אוי מה היה לנו - תשעה באב 2.0

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2513
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 5049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3289 מאל

אוי מה היה לנו - תשעה באב 2.0

שליחה דורך יין שרף »

[justify]מי האיש החכם ויבין את זאת ואשר דיבר פי ה' אליו ויגידה על מה אבדה הארץ נצתה כמדבר מבלי עובר.

ויאמר ה' על עוזבם את תורתי אשר נתתי לפניהם ולא שמעו בקולי ולא הלכו בה.

וילכו אחרי שרירות לבם ואחרי הבעלים אשר למדום אבותם. לכן כה אמר ה' צבקות אלקי ישראל הנני מאכילם את העם הזה לענה וגו'.

כה אמר ה' אל יתהלל חכם בחכמתו הגיבור בגבורתו ואל יתהלל עשיר בעשרו, כי אם בזאת יתהלל המתהלל השכל וידוע אותי כי אני ה' עושה חסד משפט וצדקה בארץ כי באלה חפצתי נאום ה'.


אויב איז געווען עוזבם תורתי, א חכם פעלט זיך דען אויס צו וויסן על מה אבדה?? האבן זיי צו דען נישט אליין געוואוסט לא שמעו בקולי?? לא הלכו בה??


שוין ווידער, נאך א יאר במחשכים הושיבני, סמוך לקרקע, אחו"ר וקדם צערתנ"י בבכיתי בלילה, נאר דאס מאל זענען מיר אליין די חורבן!
יא מען לערנט תורה, אבער עוזבם את תורתי. מען היט שבת, אבער לא שמעו את קולי איז נאך אלץ. אונז האב מיר זיך מחליט געווען א תורה, מכתיר געווען א גאט.
ובתורתו יהגה אבער תורת ה' איז נישט חפצו.
אונז האבן מאדיפיי"ד אידישקייט פונקט ווי די רעפארמער, און תורה, ווי די בייבל.

מען ווייסט טאקע נישט על מה אבדה הארץ. אזא שיינע דור, נאך קיינמאל געווען אזאנס. מי האיש החכם ויבין את זאת!
קומט השם יתברך אונז זאגן, על מה עשה ה' ככה? על עוזבם את תורתי! לא שמעו בקולי! לא הלכו בה!
וילכו אחרי שרירות לבם! עטץ האטס ענק געמאכט אן אייגן רעליגיע! אן אייגן אידישקייט! עסט עס אליינס אויף. הנני מאכילם את העם הזה לענה.
ההמיר גוי את אלהים? ועמי המיר כבודו בלוא יועיל!

ווי א יאר גייט פארביי, פארשטייט מען דאס אזוי פיל מאל בעסער ווען אין לך יום אשר לא הוסיפו לחטוא לפניו בדבר הזה, אלע רשעות אריינלייגן אין רעליגיע. אין אידישקייט. אין די תורה.
אנשטאט א לב חדש לשורר שיר חדש, אספוד בכל שנה ושנה מספד חדש, אוי מה היה לנו.
מה מצאו אבותיכם בי עול כי רחקו מעלי?? וילכו אחרי ההבל ויהבלו!

אויב אין די נאמען גאט קען מען פארווארפן בחורים און מיידלעך. איז עס נישט גאט!
אויב אין די נאמען פון די תורה קען מען מחפה זיין אויף חטאים און זנות. איז עס נישט מיין תורה!
אויב אין די נאמען אידישקייט קען מען צוברעכען משפחות, איז עס נישט אידישקייט!
אויב שבת טייטש שטריימל און איד מיינט אלע אויסקוקן די זעלבע, בני ישראל למה לי!
אויב קאנטרי איז אידישקייט און שייטלעך גויאיש, דאן עם חפשי נהיינה!
אויב קדושה מיינט דאסטער און טהרה מיינט ר"ת'ס דאן לא תהיה קדישה!
ידי נשים רחמניות בשלו ילדיהם, ווען עלטערן וואס פון גרויס "רחמנות" ווילן נישט קענען אייגענע קינדער! בשלו ילדיהן! לאזן אויפ'ן גאס! אווער דאזען! סועסייד!
אז א קינד איז נישט C/P פון וואס די עלטערן האבן זיך אויסגע'משל'ט ארבעים יום קודם יצירת הולד, דמו נפקרו!
ווען על פי דרכו האט עקספייער"ד, און חנוך לנער איז על פי עצמו. און אויב איז מען נישט קיין סוקסעספולער "נחת מאשין" דאן יתומים היינו ואין אב.
זכר נא עמי ווען מוסדות איז געווען פאר קינדער און חיוב חינוך אויף די טאטע, היינט איז ביידע פאר רבנים אויפן קאפ פון די עלטערן.
פון תקנת בן גמלא ביז היינט ווען מען ווארפט פון דארט כסוסים וחמורים, זענען מיר געבליבן א כחמר גמל.
היו צריה לראש. און זיי גייען אונז תורה לערנען? דיין וועג ווייזן? ווען שו"ע איז פאר גרים און חומש פאר קינדער,
דאן איז זנות פאר שיינע אידן און מחפיה רבנן. רשעות פאר מנהלים און טפשות פאר קהילות.
כנגד כסא הכבוד צלם המליכו ונס אם בחוקותי תלכו.
ידכם דמים מלאו!!
ווי זאגט נאר דער רבי נ"ע? גלות מצרים האט זיך אנגעפאנגען דורך ראובן פאסטן פאר זיינע חטאים אין די צייט וואס זיין ברודער יוסף האט מען פארקויפט!

גאט שרייט צו אונז איכה תפארתי! אבער מראשותי השליכו.
זאגט אונז דער נביא מוסר, אל יתהלל חכם בחכמתו! הערט שוין אויף! נאר מיט דעם השכל וידוע אותי! באקענט אייך מיט גאט! די אויטענטישע גאט!
כי אני ה' עושה חסד משפט וצדקה בארץ, כי באלה חפצתי נאום ה'! נאר דאס וויל איך. אלע אנדערע רשעות האט מיט מיר קיין שייכות. עס איז נישט מיין תורה, און נישט מיר.

גלתה יהודה מעוני, ואין עני אלא בדעת.

[left]ראה ה' את עניי, אוי! אין לי מנחם.[/left][/justify]
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר