ס'האט זיך אנגעהויבן ווען די האסט אוועק געמאכט די אויפטוה פון יואל ראטה בנוגע ביליגע חתונות ווייל ער פארזענדליך מאכט חרוב בחורים, ס'געגאנגן אזוי ווייט אז די האסט אפילו געשריבן דא בזה"ל: די חתונה איז מעגליך א גוטע זאך, אבער די ווידיאו׳ס פון דער ראטה לאזען גאר א שלעכט טעם אין מויל. דאס איז געווען פון דיינע ערשטע תגובות אין די נושא, פון דארט כדי צו בלייבן גערעכט האסטו אינגאנצן געטוישט דיין מיינונג, די חתונוה אויפטוה איז געווארן א שלעכטע זאך, ס'איז נישט עכט קיין אויפטוה, וכו' וכו', ביז די ביזט שוין דא צוגעקומען צו די מסקנא אז דאס איז א לייכטזיניגקייט צו דער מושג פון הייראטונג, (אויסגעטראפן אפאר ווערטער אין ווערטער-בוך וואס מאכט עס אויסקוקן ווי א השקפה פראבלעם) בקיצור ביזט שוין טאטעלי אראפ פון דיין ערשטע מיינונג אז די חתונה אויפטוה איז א גוטע זאך, און דיין התנגדות צו דער מענטש האט דיר געשטיפט צו זאגן אז דאס חתונה אויפטוה איז אויך נישט גוט און ס'האט פילע פראבלעמען.
פאריגע וואך דאנערשטאג האט איך געוואלט פארשטיין פארוואס די האסט אזא התנגדות צו דער מענטש, אזוי ווייט אז ס'נעמט דיר אפילו אוועק די מעגליכקייט צו טראכטן נארמאל, און איך האב געהאט מיט דיר א שמועס און כ'האב אנגעהויבן זעהן אז די הייבסט נישט אן וויסן בחייכון ווער דער יואל ראטה איז, האסט נישט אנגעהויבן וויסן וועלעכע סארט בחור ער פארמאגט, האסט געמיינט אז זיינע מעשים איז גאר עפעס אנדערשט, ס'האט זיך דיר געדאכט אז ער נעמט בחורים פון בריסק און מאכט זיי זאגן משניות, נאכן געוואר ווערן וואס די מעשה איז האסטו געמוזט מודה זיין אז זיין ארבעט מיט די בחורים איז יא א מעלה, אבער ס'האט דיר נישט געפאסט צוריק צו ציען פון דיינע ווערטער, איז די מעשה געווארן גאר פארקערט, זיין אויפטוה פון חתונה מאכן פאר ביליג איז שלעכט, און דאס מאכט דעם מענטש און זיין ישיבה פאר א אפגעפרעגטע מענטש, האסט שוין אבער אינגאנצן פארגעסן אז די האסט אמאל געהאלטן אז דאס חתונה אויפטוה פון אים איז יא א גוטע זאך, נאר ווייל ער פארפירט בחורים וועגן דעם איז עס געווארן אויס גוט. בקיצור פון מודה זיין על האמת איז נישטא פון וואס צו רעדן, ס'זיצן דא אין שטיבל פיר אידן וואס האבן מיטגעהאלטן יענע שמועס, אבער די שעמסט דיר ניטאמאל פאר זיי, און מיט א בלעכענע פנים כאילו גארנישט האט פאסירט גייסטו אן מיט דיינע שקרנות. זאג נאר, שעמסט דיר נישט?
ווען די האסט דא געשריבן אויף @ברסלבער'ס תגובה אז קיינער שטיפט נישט אפ א חתונה וועגן געלט, האט דיר איינער וועם די קענסט דערציילט אז ער האט עס יא געטוהן, ביזטו אויך נישט צוריקגעקומען אין שטיבל פארעכטן דיין מיסטעיק,
ווי אנדערע האבן דיר שוין געזאגט, ביסט א געלונגענער מענטש, אבער דו מוזט זיך אויסלערנען צו פארנעמען נאך דעות, אויב נישט ביסטו גארנישט בעסער ווי דער מצומצמ'דיגער סאטמורי, לערן דיר אויס צו געבן קרעדיט ווען עס קומט זיך. איך זאג נישט אז יואלי ראטה איז קודש קדשים, אבער האב רעספעקט ווי ס'קומט זיך. און זיכער רעד נישט און ווער דער ראש המדברים אויף א מענטש וואס די הייבסט נישט אן צו קענען, האסט נישט אנגעהויבן וויסן וואס דער יואל ראטה טוט, דיינע אלע קענטעניסן איבער אים קומט פון א יו טוב ווידיאו, אין אזא פאל לאזט מען אנדערע רעדן, לאז נישט דאס נער דיר שטיפן, האסט גענוג טאלאנטן און קענטעניסן, און ס'איז א פארגעניגן צו הערן פון דיר אין נושאים אין וואס די ביזט באהאווענט, פארוואס אבער דארפסטו רעדן פון זאכן וואס די הייבסט נישט אן צו וויסן וואס דארט גייט פאר, פארוואס גיין מיטן קאפ אין וואנט צו בלייבן גערעכט, ווען די זעלבסט ווייסט אז די ביזט נישט גערעכט? גענוג!