בלאט 1 פון 1

די טראגעדיע פון מלכי קליין הי"ד

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2017 11:45 am
דורך קרעקער
מלכי קליין איז א קינד פון א העכסט נארמאלע שטוב,א טאטע מיט געלט א שטיק געשמאקייט, וואס האט אויכ געמיינט (ווי רוב פון אונז מיינען) אז ביי מיר גייט עס נישט פאסירען, איך האב א נארמאלע הויז, איך בין סוקסעספול...... אבער ליידער איז זי אוועק פון אווערדאוז מיט אפאהר וואכען ציריק

ספאהרט ארום א קליפ פון איר טאטע וואס דערציילט אירע מיטמאכענישען, און ווי די סקולס און פרינצעפעלס האבען איר געווארפען ווי א שמאטע

ביי אונזער עולם איז דא א עטיטוד צו געבען א מורמעל אונטער "זי האט זיך אווערדאוזט און יעצט קומט ער בלעימען דעם סיסטעם, כאילו אונז זעמיר שילדיג אין זיינע צרות"

אזוי ווי איר טאטע אליינס באהאלט עס נישט און איז ארויסגעקומען אפען דערמיט טרוי איך מעך עס צו ברענגען דא אלס שמועס צי דעבאטירען איר מעשה,

און באמת איז דעס א מעשה פון אזויפיל משפחות און קינדער וואס מאכען עס ליידער מיט ערשהאנטיג און ליידען יסורי איוב זיך דארפענדיג פארמעסטען מיט אזא רשעותדיגע סיסטעם

און אויכ וואס אונז קענען טוהן צו דעם,