בלאט 1 פון 1

מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

נשלח: פרייטאג יולי 14, 2017 6:34 pm
דורך shtriemel
ביז נישט לאנג צוריק האט די גאנצע וועלט געוויסט אז מען צוטיילט די וועלט אין צווי: זכר ונקבה ברא אותם. ווי אזוי האט מען מחליט געווען ווער איז וואס? נו, שטייט דאך, וראיתן על האבנים, אם בן הוא... די פראבלעים איז געווארען ווען מען האט נישט געקענט וויסען. אין אונזער מקורות רופט זיך עס טומטום/אנדרגינוס. אינטערסעקס בלע"ז.

אין די לעצטע תקופה, זייט מאדערנע מעדעצין איז באשאפען געווארען, פלעגט מען מחליט זיין צוזאמען מיט די דאקטער וואס מען גייט מאכען, א ברית אדער א קידוש. פארשטייט זיך, ווי מער פלאסטיק סורדזשערי האט זיך פארגעשריטען האבען זיי מער מצליח געווען צאמשטעלען דאס נייגעבורען צום צוגעצייכענטע דשענדער.

אפאר יאר צוריק האט א קבוצה פון אזעלכע קינדער זיך צוזאמען גענומען אין א גרופ מיט א גרויסע טענה: מען האט אסאך פון זיי אסיינד די ראנג דזשענדער (assigned the wrong gender). היינט איז זייער גרינג נאכצוקוקען דשענעטיקלי צו א מענטש האט xx כרומאזאמס אדער xy. איעדער בריה באשטייט פון סעלס, אינערווייניג פין איעדער מענטש'ס סעל (וכן רוב חיות, און געציילטע געוויקסען) אויך איז דא צוויי כראמאזאמס וואס ביי נקבות קוקט עס אויס ווי XX און זכרים האבען איין X אבער די צווייטע קוקט אויס ווי א Y. ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט האבען אסאך פין די קינדער, וואס זיינען שוין היינט אונטערגעוואקסען, אלע יארען געשפירט אז זיי געהערען נישט צי דעם דזשענדער וואס די דאקטער האט באשלאסען פאר זיי. זייערע עיקר טענה איז אז מען זאל נישט פאטשקענען מיט קליינע קינדער פאר זיי קענען אליין מאכען די החלטה. פאר מער פרטים, אין פערסאנעל געשיכטעס זעה דעם לינק:
https://interactadvocates.org

נאך א אינטרעסאנע זאך קען געשעהן, וואס ביז גאר לעצטענס האט מען עס נישט פארשטאנען. עס איז דא אמאל א מיידל וואס ביי ארום די 16 לויפט מען צו דאקטורים און מומחים פארוואס איז נאך נישט דא סימני בגרות אין מיט א פשוט'ע טעסט שטעלט זיך אויס אז גענעטיקאלי איז זי אן ער! די XY איז אביסעלע אופגעהאקט ביי די שפיץ, ליטעראלי. פאר דאס געוויקס פין דאס קינד מאכט עס נישט אויס נאר פאר קענען ממשיך זיין דורות שטעלט זיך די פראבלעים ווייל די חלק פין די Y וואס פעלט זיינען די סעלס וואס זיינען באשטימט צי מאכען די איברים וואס מען דארף דערפאר. עס מאכט זיך אויך אמאל XX מענער אין נאך פארשידענע אינטרעסאנטע דשענדער קאמבינעשענס. עס איז אויך פארהאן מענטשען מיט AIS סינדראם, זיי קוקען אויס ווי ווייבער, אלע סימני בגרות, אבער גענעטיקלי א זכר. (לכאורה איז דאס איינער פון די זאכען וואס די גמרא רופט מיט'ן שם הכולל 'איילונית'.)

ביי די היימישער עולם איז די ענין פון האבען קינדער איינער פון די יסודות וואס מען לאזט זיך קאסטען ממון ודמים. כאפט א שמיעס מיט די עסקנים, עס איז נבהל ונשתומם צי ווערען וויפיל גענעטיקס איז דא אינוואלווד. מען שאצט אז אנדערטהאלבען פערצענט פון מענטשען אויף די וועלט האבען אזא קאנדישען, און פון אן עסקן בנושא האב איך געהערט אז ביי אשכנזישער אידען איז די נומער גרעסער. קומט אויס אז ס'דא מער אינטערסעקס מענטשען ווי רויט האריגע קעפ!

אמאליגע צייטען האבען אזעלכע מענטשען נישט געקענט האבען קיין קינדער, און וויבאלד די סמני בגרות האבען זיך נישט געהעריג דעוועלאפט קען עס ווערען קענסערעס מיט די יארען. אויך האבען אזעלכע מענטשען שטארק געליטען פון מחלות משונות ווייל די אברים וגידים וואס קאנטאלירען הארמאנען זיינען דאך נישט אין ארדענונג. היינטיגע צייטען קענען רוב פין די געטראפענע יא האבען קינדער דארך פארשידענע אופנים - הלכה'דיג איז דא חילוקי דעות ואכמ"ל. און פאר הארמאנען גייט מען צי א ספעציאליסט און מען ארבייט אויס א מעדעצינישע קאקטעיל לפי הצורך. די וואס האבען איבעריגע חלקים vestiges בלע"ז קען מען עס ארויסנעמען סערדשיקאלי.

יעצט, שטעל זיך אריין אין די שיך פון אן כמעט-ערוואקסענע מיידעל וואס די דאקטער פארציילט איר אז זי האט יינגלישע גענעטיקס אבער מע'קען מיט מעדעצינען געבען סימני בגרות. שטעלט ענק פאר אז זי באקומט א טשויס, זי האט איר אייגענע בחירה אויב זי וויל נעמען מענערישע הארמאנס אדער ווייבערישע. פין איין זייט קען מען קוקען אויפען אויסקוק "קוקסט אויס ווי א מיידעל, זיי א מיידעל". פון דער אנדערע זייט אפשר האט זי אלע יארן זיך געשפירט ווי א אינגעל אין יעצט קען עס מקויים ווערען? גאר א דריטע קען טענה'ן אז זיי ווילען בלייבען אזוי ווי זיי זענען געבוירען. "טויש מיך נישט". ס'שווער זיך צו דינגען מיט די טענה, לדעתי. וואס פאר א רעכט האט איינער יענעם איינטיילען אין אזעלעכע הייקעלע דיני נפשות?

וואס וואלט איר גענטפערט פאר די נארוואס-חתונה-געהאט-אידענע מיט גרויסע סימני בגרות, יפה כחמה, ברה כלבנה, אבער זאגט איר נייע מאן בשתיקה אז זי שפירט זיך בעסער אלס אינגערמאן, אז זי פילט כאילו א מאנ'ס גוף אינסייד א פרויערישע? אין וואס וואלט איר גענטפערט דריי יאר נאכדעם ווען דאקטורים כאפן זיך אז זי האט AIS סינדראם?

למעשה, היינטיגע טעג, ווען אונזער לאנד האט נישט קיין גרעסערע דאגה נאר אין וועלכע ביהכ"ס מען מעג גיין דארף מען דן זיין וואס די הלכה איז מיט אן אינטערסעקס היומען. ווי אזוי איז מען מחליט? מקען פארשטיין א פרוי מיט XY מענער דשענעטיקס וואס שפירט זיך בעסער צי איידענטיפייען אלס מאן. וואס איז אבער מיט א פרוי מיט פרויען גענעטיקס, א געהעריגע XX, וואס פילט זיך פאר א מאן?

מקען זיך דינגען אויף דעם לעצטען דוגמה. יש אומרים "ס'נישט דא אזא זאך" "זי איז משוגע ווי די לבנה" וכדו'. אבער אז אזויפיל מענטשען טענה'ן אז זיי שפירען זיך אנדעריש ווי זיי קוקען אויס אולי יש דברים בגוי? דעס אז לא ראינו 'אז דער מוח האט אויך א קאמפאנענט וואס טוט רעגיולעיטען (regulating בלע"ז) וואס מאכט פילען מאן אדער פרוי' אינו ראיה. בכלל, אונז האבען דאך אויגען, מיר קענען אליין זען, די פנים פון א פרוי איז געווענטליך אנדעריש פון א מאן. אבער יוצא מן הכלל'ס זענען דא אין די מאסען. די אנדרוגיניס מאדעל טייפ וואס די מאדע ביזנעס (fashion industry) האט זיך פארליבט אין איז נאר איין דוגמה. זיי זאגען אז א גרויסע פראצענט פין די מאדעלס זיינען טאקע מענטשען מיט די אויבענדערמאנטער גענעטיקס.

ידידי ר' שבת האט געברענגט א געוואלדיגע דוגמא. ביז נישט לאנג צוריק פלעגען ביי אסאך משפחות צווינגען געלינקטע קינדער צי שרייבען מיט די רעכטע האנט. נישט נאר ביי אונז מטעמי תפילין נאר אויך אין מזרח אייראפע ועוד. שטעלטס ענק פאר 50 יאר צוריק פאר ס'געווען ידוע אז א געלינקטער'ס מוח איז פשוט געשפיגעלט פין רעכטס אויף לינקס ווי עס איז ביי די גערעכטער, אין דאס קינד אונזער טענה'ט "איך פיהל ווי א געלינקטער".

"ס'נישט דא אזא זאך" זאגט מען איהם,אין אמת'ן וואלט איך אים אויך נישט פארשטאנען. וואס הייסט, איך דארף מיר פיהלען ווי א גערעכטע יעצט? למעשה פיהל איך מיר נישט ווי קיין איינס. איך שרייב און נוץ מיין רעכטע האנט. תפילין האב איך געלייגט אויף די לינקע האנט. סימפעל: איך פיהל מיר נישט א גערעכטער און נישט א געלינקטע!

אבער עס איז נישט אזוי שווער צו דערהערען א מענטש וואס אידענטיפייעד זיך אלס געלינקטער אויב מ'מאכט טאקע אזא עסק דערפין. טאקע היינט, ווען איעדער שרייבט ווי ס'קומט עם, איז שווער אפילו פאר א געלינקטע צו פארשטיין מה כל הרעש! אנשטאטס אויסצוהיילען דעם געלינקטער האט מען עס געמאכט אויס מחלה און שלום על ישראל. (די זעלבע טרענד געשעהט יעצט מיט די אחור-לא-ישוב-ריקם'ניקס. מען מאכט עס אקסעפטעט ובא לציון גואל).

ווען איך זאג עס פאר אן אלטע מלמד מיינס וואס האט געדרייט אין קאפ פאר עטליכע תלמידים מיט די רעכט לינקס קוקט ער מיר אן ווי תלמיד שסרח. קען זיין אז אפאר פון די ליינער דא וועלען אויך אזוי טראכטען אויף די איידיע. אבער זאגען דארפען מיר נאך אלס - וקושטא קאי.

אין שוועדיע האבען זיי אין שולעס ארויסגענומען פין לעקסיקאן ער זי וכד'. די קינדער רופען אלעמען הען. אסאך אלטע קולטורען האבען געהאט א דריטער מין. פעיסבוק האט איבער 50. ומלאה הארץ דעה איז דאך משיח'ס צייטען אליין. וגר זאב עם כבש. Live and let live בלע"ז

יעצט צום נושא הקעפעל.
לו יצוייר אז מרת שטיין נעמט א גענעטיק טעסט אין ווערט געוואר אז אן XX - גענעטיקלי א פרוי - קען אויך האבען א לאנגער בארד, אויפשטעלען א שטוב. וכבר היה לעולמים. נו, ריבונו של עולם פארוואס האט מען איר נעבעך געצאפט דאס בלוט? זיך צו צווינגען צו לעבען ווי א מאן איז דאך גיהנום (איך קען נישט גלייבען אז איך וואלט הנאה געהאט צי דארפען לעבען ווי א פרוי, סא, ס'נישט שווער זיך אריינצולייגען אין איר שיך).

און וואס אויב די טעסט ווייזט אז זי איז טאקע גענעטיקאלי XY?

לאור אלעס פון פריער וואלט איך שטארק חושש געווען פון די בוחן כליות ולב. מאן יימר ווי אזוי די מוח ארבייט? צו חוץ פון די דרויסענדיגע סימנים איז דא נאך עפעס ווייסט מען שוין היינט קלאר אז יא XY/XX - מיר ווייסען קלאר אז סימנים חיצוניים זיינען נישט אייביג קיין סימן אויף די גענעטיקס. איז דא נאך עפעס א זאך אין מוח וואס קאנטאלירט ווי אזוי מ'שפירט? קיינער ווייסט נישט זיכער. וואס איז יא זיכער איז אז טויזענטער יאר האבען מענטשען זיך אויפגעפירט כאילו די ענטפער איז יא. ואע"פ שאין ראיה לדבר, לא ילבש גבר שמלת אשה איז א גוטע זכר לדבר אז בעת מתן תורה איז דאס שוין געווען אן אישו, על כל פנים ביי שכנים. ועי"ש ברבינו א''ע.

פארשטייט זיך אז הלכה'דיג איז שוין א גאנצע מדובר. איך וויל נישט אריינגיין אין דעם ווייל ולא תשא עליו חטא שטייט מיר פאר די אויגען. אבער מענטשליכקייט? זי קען דאך ליינען די רשעותדיגע תגובות און אראפלאזען א טרער צום באשעפער. ומה נענה בתריה? אהבת ישראל איז נישט נאר א וויזניצער איינפאל, זה כלל גדול בתורה.

אינטרעסאנטע לינקס צו מקורות איך האב מיר באנוצט נאכצוקוקען די נושא:
https://en.wikipedia.org/wiki/Third_gender
https://www.interfaceproject.org/stories
https://en.wikipedia.org/wiki/Androgen_ ... y_syndrome
https://en.wikipedia.org/wiki/Red_hair
http://oii-usa.org/2563/how-common-is-i ... -in-humans
https://www.theatlantic.com/health/arch ... ren/373536
https://en.wikipedia.org/wiki/Gonadal_dysgenesis
https://en.wikipedia.org/wiki/Gender_in ... nd_Swedish
http://www.newsweek.com/gender-neutral- ... ool-617413
https://en.wikipedia.org/wiki/Disorders ... evelopment