שחיטה 2017 סטייל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3684 מאל

שחיטה 2017 סטייל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

די גמ' אין מסכת שבת דף קנ"ו עא רעדט ארום פון מזלות און וואס א שייכות ס'האט מיטן מענטש, אז אין די מזל וואס דע מענטש איז געבוירן האט א דירעקטע השפעה אויפן מענטש איינע פון די מזלות וואס די גמ' רעכענט אויס איז מאדים, אז ווער ס'געבוירן אין מזל מאדים האט א נטי' טבעית צו בלוט, און די גמ' רעכענט אויס וואס אזא איינער קען אויפוואקסען, א שוחט, מוהל, מקיז דם, אדער א רוצח  די גמ' זאגט דארט ווייטער אז רבה האט געזאגט אויף זיך אז ער איז אויך געבוירן אין מזל מאדים און ער איז נישט קיין רוצח, האט אביי גענטפערט אז וויבאלד ער איז מעניש , מלקות אדער מיתה פאר דע וואס פאלגן נישט ב"ד פירט ער עס אויס אויף אזא אופן.


 וואס מ'זעהט אבער פון דע גמ' אז די וועלט איז צוזאמען געשטעלט פון אלע מיני מענטשן מיט אלע מיני תאוות און נטיית, און בעצם איז עס בלויז נאטור און ס'גארנישט ראנג אויב איינער איז געבוירן אין למשל, מזל מאדים אזא איינער מוז נישט זיין קיין רוצח ער קען עס אויסניצן אויף א כשר'ע אויפן ווי מ'זעהט פון רבה. און יעדע מזל וואס דע גמ' רעכענט אויס האט גוטע און שלעכטע זאכן עיי"ש.


איז אבער אייביג דא געוויסע מענטשן וואס וואלטן קיינמאל נישט ג'הרגט א צווייטן ח"ו אבער האבן אין זיך פארט דעם נטיי' צו רציחה, און קיין שוחט, מוהל, ווילן זיי אויך נישט ווערן ווייל ס'פאסט זיי נישט, ס'שלא לפי כבודם, א שוחט?? מ'העט עם פארשן און נאכקוקן זיין עבר (ווי @ליטוואק פון בודאפעסט, לייגט עס אראפ מער באריכות ווי אזוי ס'גייט צו די חקירות ודרישות ווען איינער וויל ווערן א שוחט, אין די זיסע כאלעפטשע אשכול עיי"ש ותמצא נחת) וואס פעלט עם אויס דורך צו גיין דעם גאנצען גיהנום, אדער אמאל איז דא איינער וואס איז נאך א מפונק אויך, האט מורא אז זיין שיך וועט ווערן בלוטיג, אדער אז ס'עט שפריצן בלוט אויף זיין לאנגע צוקניפטע בארד. איז געווארן אזא אכשרא דרא און דע מאדים חברה זענען אפיר געקומען מיט א נייע מער מאדערענע, ריינע, געדאנק אז מ'קען שחט'ן אהנע דעם אז ס'זאל שפריצן פאקטישע בלוט, אהנע דעם אז מ'זאל שמוציג ווערן. אדער צו ווערן א רוצח אהנע דעם וואס מ'זאל  חס וחלילה אנגערופן ווערן א רוצח, און ס'זאל שאטן פארן גאנצע משפחה אזא מיעסע שם. אדער גאר ווערן א מקיז דם, א בלוט צאפער, אהן מאכן פיזישע שניטן אין יענעמס האנט.


 מ'עפענט אויף יעשיבעס נאר למעציונים ממש פאר די דיאמאנטן פונעם דור, און מ'אדווערטייזט עס אין אלע צייטונגן, מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות "ס'עפענט זיך אויף א יעשיבע למצויינים פארן קומענדיגן זמן פאר גאר אויסגעצייכענטע בחורים, ס'שוין ממש נישטא קיין פלאץ" און הינטערן טיש ארבייטן זיי ארויס צו שלעפן בחורים פון מוסדות ווי ס'דא א געמיש מכל המינים, אזוי ווי ס'דארף זיין, שוואכערע, מיטעלע און מצויינים, און זיי ציען ארויס די מצויינים אזוי אז די מיטעלע הייבן אויך אן ארויס צו גיין און זיי בלייבן איבער מיט אביסעל מיטעלע דע וואס האבן נישט געהאט די זכי' אריין צן גיין און ווערן אנגענומען ביי די מזל מאדים חברה, און אויך דע איבעריגע שוואכערע, און קיין קנאת סופרים איז שוין נישטא קיין סאך אין דע ישיבות, און אזוי פארט א קייט.


דע קליינע מצויינים ישיבות ווערן גרעסער אין צאל, און ווי גרעסער ס'ווערט אלץ מער אפליקאציעס קומען אריין און צו יעדע הונדערט אפליקאציס ווערן נאר אנגענומען צען אויס ג'קוועטשטערהייט מיט כל מיני פראטעקציעס, כ'ווייס פון א ישיבה וואס האבן געהאט קרוב צו צוויי הונדערט אפליקאציעס און נישט מער ווי קרוב צו פופצען זענען אנגענומען געווארן. 


דא קומען אריין דע מזל מאדים חברה און שארפן אויס זייערע חלפים און מאכן פרייליכערהייט אן על השחיטה און מ'נעמט זיך צו דער ארבייט מ'זיפט דורך די אפליקאציעס, מיט גראבע מענגעלע פינגערס, דער גייט רעכטס און דער גייט לינקס. און אזוי איז מען פארנומען פאר א שיינע פאר חדשים אין יאר, אמאל באשטייט די מזל מאדים חברה פון סתם ביליג באצאלטע ארבייטערס וואס זענען זיך מחי' צו טוהן די הייליגע ארבייט, איז דע ישיבע מער סאפיסטיקירט באשטייט עס פון א וועד ההור(ג)ים וואס זיי דע הויך געשעצטע טאטעס וואס זיצן על סיר הבשר מאכן אפ דעם עתיד פון יענעמס קינד צו דארף ער/זי גיין רעכט צום צוואנגס ארבייט, דינען לטובת הישיבה, כדי די ראשי שיבות זאלען הייסן זייער בכבוד'יג, כדי די אלע עסקנישע טאטעס וואס ארבייטן צוזאמען מיטדי ראשעשיבעס מיט א שמור לי ואשמור לך בונד זאלן קענען פרעסען דעם כבוד מיט אן הלעיטני נא מן הכבוד האדום הזה. אדער גיין לינקס און ווערן בזוי ומבוזה. און נאכדעם איז דא טאטעס וואס ווארענען די ישיבות, אז אויב נעמסטו אריין יענעם בחור נעם איך ארויס מיין בחור, און פאר יענע ישיבה איז סאך וויכטיגער צו האלטן דעם טריליאנער'ס א זוהן ווי איידער יענעם'ס ווייל ער אידאך פארט פונעם שמור לי ואשמור לך.


פיינעלי נאך אפאר חדשים (שווערע) גרינגע געשמאקע ארבייט האט מען שוין א פול פיקטשער ווער ס'ווערט אנגענומען און ווער נישט. נאכדעם האט מען א זכי, יא זכי' פשוטו כמשמעו, (ווייל בעצם איז דע ישיבע מיר גארנישט שילדיג, ווייל דע גאנצע סיבה פארוואס ער האט געפענט דע ישיבע איז נאר ווייל ער האט געוואלט מאכן א נחת רוח פאר גאט במילא איז עס א זכי' אז זיי מאכן זיך בכלל וויסענדיג) צו באקומען א נתקבל/לא נתקבל. דער וואסי נתקפל געווארן מוז באקומען אויף פאסט ווייל ער גייט באשיינען די ישיבע, און דער לא נתקבל וואלט ווען לעולם נישט געדארפט באקומען גארנישט אויף פאסט, ווייל וואס האבעך מיט דיר, גיי הענגט דיך אויף, אויף א ציקער שטריק, נאר וואזשע דען, די חברה שוחטים, און מקיזי דם מוזן דאך זיין פארנומען נאכדעם אויך, איז דא הייבט זיך אן דע צווייטע חלק פונעם דזשאב, דע שלימזלדיגע לא נתקבל'ך הייבן אן אריינצורופן די ישיבות לאזן בעטענדיגע מעסעדזשעס, מ'זאל רחמנות האבן אויף זיי, און שטייטסעך דע רחמנים אויף דע אנדערע זייט טרייבל הערן צו מיט געשמאק ווי די חברה בעטן זיך, און ס'בלייבט ביי דעם,  צוריק רופן, נישטא אזא זאך, הייבן זיי אן נאכצולויפן אויפן גאס, אפווארטן יענעם אויפן וועג אהיים, און כל מיני וועגן וויזוי צו טרעפן יענעם און וויינען בתחנונים, אבער זיי שטייען מיט די גרעסטע מאס אכזריות, און אפשר אפילו צווישען פיר אויגן לאכן זיי נאך אפ פון יענעמס צרות. און אויב א מאמע רופט נאך אריין איז גאר גוטע מטעמים פאר יענע חברה.


אזוי איז איבערגעדרייט געווארן די וועלט, דער שוחט איז דער וואס מאכט חקירות ודרישות אויף יענעם, דער שוחט איז דער וואס איז מחליט צו מ'זאל אהנעמען דעם אדער יענעם, און ס'איז א פרנסה נקי' וקלה, קיין פיזישע בלוט שפריצט מער נישט אינעם בארד אריין, מ'דארף מער נישט האלטן יענעמס האנד און עס נאכדעם פארבאנדיזשירן, און דערצו הייסט מען נאך א שיינער איד, יעדער אין בית המדרש לויפט זיי נאך, באקומען דעם מזרח וואנט ווי זיי גייען, שענסטע כיבודים, גרויסע מז"ט אין אידישע צייטונגען, א בחינה פון הרצחת וגם ירשת.


אויב מיינט דא איינער אז כ'בין מגזם איין ווארט, לעבט עטס נישט אין ריאליטי, רעדסט מיט די מענטשן וואס האבן, און מאכן עס מיט מידי שנה בשנה, און דע מצב ווערט נישט בעסער, אויב טוישט זיך עס ווערט עס נאר ערגער. ס'פארט יעצט ארום אן אינטעריוויו פון א אנגעווייטאגטע טאטע וואס האט פארלוירן א טאכטער ס'איז פשוט הארצרייסענד עס נאר אויסצוהערן, ליידער איז דא מער ווי איין אזא מעשה. דע גאס איז נעבעך פיל מיט קינדער, בחורים וגם בתולות וואס דרייען זיך ליידיג ווייל זיי זענען נישט גענוג שטיקי צו קענען אריין גיין אין מוסדות, און ווער ווייסט מיט וואס און וואו אזעלעכע פעלער ענדיגן זיך, כ'ווייס פערזענליך פון פעלער, וואס ס'גארנישט ראנג מיט די בחורים אדער מיידלעך.


שוין, ס'תשעה באב היינט, כ'האב שוין נישט געדולד צו טייפן אזוי פיל.

כ'האף אז דע וועלט וועט זיך צוריק איבערדרייען און ווערן נארמאל בקרוב ממש בלי שום צער ונזק לשארית הפליטה.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר