שוין ווייטער זענען מיר געפאלן א קרבן צו די מידיא וואס טוט אונז באשמוצן מיט א בלוט בילבול
עס איז דא א זאך וואס רופט זיך סטרינג אפערעישן, ד.מ. די פאליציי שטעלט אראפ (א אפיציר'קע וואס איז פארשטעלט ווי) א פראסטיטוט, און ווען א קאר שטעלט זיך אפ, טאמער זאגט ער איין ווארט וואס קען זיך דאכטן אז ער ווייל איר נעמען קומט די פאליציי ארויסציטאנצן פון באהעלטעניש און מען ווערט ארעסטירט אויפן פלאץ, עס פעלט נישט אויס אז ער זאל אריינעמען אין קאר, אדער אפי' געבן געלט, רעדן אליין איז גענוג.
צוויי אינגעלייט זיצן צוזאמען אין קאר, און צו זייער מזל קלאפט אויפן פענסטער אזא אינטערגעשטעלטע, איינער האט געפענט, און זי האט ארומגעשדרייט מיט שאלות כאילו זי וויל פייער פאר א ציגערעטל און דיירעקשינס, און איינמאל מען עפענט מאכן זיי שוין זיכער אז מען זאל זיך קענען ארויפכאפן אויף א ווארט, און די רעשט איז היסטאריע ווי מען זאגט.
מען ווייסט די צוויי אינגעלייט זענען געווען צוזאמען אין קאר, און עס מאכט אפי' נישט קיין סענס אז צוויי פרימע אינגעלייט, מיט א פולע משפחה, זאלן צוזאמען אויפפיקן א פראסיטוט, און די אינגעלייט, באמת וואוילע ערליכע אינגעלייט מיט זייערע משפחות נעבעך מוזן יעצט שפייען בזיונות.
מען ברויך אייביג דן זיין לכף זכות אפי' עס זעהט אויס אוממעגליך, יענער קען שטארבן פון בושה, און טויט קומט אים נישט אפי' פארן ארגסטן, און כ''ש נישט, ווען רוב מאל איז דא א צווייטע זייט פון די מטבע, און די מעשה קען זיין פונקט פארקערט פון וואס עס זעהט אויס.
איך וואלט עס נישט פארעפענטליך אבער היות די נייעס פארט ארום, און דער עולם גלייבט עס, און די משפחות ליידן בזיונות איז א מצוה מפרסם צו זיין דעם אמת'ע זייט פון די געשיכטע, אז כאטש די אידישע וועלט זאל וויסן דעם אמת און נישט קויפן דאס אנטעסעמיטישע בילבול
אוי דאס רשעות נעמט נישט קיין עק - די אפסטעיט מידיא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 425 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל
אוי דאס רשעות נעמט נישט קיין עק - די אפסטעיט מידיא
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
דער אשכול פארמאגט 16 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן