די סקאנדאל פון די נייעק שפיטאל קראנקן-שוועסטער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19021 מאל

די סקאנדאל פון די נייעק שפיטאל קראנקן-שוועסטער

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין די לעצטע פאר טעג האט זיך אפגעשפילט א געפערליכע געשיכטע! נעמליך, א נורס פון די נייעק שפיטאל – וועלכע געפינט זיך נאנט צו מאנסי און ווערט ברייט באנוצט ביים היימישן ציבור – האט געשריבן אויף טוויטער א "אנטיסעמיטישע" אטאקע אקעגן דעם היימישן ציבור. זי האט געשריבן ווי פאלגענד (ק/פ פון "טעגליכער דער איד"): "איך וועל זאגן וואס יעדער האט מורא צו זאגן... מיר ארבעטן און זיי נישט... זיי באהאלטן זיך אונטער זייער רעליגיע... איך בין אויסגעמאטערט אז מיינע שטייער-דאלארן זאלן גיין צו דעקן די קאסטן פון זייערע דרייצן קינדער... איך ארבעט 2 דזשאבס, אין דער צייט וואס זיי דרייען זיך ארום און קויפן איין ביי 'לאורד ענד טעילאר' (א פאפולערע קליידער געשעפט)!!! ווען וועט זיך דאס ענדיגן? איינוואוינער פון ראקלענד קאונטי, וועקט אייך אויף!..."

נו נו, מער האט איר נישט געפעלט. ווי פארשטענדליך, ווייל לא יעשה כן במקומינו. אנטיסעמיטיזם האט נישט קיין פלאץ אין אונזער סאסייעטי! מען האט גלייך אנגעהויבן לייגן פרעשור אין די ריכטיגע פלעצער, און זיכער געמאכט צו סוקסעספול "שיסן דעם מעסענזשער". די שפיטאל באאמטע האבן פארדאמט דעם אינצידענט, וחמת האידעלעך שככה.

אבער היימיש, צווישן אונז גערעדט, וועמען וויל מען פאפן דא? נישט אז איך בארעכטיג איין רגע איר ווילדע אטאקע וואס איז באמת אן עוולה גדולה, אבער ווי זאגט די וועלט: "וואו עס גייט רויך איז פאראן פייער"... קענסט טאקע דערשטיקן דעם רויך, אבער די פייער בלייבט טיף אין הארצן.... מען קען שרייען די אויסגעדראשענע "אנטיסעמיטיזם" לאזונג, אבער דאס האט דעם זעלבן פנים ווי ווען דו טענה'סט "אנטיסעמיטיזם" ווען א פאליציאנט דערלאנגט דיר א טיקעט פאר'ן ספידן 30 העכער דעם לימיט.

פארוואס ווערן מיר בארואיגט אז די עסקנים האבן דערשטיקט די רויך? ווילן מיר זיך זעלבסט נארן אז דער פייער איז טאקע פארלאשן? איז דער "עם חכם ונבון" גרייט צו לעבן אין עולם הדמיון אז אלעס פארט אויף די ריכטיגע רעלסן...? אדער קען טאקע זיין א מעגליכקייט אז זי "זאגט וואס יעדער האט מורא צו זאגן" אבער טראכטן האבן זיי דאך נישט מורא...

******

מיט עטליכע טאג צוריק זענען פארגעקומען וואלן אין רעמעפא, ראקלענד קאונטי, פאר א 1.48% העכערונג צו די סקול בודזשעט. זייער אסאך היימישע האבן ווי פארשטענדליך געבעטן מען זאל וואוטן פאר "ניין". צו אילוסטרירן די זאך בעסער, בין איך מעתיק פון אייוועלט א שטיקל הנוגע לענינינו:

לכבוד אלע איינוואוינער פון איסט ראמאפא, הויז אייגענטומער און רענטער'ס.

שטעלט אייך פאר, איר גייט אריין אין א געשעפט און איר זעהט ווי אייער שכן פילט זיך אן א וועגעלע מכל טוב וטוב, זאכן וואס איר וואלט זיך קיינמאהל נישט געחלומ'ט אליינ'ס צו קויפן, און ווען עס קומט צום רעכענען, זאגט דער שכן צו אייך: ר' יוד! זייט'ס מוחל, באצאלטס פאר מיין איינקויף, אזוי איז דער געזעץ! וויאזוי וואלט אייך דאס געפאלן? און ווער רעדט נאך ווען דער שכן איז ניטאמאל משלנו?

פונקט דאס, קען געשעהן צו אייך אלע. און דאס מיינען מיר די איסט ראמאפא סקול דיסטריקט בודזשעט.

ווי באקאנט, ווערן די סקולס אינעם דיסטריקט פינאנצירט -אין טייל- דורך די איינוואוינער אינ'ם דיסטריקט, [ד.ה די אייגענטומער צאלן די טעקס, און זיי נעמען די רענט פון די רענטער'ס לויט זייערע אויסגאבן. העכערט זיך די טעקס, העכערן זיי די רענט]. און דער סקול באורד שטעלט צוזאם א בודזשעט וויפיל עס וועט זיך אויספעלן פאר'ן קומענדיגן סקול יאר, און דאן ווערט דאס ארויסגעשטעלט פאר די איינוואוינער פאר א וואוט, און אויב זאגן זיי "יא" ווערט דאס די בודזשעט פאר'ן קומענדיגן סקול יאר.

ווי איר ווייסט געוויס, איז היי יעריגע בודזשעט געווען מיט א העכערונג, וואס וואלט אויסגעקומען כמעט 3% מער ווי פאראיאר, און דאס וואלט פארשטייט זיך געדארפט באצאהלט ווערן דורך די אייגענטומער פון די פראפערטיס, און עס איז ב"ה געווארן אנידערגעשטימט דורך די וויילער מיט א גרויסע מערהייט. האט דער סקול בארד מחליט געווען צוזאמצושטעלן א רעדוצירטערע בודזשעט, ווי דער העכערונג וועט זיין "נאר" 1.5%, און דער העכערונג נעמט אריין, צוצושטעלן מער מוזיק קלאס'ן, מער מאלעריי לערנונגען, און מער שפילערייען און נאך אנדערע זאכן פאר די פאבליק סקול'ס. און גארנישט פאר אונזערע קינדער. און דאס ווערט נאכאמאל ארויסגעלייגט פאר די וויילער צו שטימען.

דעם קומענ'דיגן 20 June וועט איר האבן די געלעגנהייט נאכאמאל צו וועלן אויב איר זענט גרייט צו באצאלן פאר אייער שכן'ס איינקויף. דער איינציגע פראגע וועט זיין: זענט איר מסכים אנצונעמען דעם פארגעשלאגענעם בודזשעט? יא אדער ניין? ווען איר וועלט "יא" (אדער אויב איר בלייבט אינדערהיים און איר וועלט נישט), מיינט דאס אז איר נעמט אן דעם פארגעשלאגענעם בודזשעט, און דאס מיינט צו זאגן אז איר זענט גרייט צו צאהלן מער טעקס אדער רענט. און ווען איר וועלט "ניין", מיינט דאס אז איר זענט צופרידן מיט וויפיל טעקס אדער רענט איר באצאהלט, און איר זענט נישט אינטערעסירט צו צאהלן מער.

דערפאר, פאר אייער אייגענע טובה, מאכט זיכער אז איר און די בני בית און אלע באקאנטע, גייען ארויס שטימען "ניין" אויפן בודזשעט, דעם קומענדיגן דינסטאג קרח, 20 June.


האט איר קלאר די כוונה און מטרה פון אונזערע היימישע אידן. מיר זענען נישט אינטרעסירט צו ספענדן אונזערע שווערע אויסגעהארעוועטע געלט פאר יענעמ'ס לוקסוס! וואוטס NO!

למעשה איז דער בודזשעט לדאבונינו "יא אדורך", און דער (היימישער) סאציאלע מידיע איז פארפלייצט געווארן מיט מעסעדזשעס, טענות אויף די פוילע אידעלעך הלמאי מען איז נישט ארויס שטימען אין די מאסן (וואס אגב, אין מאנסי וואוט מען זייער אפט), און דורך דעם גייט לאיבוד שווערע הונדערטער טויזענטער דאלארן פאר "יענעם".

זייער א גערעכטע טענה!
אדער אפשר נישט?

פארוואס ווען דער נורס זאגט עס אויף אונז איז עס אנטיסעמיטיזם? זיי ווילן אויך נישט באצאלן פאר די אידעלעך מיט 13 קינדער וואס לעבן אויף וועלפעיר און גייען שאפינג פאר טייערע קליידער אין די לוקסוריעזע געשעפטן! פארוואס דארפן זיי צאלן טעקס פון זייערע אויסגעהארעוועטע געלט און אידן קענען מאכן א לעבן דערמיט (עכ"פ לויט זייער פרעספעקטיוו)?

די נורס שרייבט אז זי זאגט וואס אנדערע טראכטן. דאס מיינט אז עס איז פאראן א גרויסע רויך. מיר האבן נאר אויסגעפינען פון איין קליינע רויכ'ל און דאס שנעל דערשטיקט, און גענוי ווי די בת היענה לעבט מען ווייטער פרייליך און צופרידן, און שלום עלי נפשי... די עסקנים שטייען אונז צו דער האנט, און דעי דיד איט עגעין!

איך זאג נישט אז מען זאל עס נישט פארדאמען. איך זאג נאר אז דאס פאדערט א חשבון הנפש. די נורס וואס שרייבט דאס האט עס ווארשיינליך באזירט אויף זאכן וואס זי האט געזען און עס האט איר פארדראסן. נאך אלעם זעהט זי דאך די אידעלעך כסדר זיך דרייען אין די קארידארן פון שפיטאל. אז עפעס באדערט איר, אפשר דארפן מיר עפעס מתקן זיין, אנשטאט ווארפן יענעם זאמד און די אויגן און איינשטילן בכפי'?

#פוד פאר טהאט
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר