וואס וואלט איהר געזאגט צו אזא געזעלשאפט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

וואס וואלט איהר געזאגט צו אזא געזעלשאפט?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס וואלט מען געזאגט צו א געזעלשאפט וואו חתונה מאכען איז ווייניגער ווי האלב די פרייז? ווי מ'מאכט שבת שבע ברכות אינדערהיים, מיט היימישע מאכלים, און אויפ'ן ערגסטען פאל, קויפט מען איין א קוגעל מיט די געקאכטע פיש? ווי די באקליידערונג פאר'ן חתן קאסט ווייניגער ווי די פרייז פון די צוויי שטריימלעך וואס מ'מוז קויפען, און מ'קויפט נישט קיין זילבערווארג (אויסער א בעכער פאר קידוש צו מאכען) און נישט קיין טייערע מעבעל? ווי די שוהל פיהרען שבת צופרי קאסט נישט קיין איין איינציגסטע דאללאר און די וואכעדיגע שבע ברכות'ן זענען פון חברים און חברט'עס וואס יעדער קאכט עפעס לכבוד די שמחה? וואו מ'מאכט בכלל נישט קיין וואכטנאכט, און א קידוש פאר א טאכטער איז א מינימאלע זאך, אין דער דירה פון די יונגע עלטערען? מ'דארף זיך נישט שעמען פון אן אלטען קאר, און מ'פארט נישט אוועק צוויי מאנאטען אין זוממער.
יא, אפילו דארט בלייבט עס נשט שטעקען. דא דארט קומען אריין מאדעס, און מענטשען זענען צומאל צו שוואך זיך אנטקעגען צו שטעלען, מ'האט מורא פאר די קינדער און די געשעפטען רעדען זיי איין אז די קינדער וועלען האבען טענות שפעטער אין לעבען טאמער זיי דארפען אויסקוקען אנדערש ווי די חברים\טעס.
פארט איז עס אבער נאכאלס פיהל ביליגער און באשיידענער.

א פיינע קהלה, ניין?

אנטשולדיגט, אבער דאס איז די ליטווישע געזעלשאפט. יעצט איז אלץ פינסטער און שלעכט, א באנדער אומפארגינערס וואס ווילען נישט געבען א צווייטע צו עסען. זיי זענען קרעציג און ראציג און טויגען נישט צו גארנישט, און פאר דעם טאקע זענען זיי אויס אזוי. מ'האלט נישט ביים זיך אויפפיהרען בעלעבאתיש און אויפריכטיג, און טאקע פאר דעם גייען אזויפיהל קינדער דארט אראפ פון אידישע וועג. און סתם אזוי, א אידיש קינד אן א שטריימעל?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר