פלעטבוש גירל שטעלט זיך פאר אירע רעכטן.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2050
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

פלעטבוש גירל שטעלט זיך פאר אירע רעכטן.

שליחה דורך קל וחומר »

פלעטבוש גירל איז א יונג ווייבל וואס וואוינט אין פלעטבוש און רופט זיך מיט דעם נאמען אויף איר אינסטעגרעם קאנטע וואס פארמאגט אריבער פינף אין צוואנציג טויזענט נאכפאלגער. זי איז ברייט באקאנט פאר איר הומאר און קליפס וואס זי שטעלט ארויס מזמן לזמן ווי אויך האט זי געווענליך פון די מערסטע אינסטעלייוו וויוס.
זי איז א פרוי וואס שרעקט זיך נישט פאר קיין סיסטעם, זי גלייכט פובליציטעט און שעמט זיך נישט מיט שטופן די גבולים.
הגם וואס אירע מעשים קענען צומאל ארויסרופן קאנטראווערסיע און פארדאמונג פאר געוויסע אין אירע צירקלען, באקומט זי אבער די פולע שטיצע פון אירע עלטערן, מאן, שווער-שוויגער אויף אירע טאטן.

לעצטענס האט זי געוואלט אריינלייגן א בילד פון זיך מיט א מאן אין א רעקלאמע אין די פלעטבושער שאפינג אויסגאבע פאר אן עסקנות וואס זיי האבן געטוהן צוזאמען, ווען זי איז אנגעזאגט געווארן אז זיי קענען נישט אריינלייגן איר פנים נאר אויב ס'איז גע'בלור'ט (אומקלאר) האט זי אנשטאט ארויפגעלייגט א גרויסן עמאודשי וואס קיילעכט זיך פאר געלעכטער אויף איר פנים, און געברענגט דערמיט אויפמערזאמקייט אויף דאס וואס די היימישע אויגאבעס פארשוועכן די אידישע טעכטער מיטן נישט לאזן קיין געהעריגע בילדער פון זיי.

אין א לעצטיגן פאוסט אויף איר אינסטעגרעם טענה'ט זי אז דאס נישט אריינלאזן קיין בילדער פון פרויען איז א זאך וואס האט זיך אנגעהויבן אומגעפער צוואנציג יאר צוריק ווען רעדאקטער זענען געווען פויל צו אוועקשטעלן גיידליינס פאר צניעות וואס מעג יא אריינגיין און וואס נישט, און גענצליך פארשלאסן דעם פרוי פון פארעפענטליכקייט.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר