ידיעות אחרונות: חרידישע געזעלשאפט איז שוין צופאלן.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך יולי 12, 2017 9:18 am

קראצמעך ביימער אויף ימים טובים, ווי למשל סוכות, און שבועות ביי די בימה. אויך חנוכה זע איך פארשידענע בענק וואס לייגען צו קראצמעך ביימער צו די מנורה, ס'האט עפעס אן אלטע מקור?
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יולי 12, 2017 9:45 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער גאנצע נומער פון 25% רעדוקציע אין רעליגיע זינט דער אינטרנט זעט מיר אויס גאנץ נישט אין פלאץ. ווער קען זאגען וויאזוי ס׳איז געשען?
יעדער וואס קען פרומע אידען פארשטייט גלייך ווי נישט צו דער זאך איז געווען דער pew institute research אויף ארטאדאקסישע אידען, מטיבן של קרובים אתה יודע טיבן של רחוקים. יעדער טרעפט וואס ער וויל.

כ'האב נישט געזאגט אז 25 פראצענט פון חרדים האבן אפגעלאזט אידישקייט וועגן די אינטערנעט, קיינער ווייסט נישט קיין פונקטליכע חשבון וויפל פראצענט פאלן ארויס וועגן רעליגע ביי אונז חרדים.

נאך איינמאל ביטע:

דו האסט גע'טענה'ט אז די אינטערנעט איז א "שלעכטע זאך", והא ראי' אז מ'קען ווערן ראדיקאל דורך די נעט און זיך אנטרעפן מיט "לייק-מיינדעד" משוגעים, האב איך געזאגט ס'שטימט נישט מיט די מציאות ווייל אין אמעריקא זינט די 90 יאהרן האט די קריסטליכע רעליגע פארלוירן העכער 25 פראצענט, לויט די אויסגעפרעגטע איז די סיבה פון אפלאזן זייער רעליגיע איז געוועהן א דירעקטע פארבינדונג צו די "עקספאוזשער" צו אזא "אוצר" ווי די אינטערנעט, אלזא איז דיין טעאריע אז די אינטערנעט ברענגט 'ראדיקליזים' שטימט נישט מיט די מציאות, ווייל ס'איז א דבר ידוע לכל אז די אינטערנעט האט געשטיפט די מענטשען צו לינקס און זיי געמאכט "טראכטן פאר זיך אליינס" ווי איידער לעבן א בלינדע קריסטליכע רעליגיעזע לעבן.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5900
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3463 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 12, 2017 9:53 am

דיין דבר ידוע איז דיין confirmation bias והדברים ידועים.
צו דאס איז די סבה פארוואס זיי האבען אפגעלאזט ווייסען מיר נישט. ווי אויך ווייסען מיר נישט פארוואס זיי זענען געווען רעליגיעז פון אנהייב, ווי אויך ווייסען מיר נישט וואס זיי האבען געזוכט אויפ'ן אינטרנט. ס'איז פונקט ווי זאגען אז קאוועשטיבעל מאכט מענטשען אויפהערען גלויבען אין רבי'ס, מ'קומט דאך לכתחלה ווייל מ'גלויבט נישט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8014 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 12, 2017 10:59 am

ליטוואק: הערה קטנה: ס'איז א חילוק צו מ'גלייבט אין רבי'ס אדער מ'גלייבט אין גאט. חוץ ביי א געוויסע חסידות וואו די רבי איז העכער פון גאט (עפ"ל, ארענדז"ש, וכו')...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13077
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8324 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך יולי 12, 2017 12:24 pm

שבת אחים האט געשריבן:״כהאב אמאל געליינט״ העלפט מיר נישט, לאמיר ביטע זעהן די שטודיעס און נאכדעם וועלן מיר רעדן ווייטער. דערווייל פארשטייט יעדער נארמאלע מענטש פארקערט. גלייבן אין עפעס בלינדערהייט מאכט נישט קיין מענטש בעסער. כמעט אלע מחלוקות און קריגערייען זייט די וועלט שטייט איז געקומען ווייל מ׳האט געגלייבט אין עפעס...

......

מענטשען וואס לעבן אינטער רעליגע לעבן ״נישט״ מעהר א צופרידנע לעבן... צופרידנהייט און גליקליכקייט איז נישט פארבינדען מיט רעליגע, סהאט צוטהן מיט די מענטש אליינס און זיין בליק אויף לעבן... און מיט נאך אסאך אנדערע זאכן, אבער סתם ווייל מאיז צוגעווינט צו א געוויסע לעבן פון קינווייז אן מאכט נישט יענעם מעהר פרייליך ווי איינער וואס איז אויפגעוואקסן סעקיולער.

שטותים מיט לאקשן, וואס מ׳קען קלאר אויפווייזן אלץ פאלש און ריינע רעליגעזע און אנטי-סעקיולער פראפעגאנדא...!

געליינט האב איך עס מיט אפאר יאר צוריק אין א ביכל 'אויטענטישע צופרידענהייט' געשריבן דורך מארטין סעליגמאן. ער איז מאריך און לייגט אראפ אלע פרטים. איך בין נישט זיכער וואס זיינע מקורות זענען. איך האב איצט נאכגעקוקט אינעם ביכל וואס איך האב. ס'נישט דא קיין רעפרענצן אפטיילונג אין מיין קאפי.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1772
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1637 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 985 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 19, 2017 2:19 am

שבת אחים האט געשריבן:דערווייל פארשטייט יעדער נארמאלע מענטש פארקערט. גלייבן אין עפעס בלינדערהייט מאכט נישט קיין מענטש בעסער. כמעט אלע מחלוקות און קריגערייען זייט די וועלט שטייט איז געקומען ווייל מ'האט געגלייבט אין עפעס...

אפילו קאמוניזם איז דער פראבלעם געוועהן אז זיי האבן געגלייבט אז אויב מ'וועט נאר אפ'הרג'ענען און אויסרייסן אלע שלעכטע "דערנער" וועט די וועלט זיין ממש א גן עדן, אריינגערעכנט אויסרייסן יעדעמ'ס רעליגע און אידיאלגעס חוץ זייער אייגענע בעלאוני.

כאטש איך פארשטיי דיין כוונה, איז אבער דא א שטיקל סתירה אין דיינע ווערטער. אין חלק א' בלעימסטו רעליגיע אלס א מקור פאר אלע מחלוקת און קריגערייען, און אין חלק ב' ברענגסטו ווי די קאמוניסטן - וועלכע האבן שוין ענדליך געוואלט אויסרייסן רעליגיע - האבן אויך גורם געווען חורבנות. נו מאך אפ, האיך יתקיימו שניהם, איז רעליגיע דער פראבלעם צי אנטי רעליגיע? איך פארשטיי אז דו מיינסט די טינקינג ביהיינד די שיטה וואס איז גורם די מחלוקת, אבער דא האסטו א ראי' אקעגן דיינע ווערטער, אז לאו דוקא רעליגיע איז גורם מחלוקת, נאר די אידעלאגיע, די מטרה וואס איז מקדש די אמצעים.

אבער לענינינו, מען האט נישט גערעדט אזוי ווייט פון מחלוקת וואס איז א חיצוניות'דיגע עפעקט בין אדם לחבירו, ווי אינערליכע צופרידנקייט. ביי מיר איז קלאר אז לעבן מיט אמונה ובטחון און גלייבן אין גאט איז א בעסערע, פרייליכערע סארט לעבן ווי א אטעאיסט וואס גלייבט אין גארנישט, איך קען מאריך זיין דערין אבער נישט יעצט איז די צייט און נישט דא איז די פלאץ, ומובן לכל בר דעת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18065 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יולי 19, 2017 2:45 am

סאיז ׳פונקטליך׳ וויאזוי איך האב עס געשריבן

״גלייבן״ אין עני זאך/אידאלגיע/קאנצפעט איז א פראבלעם. נאכדערצו אז מ׳גלייבט אין דעם עד הסוף.

סייענס איז נישט קיין גלייבונג, סאיז נומבערס, מ׳דארף נישט גלייבן אז צוויי פלאוס צוויי איז פיהר. און סייענס האט ״קרעדיטיבילטי״
ווען איינער פון הונדרעט פופציג יאהר צוריק וועקט זיך היינט אויף און קוקט זיך צו צו אונזער היינטיגע פארגעשריטנע לעבנסשטייגער וואלט ער געמיינט אז אונז זענען ממש ווי א ״גאט״! אונז קענען פליען אין ספעיס, יעדע חדר-יונגל קען קאמיוניקעיטן צו די אנדערע עק וועלט, יעדער האט ממש א ״אורים ותומים״ אין זיין טאש... די היינטיגע פארגעשריטנע מעדיצינען און אפאראציעס וכו׳ וכו׳

כפארשטיי נאכנישט די סתירה.
'
בד״וו אטיעסט גלייבן אויך געוויסע זאכן. סאיז נישט אז זיי גלייבן אין גארנישט! זיי גלייבן אין 'Energy' אנשטאט א 'Deity'
זיי געבן עס א אנדערע נאמען, און אנדערע ווערסיע פון מעשה בראשית געבעיסט אויף סייענס.

די חילוק איז ריזיג

זייער גלייבונגען איז זיי ממש גארנישט מחייב... און זיי בויען נישט זייער יסוד פון זייער לעבן אויף דעם.

איך גלייב אויך... למשל אין אינפיטי און אין די גרויסקייט פון די יוניווערס (אפילו איך קען עס נישט זעהן מיט מיינע פליישיגע אויגן). און אין להבדיל אינעם אהבת ישראל גלייב איך אויך, אבער איך האב געקענט אסאך מענטשען וואס האבן אים פערזענליך געקענט.

מיינע גלייבונגען זענען אבער מיר גארנישט מחייב, חוץ צו פרובירן צוזיין א מענטשליכע מענטש, זאגן נאר דעם אמת און האנדלן ערליך, און זיין אויפריכטיג מיט יעדעם איינעם, בקיצור: ״מענשטליכקייט״, ״מאראלן״ ,און אין דעם דארף מען ווידער נישט האבן קיין גלייבונגען אינטער דעם צו וועלן לעבן מיט מאראלישע פרינציפעלס ווייל סאיז א פשוטע חשבון, ווי די גמרא זאגט פיר דיך אויף צו אנדערע וויאזוי דו ווילסט אז אנדערע זאלן זיך אויפפירן צו דיר, און טוה נישט גארנישט פאר יענעם וואס דו ווילסט נישט זיי זאלן טוהן פאר דיר, דורך דעם קענען מיר האבן א בעסערע וועלט פאר יעדעם, איך וועל נישט גנבנן פון דיר און דו וועסט נישט גנבן פון מיר. ממש ווי 2+2...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5900
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3463 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך יולי 19, 2017 6:48 am

שבת אחים האט געשריבן: מ׳דארף נישט גלייבן אז צוויי פלאוס צוויי איז פיהר.

ס'דא וואס האלטן נישט אזוי
שבת אחים האט געשריבן:זייער גלייבונגען איז זיי ממש גארנישט מחייב... און זיי בויען נישט זייער יסוד פון זייער לעבן אויף דעם.

אט דא האסטו דער חילוק... ווילאנג ס'קאסט נישט, קען מען גלייבן אין אלעס און אלע (אדער רוב) סייענטיסטישע אינסטיטוציעס זענען כשר וישר ביי דיר, אבער נאר ווילאנג ס'ציפט נישט..!
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך יולי 19, 2017 8:41 am

שבת אחים טייערע
דער רעטאריק אז רעליגיע האט געברענגט די מערסטע הריגות, מיט דיין סתירה צו קאמאניזים האסטו נישט פארענטפערט, איך וויל צולייגען די דייטשען, דער צווייטער וועלט־מלחמה​ האט גע'הרג'ט פופציג מיליאן מענטשען, דאס איז מער ווי מענטשען זענען געוועהן אויף די וועלט ביי די שבעה אומות און מן הסתם אלע הריגות קאמביינד.

און סטאלין האט אין דער נאמען פין אטעאיסטן גע'הרג'ט אפשר מער מענטשען ווי היטלער.

לעומת אייסיס ימ"ש וואס אין דער נאמען פין רעליגיע האבען זיי גע'הרג'ט דרייסיג צו פערציג טויזענט.

סא פליז ר' שבת, ביסט מכובד צו פארענטפערען דיין אסערציע
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 915 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 19, 2017 9:28 am

שבת אחים האט געשריבן:"גלייבן" אין עני זאך/אידאלגיע/קאנצפעט איז א פראבלעם. נאכדערצו אז מ'גלייבט אין דעם עד הסוף.

מיינע גלייבונגען זענען אבער מיר גארנישט מחייב, חוץ צו פרובירן צוזיין א מענטשליכע מענטש, זאגן נאר דעם אמת און האנדלן ערליך, און זיין אויפריכטיג מיט יעדעם איינעם, בקיצור: "מענטשליכקייט", "מאראלן", און אין דעם דארף מען ווידער נישט האבן קיין גלייבונגען אינטער דעם צו וועלן לעבן מיט מאראלישע פרינציפעלס ווייל ס'איז א פשוט'ע חשבון, ווי די גמרא זאגט פיר דיך אויף צו אנדערע וויאזוי דו ווילסט אז אנדערע זאלן זיך אויפפירן צו דיר, און טוה נישט גארנישט פאר יענעם וואס דו ווילסט נישט זיי זאלן טוהן פאר דיר, דורך דעם קענען מיר האבן א בעסערע וועלט פאר יעדעם

שבת'ל, איך מעג דיר פערסאנעל טשאלענדזשן?
וואס איז מיט זיין פארגלייבט אין בערני סענדערס אדער אין די דעמאקראטישע שיטה? עד כדי אנפילן גאנצעטע בלעטער מיט האס, שנאה, ליצנות אקעגן דעם יעצטיגן פרעזידענט, מיט זיין טאכטער און איידעם וכל קדושיו עמו? איז דאס נישט "גלייבן אין א אידעאלאגיע עד הסוף"? איז דאס "מאראליש"? טוסטו נישט פאר אנדערע וואס דו וואלסט נישט געוואלט מען זאל טון פאר דיך?... ;)

איך וויל נישט יעצט פארפירן די אשכול אין פאליטיק, איך ווייס וואס דו ווילסט מיר ענטפערן, און איך וועל אפילו מודה זיין צו דיר אז טראמפ איז א היבשער דורכפאל און בערני סענדערס איז א וואוילער גוטהארציגער מענטש וואס וויל העלפן די ארימע שיכטן און קרייזן; אבער דאס איז נישט נוגע צו אונזער שמועס, דאס איז נאר א זייטיגע תירוץ - די באדעם ליין איז אז ווען דו גלייבסט אין עפעס וועסטו עס אויך דיפענדן עד הסוף מיט ציין און נעגל און מיאוסע אויסדרוקן, ממש עס קרענקט דיר ליטערעלי אז איינער האלט אנדערש.... נו אפשר, אפשר לוינט זיך שוין אויסצונוצן די ענערדזשי פאר'ן באשעפער אנשטאט סענדערס און דעמאקראטן.... :P
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18065 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 19, 2017 9:30 am

אישתישבי האט געשריבן:שבת אחים טייערע
דער רעטאריק אז רעליגיע האט געברענגט די מערסטע הריגות, מיט דיין סתירה צו קאמאניזים האסטו נישט פארענטפערט, איך וויל צולייגען די דייטשען, דער צווייטער וועלט־מלחמה​ האט גע'הרג'ט פופציג מיליאן מענטשען, דאס איז מער ווי מענטשען זענען געוועהן אויף די וועלט ביי די שבעה אומות און מן הסתם אלע הריגות קאמביינד.

און סטאלין האט אין דער נאמען פין אטעאיסטן גע'הרג'ט אפשר מער מענטשען ווי היטלער.

לעומת אייסיס ימ"ש וואס אין דער נאמען פין רעליגיע האבען זיי גע'הרג'ט דרייסיג צו פערציג טויזענט.

סא פליז ר' שבת, ביסט מכובד צו פארענטפערען דיין אסערציע

איך ווייס נישט אויב דאס איז א ריכטיגע סתירה, אייסיס האט פשוט נישט געהאט די מעגליכקייט דערצו, בלי שום ספק אז ווען זיי האבן די יכולת וואלטן זיי עס געטון, און אויב האט שבת אחים עפעס א אמת'ע נקודה צו זיינע ווערטער איז אייסיס די גרעסטע ראי' דערצו, ווייל סיי ביי היטלער און סיי ביי סטאלין האבן זייערע מענטשן געגלייבט אין א "אידעאלאגיע", נישט "רעליגיע", משא"כ אייסיס ימ"ש.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18065 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 19, 2017 12:49 pm

שמעקעדיג: דו אפעלירסט (בתוך הדברים) צו שבת אחים אז די ענערגיע וואס ער לייגט אריין אין גלייבן אין בערני סענדערס זאלל ער (להבדיל) אריינלייגן אין גלייבן אין באשעפער. ער אבער טענה'ט אז די אייבישטער, כביכול איז שוין אן אלטער, און ער וואוינט אין פלארידא נאנט צום ים. און ער זיצט אויף א ראקינג טשעיר און רוט זיך אפ. און ער לאזט דארווין און בערני סענדערס טון די גאנצע ארבעט פון מעשה בראשית און הנהגת העולם. ער איז דאך שוין (ב"ה?) אן אויפגעקלערטער מענטש. נישט דאס פארחניאק'טע יונגל פון וויזשניצער חעידער. יא. ער גלייבט אין אהבת ישראל. דער אהבת ישראל איז אראפגעפאללן פון א בוים. נאך מיליאנען יארן...און ער האט געטיילט שיריים פאר די פויערן פון די מארמארישע געגנט. און אזוי ארום זיי מקרב געווען...צו וועם...?!

גן עדן און גיהינום אויף יענע וועלט עקזיסטירן נישט. ס'איז דא א גן עדן אויף די וועלט. יוטאפיע. ווען דאס סאציאליזם פון בערני סענדערס וסייעתו וועט זיך אם ירצה אללאה, אדער סטאלין גובר זיין און מ'וועט אויסהרג'נען אלע עשירים אדער די וועלכע וויללן זיין עשירים. און זיי פארשיקן קיין סיביר אדער אלאסקא. דאמאלס וועט זיין דער סאציאליסטישער עולם התיקון...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13077
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8324 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יולי 19, 2017 1:01 pm

שמעקעדיג קענסט פרעגן א בעסערע קשיא:

איך זאג אז מ׳טאהר נישט גלייבן אין א זאך עד הסוף ווייל דעס קען גורם זיין צו די ערגסטע.
אבער דעס אליינס איז דאך באזירט אויף א גלויבונג???

די זעלבע ענדליכע קשיא פרעגסטו, אויב איז נישט גיט צו גלייבן אין עפעס פארוואס גלייב איך אין די לינקע אידאלגיע און איך שרייב אזוי נעגיטיוו אויף די רעכטע.

די תירוץ איז זייער פשוט:

אזויווי כהאב אויבן געשריבן די רעכטע לינקע אישו קען איך מאכן א ״קאלקאלעישאן״ אז סאיז בעסער פאר די המון עם, פונקט ווי איך דארף נישט גלייבן אז איך דארף ארויפלייגן א שלאס אויף מיין טיהר זיך צו פראטעקטן ווייל סאיז א פשוטע חשבון, סאיז דא ״דאטא״ אויף דעם, סאיז געוועהן צייטן וואס די רעכטע זענען געוועהן אין פאוער און סאיז געוועהן צייטן ווען די לינקע זענען געוועהן אין פאוער, מקען נאכדעם גייען און אלעס ארויפלייגן אויף א chart און מאכן א חשבון באזירט אויף ״נומבערס״ און ״סייענס״ אז די לינקע סאושליסטישע וועג איז בעסער פאר יעדעם. מ׳קען נעמען די לינקע סאושליסטע לענדער און מקען נעמען די קעפטיליסטישע לענדער און קוקן די חילוק, יעדער איז מכובד עס צוטהן, מ׳דארף נישט גלייבן אין דעם סאיז א לעבעדיגע ביישפיל.

די מערב אייראפישע לענדער זענען א לעבעדיגע עקסעמפל וויאזוי א פארגעשריטנע פראגרעסיוו סאושליסטישע סאסייעטי דארף אויסקוקן. סאיז באזירט אויף ״ישרות״ און ״גערעכטיקייט״ נישט ווער סקען בעסער אויסשפילן דעם אנדערן.

משא״כ, נאציזם און קאפיטיליזם איז געוועהן געבעיסט אויף ריין בלינדע אידיאליגע, שנאה צו אידן, שנאה צו די רייכע און עליטס, אן קיין לעבעדיגע עקסעמפעל און בעיקינג פון נומבערס.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5900
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3463 מאל

הודעהדורך diff » מיטוואך יולי 19, 2017 1:54 pm

זי האנדלט בעיקר מיט חרדים
http://103fm.maariv.co.il/programs/medi ... 1t4nzVQ=EF
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 19, 2017 2:05 pm

דיףף: דו האסט א ביסל מגזים געווען. אדער וויאזוי מ'זאגט אין וויליטאון/סאקמער..."מעגאזעם" געווען. זי האט געזאגט (כפי מיטב הבנתי) אז חרדים קומען אויך צו איהר. אבער נישט אז זי איז באשעפטיגט בעיקר פון חרדים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13077
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8324 מאל

הודעהדורך shtriemel » מיטוואך יולי 19, 2017 9:30 pm

די פאקט איז נישט גרינג צו אפווענדען: די גרעסטע רציחות זענען אלעמאל גטוהן געווארען אין נאמען פין אן אידיעלאגיע. אמאליגע צייטען זענען זיי אלע געווען רעליגיעיזע אידיעלאגיעס. היינטיגע צייטען ווייסט מען אז קאמיוניסטען קענען פונקט אזוי גוט שופך דם זיין ווי דאס ערגסטע אייסיס מיטגליד.

אין דא קריג איך מיר מיט שבת'ן. עס איז ביי מיר קלאר אז גלייבען אין בערני סאנדערס איז פונקט אזוי עלול צו ווערען א רציחה'דיגע אידיעלאגיע ווי אלע אנדערע. ניין, אויף בערני אליינס איז שווער צו גלייבען, אבער היסטאריע האט שוין געזען אזיינס אויך. פריעדריך ענגעלס האט געשריבען און 1845 א בוך פול מיט מיטלייד פאר די המון עם, און אין 1848 האט ער, צוזאמען מיט קארל מארקס געשריבען די מאניפעסט וואס האט צוגעלאזט רציחות פאר די וואוילזיין פון די רעשט פון היומאניטי. אלס און נאמען פון מיטלייד מיט'ן ארבייטארער.

עס מיינט נישט, חלילה, אז בערני איז נישט גערעכט .אדער אז זיין וועג איז נישט די בעסטע פאר'ן אלגעמיינער בירגער. (די לענדער מיט זיין אויסקוק אויפען וועלט יוכיח), אבער עס איז שוין אמאל געשען.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יולי 19, 2017 11:54 pm

shtriemel האט געשריבן:די פאקט איז נישט גרינג צו אפווענדען: די גרעסטע רציחות זענען אלעמאל גטוהן געווארען אין נאמען פין אן אידיעלאגיע. אמאליגע צייטען זענען זיי אלע געווען רעליגיעיזע אידיעלאגיעס. היינטיגע צייטען ווייסט מען אז קאמיוניסטען קענען פונקט אזוי גוט שופך דם זיין ווי דאס ערגסטע אייסיס מיטגליד.

וואס הייסט גלייבן אין בערני סענדארס? איך גלייב נישט אין בערני סענדארס. איך גלייך אים אלץ א פאליטשאון, און איך האלט אז ער איז א ערליכע מאן אבער אז בערני סענדארס זאל מארגן זאגן אז מ׳דארף הארגענען מענשטען אדער אפילו אז מ׳דארף רודפן ״עליטס״ צי א אנדערע גרופע גיי איך אים זאגן קיש מיך ווי די אידן האבן גערוהט.

איך גלייב נישט אין קיינעם! איך גלייך אים! פארשטייסט נישט די חילוק מיין טייערער שטריימלע?

פרידריך ענגעלס, קארל מארקס, האבן אויפגעקלערט די מענטשען וואס די רשעותדיגע צארישע גאווערמענט האט געטוהן, איך בין נישט זיכער צי מקען זאגן אז זיי זענען געוועהן שולדיג, סהאט געהאט צוטוהן מיט די דעמאלסטיגע מצב.

אדרבה זאג מיר צו כבין גערעכט מיט די פוינט, און אז נישט לאמיר הערן וויאזוי דו ווענדסט מיך אפ.
דו ביסט א ״נומבערס גיי״ און האסט גאנץ גיט פארשטאנען וואס איך זאג וועגן די רעכטע לינקע אישו, מקען מיט ״נומבערס״ אליינס פארשטיין אז די לינקע סאושיליסטישע וועג איז בעסער מ׳דארף נישט אנקומען צו גלייבן דערינען.

און נאכמאל מ׳טאהר נישט הארגענן אדער פייניקן וועגן דעם, אבער מ׳מעג וויסן דעם חשבון, דעמקראטן זענען בעסער פאר די המון עם.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5900
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3463 מאל

הודעהדורך shtriemel » דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:07 am

שבת אחים האט געשריבן:וואס הייסט גלייבן אין בערני סענדארס? איך גלייב נישט אין בערני סענדארס. איך גלייך אים אלץ א פאליטשאון, און איך האלט אז ער איז א ערליכע מאן אבער אז בערני סענדארס זאל מארגן זאגן אז מ׳דארף הארגענען מענשטען אדער אפילו אז מ׳דארף רודפן ״עליטס״ צי א אנדערע גרופע גיי איך אים זאגן קיש מיך ווי די אידן האבן גערוהט.

איך גלייב נישט אין קיינעם! איך גלייך אים! פארשטייסט נישט די חילוק מיין טייערער שטריימלע?

פרידריך ענגעלס, קארל מארקס, האבן אויפגעקלערט די מענטשען וואס די רשעותדיגע צארישע גאווערמענט האט געטוהן, איך בין נישט זיכער צי מקען זאגן אז זיי זענען געוועהן שולדיג, סהאט געהאט צוטוהן מיט די דעמאלסטיגע מצב.

איך קריג מיר נישט מיט וואס די זאגסט.

נאר איין זאך קענסטו נישט טענה'ן: אז אין 100 יאר וועט בערניאיזם נישט זיין אזוי רשעותדיג ווי קאמיוניזעם. קיינער קען נישט וויסען אויף זיכער! ענגעלס מיט מארקס זענען געקומען פון א הייליגע שטאנדפונקט; העלפען די מאסען, אבער זיי האבען קלאר גערופן פאר א רציחה'דיג אימפלעמענטעישען implementation. וכך הוה.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:23 am

שבת אחים האט געשריבן:דו ביסט א ״נומבערס גיי״ און האסט גאנץ גיט פארשטאנען וואס איך זאג וועגן די רעכטע לינקע אישו, מקען מיט ״נומבערס״ אליינס פארשטיין אז די לינקע סאושיליסטישע וועג איז בעסער מ׳דארף נישט אנקומען צו גלייבן דערינען.

נומערן קען מען דרייען און פארדרייען. מ'קען עס ענדזשינירן און פרעזענטירן וויאזוי מ'וויל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1772
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1637 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 985 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:52 am

קורקלענד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:דו ביסט א ״נומבערס גיי״ און האסט גאנץ גיט פארשטאנען וואס איך זאג וועגן די רעכטע לינקע אישו, מקען מיט ״נומבערס״ אליינס פארשטיין אז די לינקע סאושיליסטישע וועג איז בעסער מ׳דארף נישט אנקומען צו גלייבן דערינען.

נומערן קען מען דרייען און פארדרייען. מ'קען עס ענדזשינירן און פרעזענטירן וויאזוי מ'וויל.

קיינער קען נישט פארדרייען די נומבערס אז אין די סאושליסטישע לענדער איז בעסער ווי אמעריקע אין יעדע עספעקט.

אויף דעם איז דא קלארע ׳דאטא׳ און קיינער ווענדט דעס נישט אפ (וואס איך ווייס-חוץ דו מיט טראמפ)

דו הערסט נישט וואס מ׳רעדט צו דיר, דו הערסט נאר וואס דו ווילסט.

און אז דו האסט נישט וואס צו זאגן ענטפער נישט, אדער ענטפער צום זאך. מגייט מיט דיר מיט סירוקלעס, איבער און איבער.

די טראמפ חברה פארדרייען די נומבערס, יעדער ווייסט אז ענק זענען דא רייכער צו מאכן די רייכע און ארימער מאכן די ארימע, יעדער האט געזעהן ענקער ״טראמפקעיר״ און ענקער ״בוזשעט״ פון נעקסטע יאהר... דריי נישט קיין קאפ.!

קודם ענטפער פארוואס א צובראכנע ריפובליקאנער פארטיי איז בעסער ווי א גאנצע דעמקראטישע פארטיי? פארוואס? הא??? הער אויף צורעדן שטותים. דו מיט ליפא הערן נישט אויף צושרייבן אזעליכע סטעיטמענטס אן קיין טראפ הסברה אדער בעיקינג.

קודם ענטפער פארוואס דו שטיצט בלינדערהייט טראמפ? וואס האסטו איינגעזעהן אין אים? וואס איז אזוי שלעכט מיט די דעמקראטן? לאמיך שוין הערן איינמאל פאר אלעמאל!?
גיטע נאכט
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5900
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3463 מאל

הודעהדורך diff » פרייטאג יולי 21, 2017 7:08 pm

diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יולי 23, 2017 2:58 am

שבת אחים האט געשריבן:קיינער קען נישט פארדרייען די נומבערס אז אין די סאושליסטישע לענדער איז בעסער ווי אמעריקע אין יעדע עספעקט.

אויף דעם איז דא קלארע ׳דאטא׳ און קיינער ווענדט דעס נישט אפ (וואס איך ווייס-חוץ דו מיט טראמפ)

איר קומט מיט נומערן פובליצירט דורך רעגירונג'ן.

די פאראייניגטע שטאטן וואס זענען זייער באקאנט מיט אינטעגריטי אויף זייערע פובליצירטע נומערן און פארגלייך צו אלע אנדערע לענדער אין די וועלט איז נישט טראסטבאר. על אחת כמה וכמה 'יענע לענדער'.

יענע לענדער האבן ניטאמאל פרייהייט פון פרעסע......
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1772
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1637 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 985 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג יולי 23, 2017 3:20 am

קורקלענד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:קיינער קען נישט פארדרייען די נומבערס אז אין די סאושליסטישע לענדער איז בעסער ווי אמעריקע אין יעדע עספעקט.

אויף דעם איז דא קלארע ׳דאטא׳ און קיינער ווענדט דעס נישט אפ (וואס איך ווייס-חוץ דו מיט טראמפ)

איר קומט מיט נומערן פובליצירט דורך רעגירונג'ן.

די פאראייניגטע שטאטן וואס זענען :נישטמסכים: :ניין: זייער באקאנט :געוואלד: מיט אינטעגריטי :lol: אויף זייערע פובליצירטע נומערן און פארגלייך צו אלע אנדערע לענדער אין די וועלט איז נישט טראסטבאר ;) :קייןמושג: :roll: :געוואלד: . על אחת כמה וכמה 'יענע לענדער'.

יענע לענדער האבן ניטאמאל פרייהייט פון פרעסע......

:פארשוויצט: :געוואלד: :shock: ;) :cry: :בלאבל: :נישטמסכים: :roll: :בלאבל: ;) :roll: :בלאבל: :ניין: :בלאבל: :| :געוואלד: :געוואלד: :צעמישט: :נישטמסכים: :| :געוואלד: :roll: :בלאבל: :roll: :געוואלד: ;) :(
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5900
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3463 מאל

הודעהדורך Buddy » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 1:08 pm

שבת אחים האט געשריבן:
shtriemel האט געשריבן:די פאקט איז נישט גרינג צו אפווענדען: די גרעסטע רציחות זענען אלעמאל גטוהן געווארען אין נאמען פין אן אידיעלאגיע. אמאליגע צייטען זענען זיי אלע געווען רעליגיעיזע אידיעלאגיעס. היינטיגע צייטען ווייסט מען אז קאמיוניסטען קענען פונקט אזוי גוט שופך דם זיין ווי דאס ערגסטע אייסיס מיטגליד.

אין דא קריג איך מיר מיט שבת'ן. עס איז ביי מיר קלאר אז גלייבען אין בערני סאנדערס איז פונקט אזוי עלול צו ווערען א רציחה'דיגע אידיעלאגיע ווי אלע אנדערע. ניין, אויף בערני אליינס איז שווער צו גלייבען, אבער היסטאריע האט שוין געזען אזיינס אויך. פריעדריך ענגעלס האט געשריבען און 1845 א בוך פול מיט מיטלייד פאר די המון עם, און אין 1848 האט ער, צוזאמען מיט קארל מארקס געשריבען די מאניפעסט וואס האט צוגעלאזט רציחות פאר די וואוילזיין פון די רעשט פון היומאניטי. אלס און נאמען פון מיטלייד מיט'ן ארבייטארער.

עס מיינט נישט, חלילה, אז בערני איז נישט גערעכט .אדער אז זיין וועג איז נישט די בעסטע פאר'ן אלגעמיינער בירגער. (די לענדער מיט זיין אויסקוק אויפען וועלט יוכיח), אבער עס איז שוין אמאל געשען.

וואס הייסט גלייבן אין בערני סענדארס? איך גלייב נישט אין בערני סענדארס. איך גלייך אים אלץ א פאליטשאון, און איך האלט אז ער איז א ערליכע מאן אבער אז בערני סענדארס זאל מארגן זאגן אז מ׳דארף הארגענען מענשטען אדער אפילו אז מ׳דארף רודפן ״עליטס״ צי א אנדערע גרופע גיי איך אים זאגן קיש מיך ווי די אידן האבן גערוהט.

איך גלייב נישט אין קיינעם! איך גלייך אים! פארשטייסט נישט די חילוק מיין טייערער שטריימלע?

פרידריך ענגעלס, קארל מארקס, האבן אויפגעקלערט די מענטשען וואס די רשעותדיגע צארישע גאווערמענט האט געטוהן, איך בין נישט זיכער צי מקען זאגן אז זיי זענען געוועהן שולדיג, סהאט געהאט צוטוהן מיט די דעמאלסטיגע מצב.

אדרבה זאג מיר צו כבין גערעכט מיט די פוינט, און אז נישט לאמיר הערן וויאזוי דו ווענדסט מיך אפ.
דו ביסט א ״נומבערס גיי״ און האסט גאנץ גיט פארשטאנען וואס איך זאג וועגן די רעכטע לינקע אישו, מקען מיט ״נומבערס״ אליינס פארשטיין אז די לינקע סאושיליסטישע וועג איז בעסער מ׳דארף נישט אנקומען צו גלייבן דערינען.

און נאכמאל מ׳טאהר נישט הארגענן אדער פייניקן וועגן דעם, אבער מ׳מעג וויסן דעם חשבון, דעמקראטן זענען בעסער פאר די המון עם.

ווייל א תכלית איז נישט דא אין ארויסהאבן חצי פראבלעם... מען דארף גיין שטייטליך מיט א מהלך און עס טעסטן פארמעליך

זעה דא ווי ער רייסט אראפ מארקיזם, אבער ווייטער צו בויען מיט אלטע וועסטערן דענקונג אן ווייטער צו גריבלען און דערהייבן ליבערטי און חירות [א מהלך פון מפלגת זהות וכדו'] וועט קומען א ערגערע אנטווארט פון ערגעץ אנדערש.
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט

cron