האט מ'כלומר'שט עובר געווען בשאט נפש צו דינען אין צה"ל קען מען אנריפען א "ירא ושלם" ???? דער ענטפער איז פשוט יא אין נאכאמאל יא!

און לכאורה לויט די נייע הנהגה פון די נייע קנאים דארף מען דאך אזא איינעם מבזה זיין. איז דען נישט די בלוט פון א חרדק הפקר? איז דען נישט א מצוה אים מבזה זיין. דער ענטפער איז קלאר, ניין! סאטמאר רב האט געגאסען טאכען טרערן פאר זייער "בלוט"!

ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די סאטמאר רבי וואלט געהאט צער עד דכדוכה של נפש אויב ער וואלט געהערט אז מ'איז מבזה אויף די גאסען פון ירושלים די סארט "יראים ושלמים". ווייל בימיו איז קיינעם נישט איינגעפאלען צו פירען אזא סארט מערכה. ווייל בימיו האט נאך הג' ר' פנחס עפשטיין געשריבען הלכות פאר פרומע צה"ל סאלדאטן (סידור מנחת ירושלים -שמירת שבת כהלכתה). והראיה אז אין דעם פר' נשא תורה רעדט דער רבי זיך אפ אז די קנאים זענען מבאיש ריחם של היראים האמתיים און האט זיי אנגערופען "מהרסים" עיי"ש בדבריו הק'.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר