איז שוין צייט צו גרינדן א וועד ההורים וואס זאל פארטרעטן די

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

איז שוין צייט צו גרינדן א וועד ההורים וואס זאל פארטרעטן די

הודעהדורך diff » מאנטאג יולי 10, 2017 9:17 am

פון דא
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0#p1478736

איז שוין צייט צו גרינדען א וועד ההורים וואס זאל פארטרעטען די עלטערן מיט שכ"ל און הוצאת המוסדות?


די לעצטיגע בריווען וואס עלטערן באקומען מיט שכ"ל פרייזן פארן קומענדיגן יאר הייבן ערענסט אויגן ברעמען ביי א ריזן צאל מענטשען. מוסדות אקראס די בארד האבן מחליט גווען צו דראמאטיש העכערן שכ"ל פרייזן, אין רוב פעלער מיט א מינימום פון גאנצע 50% העכערונג אדער גאר דאפעלט וויפיל עס איז גווען פאריאר. אין אסך פעלער דערגרייכט דער העכערונג צו 150%.

א ידיד מיינער זאגט מיר אז זיין שכ"ל קומענדיגער יאר גייט אים קאסטן $3900 א חודש, אנשטאט...1500 א חודש. דאס הייסט אז דער איד גייט צאלן 50,000$ א יאר פאר שכ"ל.

איז אזוי, ווען איך ווייס ווען אז טאקע די אידן וואס לערנען די תורה מיט אונזערע קינדער, האבן באקומען ריזן געהאלט העכערונגען און האבן אנגעהויבן באקומען 2000$ א וואך וועיזשעס, נו החרשתי. דאס זעלבע אויב וואלט מיין ניכטע די לערערין אהיימגעקומען מיט די בשורה טובה אז מען האט געדאפעלט איר געהאלט פון גאנצע $150 צו $300 א וואך, וואלט איך בעסער פארשטאנען...אבער דער מציאות איז דאך נישט אזוי.

א שנעלער חשבון זאגט מיר אז ווייניגער ווי א דריטל פון די קאסטן פונעם מוסד קומט אן צו די אידן וואס טוען פאקטיש לערנען מיט אונזערע קינדער, די איבריגע גייט לכאורה פאר אדמינעסטראטיווע אויסגאבן, און אויפצוהאלטן די טייערע בניינים, גלאזענע טירן, קאלירטע בראשורען ועוד ועוד.

און יעצט צו די מיליאן דאלאר פראגע...

איז נאכנישט די העכסטע צייט אז עס זאל געשאפן ווערן א וועד הורים וואס זאל זיין דער פארמיטלער צווישן די עלטערן און די הנהלת המוסדות, און אויב רוב עלטערן זענען קעגן געוויסע הוצאות, אדער זענען קעגן א געוויסע דראסטישע טויש וואס מוסדות ווילן מאכן, זאל זיין א געוויסע מהלך ווי אזוי דאס זאל קענען געברענגט ווערן צו די הנהלת המוסדות אויף א וועג אז זיי זאלן זיך מוזען רעכענען דערמיט. דער מצב כהיום איז אז אפילו עס איז דא 5000 מענטשען וואס זענען נישט צופרידן, איז יעדער פאר זיך נאר א יחיד, מיט וועם די הנהלה דארף זיך גאנץ ווייניג רעכענען.

נאך א נקודה, עס איז ברייט באקאנט, אז מוסדות על אף פארשידענע אידעלאגישע דיפערענצען ארבעטען צוזאמען ווען עס קומט צו שכ"ל העכערונגען, כדי עס זאל זיין א פאראייניגטען פראנט פון אלע מוסדות. איז נישט צייט אז עלטערן זאלן טוען דאס זעלבע?

נ.ב. להבהרת הענין, דער אשכול איז נישט געמאכט אראפצורייסן חלילה די הנהלת המוסדות. די עסקנים וואס טוען פאר די מוסדות זענען על פי רוב מענטשען וואס ליגט אויף זיי א שווערען יאך צו דעקען בוזשעטען פון צענדליגער מיליאנען דאלארן, און ארבעטען גאר שווער אז אלעס זאל קלאפן, און אז אונזערע קינדער זאלן קענען לערענען און שטייגען. די נקודה איז נאר אז אונז עלטערן דארף מיר האבן פארטרעטערשאפט ביים טיש (ענדליך צו א יוניאן וואס פארטרעט די ארבעטער ביי די בעלי בתים ווי באלד די ארבעטער אלס יחידים קענען גארנישט אויפטוען). ביטע
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג יולי 10, 2017 9:29 am

דער פראבלעם מאיז אזוי פאריאגט אויסצוהאלטן דעי חברה. אז סניש דא קיין צייט
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג יולי 10, 2017 10:21 am

ר' ברכיה ור' חייא אבוי, בשם ר' יוסי בן נהוראי אמר: כתיב (ירמיה ל): ופקדתי על כל לוחציו, אפילו על גבאי צדקה חוץ משכר סופרים ומשנים שאינן נוטלין, אלא שכר בטלה בלבד, אבל שכר דבר אחד מן התורה אין כל בריה יכולה ליתן מתן שכרה.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 10, 2017 11:51 am

דיףף: דער זעלבער וועד ההורים (ההרים) זאלל אויך זעהן אז די הנהלת המוסדות זאללן א ביסל רעדוצירן פון די פוילע, היפאקריטישע שטיק מיט וואס זיי זענען זיך מתעסק לעצטנס. און ווייניגער צאפן דאס בלוט פון די שווער אויסגעהארעוועטע עלטערן. ווייל די מיוחסים ווי בנש"ק'לעך און גבירים זענען סייווי עקזעמפט פון די אלע משוגעת'ן. איך רעד פון ערשטהאנטיגע עקספיריענס. וואו ישיבות הקדושות האבן מעמיס געווען אומגעהויערע און זינלאזע שוועריגקייטן אויף די סתם עמך אידן. די רעיט-פעיערס. אבער די גבירים'לאך און די מקורבים צום הויף האבן זיך אפן אויסגעלאכט פון די אלע זאכן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13077
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8324 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג יולי 10, 2017 2:29 pm

אויך זאל די וועד שטעלן די תקנות
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

Re: איז שוין צייט צו גרינדען א וועד ההורים וואס זאל פארטרעטע

הודעהדורך גראף » מאנטאג יולי 10, 2017 3:21 pm

וואס געשעהנט אפטמאל נאך גרויס אויפברויז פון די עלטערן איז-אז מען ברענגט אריין א נייע מענעזשמענט און זיי גייען מאכן סדר מיט די הוצאות. דער ערשטע זאך מען שניידט דער פעי טשעקס פון די אפיס מיידל און מען פארשיקט די אנדערע צוויי ווייבלעך/מיידלעך. נעקסט נעמען די נייע אדמינס מיט זיין קרעמל א גאר גרויסע רעיז אזש אז דער אפיס ווייבל וואס טוט דער בוקקיפינג פארשטייט שוין פארוואס איהר טשעק האט פארלוירען וואג און איז שוין אנערעקסיק. און אזוי גייט עס אן ביז דער נעקסטע וועד קומט און נעמט איבער.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 654 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 468 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 10, 2017 4:12 pm

כ'פארשטיי נישט דיין טענה difficult (?), ביסט מודה אז די שכ"ל וואס מ'צאלט איז ווערט דאס געלט, און ס'איז נישט טייער. נאר וואס דען, דו שפירסט אז די מלמדים זענען נישט נהנה דערפון, אלזא, זאל פארמירט ווערן א וועד המלמדים פון אלע תתי"ם.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8436 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג יולי 10, 2017 4:26 pm

ענקער פירעכטס מאכט פארלירן טראסט. ע"פ געזעץ דארפמען ארוסגעבן יעדער פרוטה וואס גייט אריין אין ארויס, מגייט זיך נעמען אויף דעם סגייט ווערען דיפפ
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג יולי 11, 2017 12:37 am

diff האט געשריבן: מגייט זיך נעמען אויף דעם סגייט ווערען דיוופעפע
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2258
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1793 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1766 מאל

הודעהדורך diff » דינסטאג יולי 11, 2017 5:47 am

וואס
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך א איד » דינסטאג יולי 11, 2017 10:01 am

איינע פון די סיבות פארוואס די מוסדות רוקן ארויף די שכר לימוד, איז ווייל די רעגירונגס פראגראמען ווערן געשניטן צו א מינימום.
נו וואס זאלן די מוסדות טוהן?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

הודעהדורך diff » דינסטאג יולי 11, 2017 10:15 am

מוויל זיך נישט אפגעוויינען פון די זאטע יארן. דארפען די עלטערען עס אפשטעלען. וויזו'ס געווען אין אונזערע צייטן
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

הודעהדורך diff » דינסטאג יולי 11, 2017 11:09 am

די סיבה מחנכים זענען געגן קאמפיוטער ווייל מקען בעסער לערנען פונם קאמפיוטער ווי פון זיי
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 5 געסט