
berlbalaguleh האט געשריבן:תורה ומדע: ס'איז דא ווייניג דיטעילס איבער די פרשה פון דעם ארעסט פון הרב סאראצקין ומשפחתו. אבער לויט ווי די נייעס קוועלער געבן איבער האט דער חשוב'ער רב שליט"א געוואשן געלטער ביי א געוויסן סטאר. אזוי ארום (אזוי טענה'ן זיי) האבן זיי איהם געקענט כאפן...! לאמיר ווארטן ביז ס'וועט ארויסקומען מער פרטים איבער די פרשה. ווען דער געוועזענער יו.עס. אטוירני פריעט בהארארא זכותו יגון עלינו איז געווען אין אמט האט מען געקענט זאגן אז ער זוכט סענזאציאנאלע נייעס צו קענען מאכן גרויסע העדליינס. אבער דער איצטיגער באאמטער איז נישט באוואוסט צו זיין א פובליסיטי-הונגעריגער מענטש...!
נולד מאוחר האט געשריבן:יעדער גנבט די רייכע איוועדן טעקס די ארימע כאפן סאשיעל סערוויסעס.
כוויל וויסן איימאלצפאר אלעמאל איז דא הארטע נומבערס אס חרידישע אידן ווערן געכאפט מער ווי אנדערע?
תורה ומדע האט געשריבן:איך הער אז די פעדס האבן ארעסטירט אפאהר משפחות אין נוא דשערזי. דער עולם לערנט זיך ניט אפ? מיר זענען ממש ככלב שב על קיאו
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'איז א גרויסע קידוש השם... ס'ווייזט אז אלע אידן זענען אייניג, בני איש אחד, אפגעזעהן ווי גוט מ'האט געלערנט ענגליש אלץ קינד..
שלום שטיסל האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'איז א גרויסע קידוש השם... ס'ווייזט אז אלע אידן זענען אייניג, בני איש אחד, אפגעזעהן ווי גוט מ'האט געלערנט ענגליש אלץ קינד..
איך וואלט עס נישט אנגערופן קידוש השם, אבער דאס איז זיכער אז ס׳איז נישטא ווער ס׳זאל שרייען חילול השם, אזאך וואס פאסירט געווענדליך ווען מ׳ארעסטירט חסידים.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער קידוש ה׳ איז אז די פרומע נייעס קוועלער האבען געהאט גענוג רחמנות דאס נישט צו מעלדען.
מ'שמועסט אז ס'קומט נאך ארעסטן מארגן און איבער-מארגן. א קאפיטעל תהלים וואלט נישט געשאדט.
מענטשען וואס האבן געליינט די קלאגעס זענען ערשטוינט ווי שוואך זיי זענען. מ'דארף זיך עכט שרעקן, ס'איז מדת הדין מתוחה.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער קידוש ה׳ איז אז די פרומע נייעס קוועלער האבען געהאט גענוג רחמנות דאס נישט צו מעלדען.
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך וואלט עס נישט אנגערופן קידוש השם, אבער דאס איז זיכער אז ס׳איז נישטא ווער ס׳זאל שרייען חילול השם, אזאך וואס פאסירט געווענדליך ווען מ׳ארעסטירט חסידים.
תורה ומדע האט געשריבן:לויט די פרעסע מעלדונגען האט מען ארעסטירט נאך זעקס מענשען. דריי מענער און דריי פרויען. זיי זאגען אז סקומען נאך מער רח״ל.
רבותי, אוואו זענען די רבנים און עסקנים פון בארקלעיס... שומו שמים ...
מוואלט געדארפען ארויס גיין מיט מאסן פראטעסטן אנטקעגן די אללע וואס האבען אוועקגעשטעלט אונזער געזעלשאפט פון לוקסוס און איבריגקייט באיצטלא דרבנן, און שרייען ״דאס איז נישט דער דרך התורה אין גלות פאר משיח וועט קומען, מען טאר נישט לאזען דעם עולם גנבנען פונעם אמעריקאנער בירגער אזוי ווי עס ווייסט כל אוזן ששמעה על הר סיני ׳לא תגנוב׳. ״
דאס לוקסוס און קאלטור פון גניבה פארעקלט אונזער דמות בעיני הבריות, און טריפה׳נער געלדט איז נישט דער דרך התורה. לערנען אן אומנות, אפשטיפען די חתונה, אדער דאס גע וירדן קינדער ביז ווען מהאט א פרנסה קלה ונקיה איז ניט קיין עבירה. אבער געקייטעלטע אינגעלייט מיט זייערע ווייבער איז א מרפסין אגרא׳דיגער עוולה וואס שרייט ארויס קעגען אונז, אונזערע מנהיגים און ח״ו די תוה״ק זעלבסט.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ׳מאכט הנחות און מ׳דרייט זיך מיט טענות.
איינער פון די היינטיגע ארעסטאנטען קען איך זייער גוט. לוקסוס?! וואס ווען ווי?! ער לעבט בדחקות נורא ובצמצום גדול! א צדיק פון א יונגערמאן.
דער רעגירונג האט זיך פארלייגט אויף לעיקוואוד, ווארשיינדליך פאר פאליטישע סבות.
יא, מ׳וואלט געמעגט מער אכטונג געבען. אבער דאס זאגען אז די אלע ארעסטאנטען האבען געלעבט א שוואוילטאג אויף דער רעגירונג׳ס חשבון, איז פון די שקרים פון די צייטונגען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ׳מאכט הנחות און מ׳דרייט זיך מיט טענות.
איינער פון די היינטיגע ארעסטאנטען קען איך זייער גוט. לוקסוס?! וואס ווען ווי?! ער לעבט בדחקות נורא ובצמצום גדול! א צדיק פון א יונגערמאן.
דער רעגירונג האט זיך פארלייגט אויף לעיקוואוד, ווארשיינדליך פאר פאליטישע סבות.
יא, מ׳וואלט געמעגט מער אכטונג געבען. אבער דאס זאגען אז די אלע ארעסטאנטען האבען געלעבט א שוואוילטאג אויף דער רעגירונג׳ס חשבון, איז פון די שקרים פון די צייטונגען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט