בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:

הודעהדורך shtriemel » זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:54 pm

א. לויט די פאלגענדע ניו יארק טיימס ארטיקעל זענען דא אין ניו יורק סיטי ארום 330,000 היימישער אידען. פאר די פאלגענדיגע חשבון האב איך גענוצט אן ערך פון 500,000 נפשות אשר לא כרעו לבעל אין די טריי סטעיט אעריע.

ב. לויט מערערע פארשער האבען זיך די פרומער אידען געטאפעלט איעדער 20-17 יאר (דאכט זיך אז ביי די גאר היימישער מוסדות זאגען זיי אז די ציפער איז איעדער 16 יאר.

ג. שנת ששת אלפים למספרנו, ולמספרם שנת 2250 איז 233 יאר פון יעצט. אויב ח"ו איז משיח נאך נישט דא חודש אלול תתקצ"ט קענען מיר מאכען די פאלגענדיגע חשבון זייער פשוט:

שנת 2034 =א מיליאן אידען קע"ה
שנת 2051 =2 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2068 =4 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2085 =8 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2102 =16 מיליאן אידען קע"ה
ביי די יאר וועלען שוין אלע מיטייליגע דא זיין איבער 100 יאר.

שנת 2119 =32 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2136 = 64 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2153 =128 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2170 =256 מיליאן אידען קע"ה
אונז קענען שוין אריינוועלען אונזער אייגענער טראמפ אלס רשכבה"ג אונ'ם ווייסען הויז.

שנת 2187 =512 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2204 =1 ביליאן אידען קע"ה
שנת 2221 =2 ביליאן אידען קע"ה
שנת 2238 =4 ביליאן אידען קע"ה

שנת ששת אלפים לויט די חשבון וועלען זיין דא 6 ביליאן נאר אמעריקאנער. לייג צו די אירופעישער/ישראלים און די היימישער פרומער עולם זענען צום ווייניגסטען 12 ביליאן סטראנג. מער מענטשען ווי עס איז דא היינט און די גאנצע וועלט!!!

-----
מראה מקומות:

https://www.nytimes.com/2017/08/02/nyre ... ersey.html
http://www.nytimes.com/2012/06/12/nyreg ... again.html
http://www.zetterberg.org/Lectures/l96bTab/doubling.htm -
http://disinfo.com/2015/08/world-popula ... echnology/
http://www.un.org/esa/population/public ... report.pdf
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך shtriemel אום מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:50 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך ליפא » זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:57 pm

מילער און קרויס וועלן נישט קענען אניאגן
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2063
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

הודעהדורך shtriemel » זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:00 pm

ליפא האט געשריבן:מילער און קרויס וועלן נישט קענען אניאגן


הלוואי איז דאס אונזער איינציגער פראבלעים. איך גלייב נישט אז בין די איינציגסטער וואס האלט אז עס קען נישט געשען.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:05 pm

א ווירטואלער @shtriemel וועט נאר זיין איינס!
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3823 מאל

הודעהדורך ברוך בער » זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:10 pm

דער חשבון איז גוט אויפן קאלקיוליעטאר למעשה וועט דער תירוץ מוזן זיין די זעלבע ווי אפריקע למשל וואס דארף זיך דאפלען יעדע 25 יאר דאס הייסט אפריקע וועט האבן עטליכע דרייסיג ביליאן מענטשן ביז 200 יאר און אנה יכנס כל הפשתן הזה. די דעאאמגראפירער האבן דעם תירוץ אז ווען א פאפיולאציע וואקסט ווערט מען מער מערב'דיג און מען האט ווייניגער קינדער. זיי זאגן אז די וועלט פאפיולאציע גייט אנקומען צן 11 ביליאן און גייט אנהייבן פאלן נאכדעם. דאס גייט דא אויך זיין און געשעט שוין. דאס געבורט ראטע איז מסתמא שוין היינט האלב אין עוועריזש ווי עס איז געווען 30 יאר צוריק. דער צרה איז אז ביי אונז איז נישטא קיין פאראויסקוקן און פלאנירן עס איז דא איין לאזונג ורוח הקודש אומרת כן יפרוץ און דאס איבריגע זאל גיין צום טייוול.
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

הודעהדורך ביבער » זונטאג אוגוסט 06, 2017 11:07 pm

יעצט פארשטיי איך שוין דעם ייתי ולא אחמיניה
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 717
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 679 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 744 מאל

הודעהדורך אביסעל שכל » זונטאג אוגוסט 06, 2017 11:15 pm

לויט דיין חשבון איז נישט דא קיין מגיפות נישטא קיין מלחמות! איין מלחמה איין מגיפה אין די חשבון צופאלט ווי א זייפןבלאז, היסטאריע יוכיח!
מיט אביסעל שכל וואלטען מענטשן שנעלער אנגעקומען
אביסעל שכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:16 am

איצט שטעלט אייך אייך פאר וויפיל די דיסטריביושן פון די וועקער וועט וואקסן. אוי וועט די רעדאקטאר שארן גאלד....................

האסט אויסגעלאזט אמווייניגסטנס נאך איין אויפוואכונג פון השכלה....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1827
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1657 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

Re: בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:

הודעהדורך פליקער » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:02 am

שטריימל מאכט לכאורה איין מאסיווע טעות, חסידים טאפלען זיך יעדע 10 יאר, על כן ביטע הייב אן דיינע ציפערען עוד הפעם.
די מוסדות זאגען אזוי, דהיינו אויב און 2010 איז געווען 10 כיתה א' שאצען זיי אז און 2020 וועט זיין 20 און אזוי ווייטער.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

הודעהדורך יואב » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:47 am

אביסל פארשטיי איך שוין פארוואס משיח פארזוימט זיך אזוי לאנג.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5803 מאל

הודעהדורך shtriemel » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:10 am

ברוך בער האט געשריבן:דער חשבון איז גוט אויפן קאלקיוליעטאר למעשה וועט דער תירוץ מוזן זיין די זעלבע ווי אפריקע למשל וואס דארף זיך דאפלען יעדע 25 יאר דאס הייסט אפריקע וועט האבן עטליכע דרייסיג ביליאן מענטשן ביז 200 יאר און אנה יכנס כל הפשתן הזה. די דעאאמגראפירער האבן דעם תירוץ אז ווען א פאפיולאציע וואקסט ווערט מען מער מערב'דיג און מען האט ווייניגער קינדער. זיי זאגן אז די וועלט פאפיולאציע גייט אנקומען צן 11 ביליאן און גייט אנהייבן פאלן נאכדעם. דאס גייט דא אויך זיין און געשעט שוין. דאס געבורט ראטע איז מסתמא שוין היינט האלב אין עוועריזש ווי עס איז געווען 30 יאר צוריק. דער צרה איז אז ביי אונז איז נישטא קיין פאראויסקוקן און פלאנירן עס איז דא איין לאזונג ורוח הקודש אומרת כן יפרוץ און דאס איבריגע זאל גיין צום טייוול.


נישט נאר אין אפריקע, נאר איבעראל ווי מאדערענקייט קומט אן ובתוכם אמעריקע. ווער עס קומט נאר דא אהער כאפט זיך ביז א דור צוויי אז קינדער מיינט מען צוויי (עווערידש). חוץ פון אונז אידען!

אמת טאקע אז ביי מיין דור איז שוין נישט דא אזויפיל עלטערען צו 10+ קינדער. די עווערידש איז ווייניגער. מיינסטו אז רוב מנין ובנין וועט זיך כאפען אין א דור צוויי אז מ'מעג זיך נישט פארמערען אזוי? אין וואס טוט מען מיט די רוח הקודש וואס שרייט כן ירבה?

אביסעל שכל האט געשריבן:לויט דיין חשבון איז נישט דא קיין מגיפות נישטא קיין מלחמות! איין מלחמה איין מגיפה אין די חשבון צופאלט ווי א זייפןבלאז, היסטאריע יוכיח!


האסט אויסגעלאזט הונגער יארען! היינו טעמא דשנת רעב היינו טעמא דמגיפה ומלחמה.

פאר מער איבער די נושא ליין הררי'ס ספר "סעפיענס". אויב וועל איך נישט ווערען פארנומען מיט אנדערע זאכען וועל איך באשרייבען די נקודה אין די ספר'ס אשכול.

בקיצור נמרץ. אונז לעבען אין די ערשטע יארהונדערט ווי הונגער יארען, מלחמות און מגיפות זענען היסטאריע. יא, ס'דא הונגער אין אפריקע, מלחמות אין סוריע און מגיפות אין ליבעריע (אויך אויף די קלענסטע פארנעם אין היסטאריע), אבער נישט במקומות מושבותינו (אפשר טאקע מדינה שאני…).

אמאל טאקע האבען רוב (!) קינדער נישט איבערגעלעבט גענוג צייט צו קענען חתונה האבען. היינט לעבען רובא דרובא גענוג לאנג. פאר מער ליין דא:
https://en.wikipedia.org/wiki/Child_mortality
https://ourworldindata.org/child-mortality/
http://www.businessinsider.com/life-exp ... ory-2014-1
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך shtriemel » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:22 am

פליקער האט געשריבן:שטריימל מאכט לכאורה איין מאסיווע טעות, חסידים טאפלען זיך יעדע 10 יאר, על כן ביטע הייב אן דיינע ציפערען עוד הפעם.
די מוסדות זאגען אזוי, דהיינו אויב און 2010 איז געווען 10 כיתה א' שאצען זיי אז און 2020 וועט זיין 20 און אזוי ווייטער.


אויב די ביסט גערעכט לאמיר נעמען א גרויסע חסידות: איינער פון די אחים לבית סאטמאר. לאמיר רעכענען 100,000 תלמידים ארום די וועלט.

לאמיר עס טאפלען יעדער 10 יאר.

אין 230 יאר וועט סאטמער האבען:
838,860,800,000 תלמידים.

אוי אוי אוי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך shtriemel אום מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:42 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך shtriemel » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:25 am

קורקלענד האט געשריבן: האסט אויסגעלאזט אמווייניגסטנס נאך איין אויפוואכונג פון השכלה....


מיר דארפען נאר מתפלל זיין אז קיין רשע ווי היטלער קומט אונז נישט צושטערען די אויפוואכונג נאכאמאל...
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך יעלה ויבא » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:54 am

אויב דו ביסט גערעכט לאמיר נעמען א גרויסע חסידות: איינער פון די אחים לבית סאטמאר. לאמיר רעכענען 100,000 תלמידים ארום די וועלט.

לאמיר עס טאפלען יעדער 10 יאר.

אין 233 יאר וועט סאטמער האבען:
838,860,800,000 תלמידים.

אוי אוי אוי

אבער יעדע דרייסיג פערציג יאר וועט זיך יעדע טייל צעטיילן אין צוויי אדער מער.
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 2137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך ברוך בער » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:11 am

איין זאך איז זיכער אז די מינוט די אמעריקאנער רעגירונג וועט אפיציעל איינזען אז מיר זענען א סכנה פארן לאנד, דאס הייסט מיר וואקסן אויס צו מיליאנען אן א חשבון אן אן עדיוקעשן וכו'' וועלן זיי אונז אנהייבן רודפ'ן עד חרמה, גלויבט מיר די אמעריקאנער קענען די מלאכה פון היטלער ווען זיי ווילן זייער גוט. קוקט נאר ווי די אלע אפסטעיט שטעטלעך איינוואינער רודערן ווען מיר אינוואדירן זייערע געגנטן. אויב ליינט איר זייערע פעיסבוק זיייטלעך, זיי אלע שרייבן אפן די חסידים זענען פאראזיטן וואס מען דארף אויסראטן. אז מיר וועלן זיך נישט ציוויליזירן בעוד מועד גייט מען אין די געהיימע קאמערלעך פון די פעדעראלע רעגירונג שרייבן שווארצע אקציעס ווי צו אונז צו עלימינירן. דאס איז נישט פאראנויע בכלל.
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

הודעהדורך סקרן » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:11 am

איז נאר געבליבן איין עצה משיח וועט בלית ברירה שוין מוזן קומען צו לעזן דעם שווערן איבעי'
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:55 am

זיי וועלען, ווי אין ישראל מאכן א גיוס מיט תכנית הליבה. בד"וו רוב שנאה קומט פון יידן
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:58 am

ברוך בער האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אז די מינוט די אמעריקאנער רעגירונג וועט אפיציעל איינזען אז מיר זענען א סכנה פארן לאנד, דאס הייסט מיר וואקסן אויס צו מיליאנען אן א חשבון אן אן עדיוקעשן וכו'' וועלן זיי אונז אנהייבן רודפ'ן עד חרמה, גלויבט מיר די אמעריקאנער קענען די מלאכה פון היטלער ווען זיי ווילן זייער גוט. קוקט נאר ווי די אלע אפסטעיט שטעטלעך איינוואינער רודערן ווען מיר אינוואדירן זייערע געגנטן. אויב ליינט איר זייערע פעיסבוק זיייטלעך, זיי אלע שרייבן אפן די חסידים זענען פאראזיטן וואס מען דארף אויסראטן. אז מיר וועלן זיך נישט ציוויליזירן בעוד מועד גייט מען אין די געהיימע קאמערלעך פון די פעדעראלע רעגירונג שרייבן שווארצע אקציעס ווי צו אונז צו עלימינירן. דאס איז נישט פאראנויע בכלל.

ס'האט שוין אמאל פאסירט. דאן האט עס געהייסן 'פן ירבה'.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1827
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1657 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:11 pm

ליפא האט געשריבן:מילער און קרויס וועלן נישט קענען אניאגן

קעפעטש און געשטעטנער'ס אייניקלעך (און אור אייניקלעך) וועללן זיך צוריק נעמען צו די אומנות אבותם...און פאדערן זייער חזקה פון היימישן מארקעט. אויך וועט מען פארקויפן דיסקאונטעד שטריימלעך אויף עמעזאן. נאכדעים וואס דער בעה"ב וועט אויסגעפונען אז ער שטאמט פון אידן. און ער וועט ווערן א סקווירא'ער אדער לב טהור חסיד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:14 pm

[
יעלה ויבא האט געשריבן:
אויב דו ביסט גערעכט לאמיר נעמען א גרויסע חסידות: איינער פון די אחים לבית סאטמאר. לאמיר רעכענען 100,000 תלמידים ארום די וועלט.

לאמיר עס טאפלען יעדער 10 יאר.

אין 233 יאר וועט סאטמער האבען:
838,860,800,000 תלמידים.

אוי אוי אוי

אבער יעדע דרייסיג פערציג יאר וועט זיך יעדע טייל צעטיילן אין צוויי אדער מער.

די סאטמאר'ע רעבעס זענען ב"ה געבענטשט מיט בנים ובני בנים. די חסידים פון ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א וועללן ווערן אן עקסטער שבט. נישט קיין ארונים און נישט קיין זאלונים. נאר חיים יהושע'אונים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך shtriemel » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:04 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:די סאטמאר'ע רעבעס זענען ב"ה געבענטשט מיט בנים ובני בנים. די חסידים פון ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א וועללן ווערן אן עקסטער שבט. נישט קיין ארונים און נישט קיין זאלונים. נאר חיים יהושע'אונים...!


מה לי זלונים ארונים חיימשיע'אונים. מ'רעט דא פון קרוב צו א טריליאן כפרות שלאגער און לולב שאקלערס!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך shtriemel אום מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:59 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:35 pm

מילא די לולבים.אבער די כפרות וועללן אנשטינקען אלע גאסן אז מ'וועט אפילו נישט קענען אויפמאכן א פענצטער צו שעפן פרישע לופט. אויב די כפרה קעגנערס וועללן זיך ח"ו נישט גובר זיין אויף דעם הפקירות וואס הערשט אין די אידישע גאס. אלעס וועגן א פאר געלט גייציגע פארשוינען און מוסדות וועלכע וויללן אונז איינרעדן אז ס'האט צו טון מיט אידישקייט...!
אין יאר תשצ"ג וועט אויך ארויסקומען א שעכט מאשין וועלכע וועט זיין אויסגעהאלטן לויט אלע הלכות פון שחיטה. די אריינגעבויעטע סענסארס פון די מאשין וועללן מאכן זיכער אז די אלע זאכן ווי שהייה, דרסה, וכו' וועללן נישט געשעהן. און די רבנים פון התאחדות (וועלכע וועללן באקומען א גוטן באקשיש) וועללן געבן א הכשר און השגחה אויף די מאשינען. און מנשה פיליפ וועט טרעפן אן אלטן פארוועלקטן כתב יד וועלכער האטציך געפונען ביי די רביצין אלטע פייגא ז"ל אין איהר דירה אין וויליאמסבורג, וואו די רבי זיכרוינע ליבראכע האט שטארק גערימט די שחיטה מאשין. און ער האט געהייסן נוצן עס...! ער האט אליינס געהערט. דרייענדיג זיך נעבן רבינו הק' זי"ע ווי די רבי האט עטליכע מאל געזאגט אז ס'איז א גרויסער הידור אין שחיטה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

Re: בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:12 pm

כ'האף ס'וועט זיין גענוג טורבאנס, פאר אלע פרויען, אדער קען זיין אז דאן וועלן די מענער אויך טראגן טורבאנס
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 678
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3471 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1317 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:22 pm

@שטריימל, די היינטיגע 500,000 היימישע ארטאדאקסישע אידן וואס דו רעכענסט זענען א גרויס חלק דערפון ״ליטאים״ זיי זענען טאקע ׳לולב שאקלערס׳ אבער אן קיין ׳שטריימלעך׳. און א גרויס חלק זענען גאר ״מאדערן ארטאדאקס״ וואס פארמאגן ניטאמאל קיין ׳בענדאון״ נאר א קליינע יארמילקע, און זייער ערשטע שפראך איז ענגליש, זיי זענען אסאך מעהר איסמילירט ווי חסידים, און די וועג וויאזוי זיי וואקסן אויף די קינדער מיט ווייניגער אנגעצוימטקייט און אפגעזונדערט פון די וועלט, אלזא מוז נישט זיין אז זייערע קינדער און אור אייניקלעך גייען זיין ״לולב שאקלערס״.... נישט יעדער וועט גיין אין שפאן, אסאך גייען זיך איסמילירן און אויסמישן אין די אמעריקאנע ״שמאלץ טאפ״. אזוי איז אויך געשעהן אין די פארגאגענהייט סיי אין אמעריקע און סיי אין אייראפע פארן קריג.

ווען מזאל היינט צאמנעמען אלע מענשטען וואס שטאמען פון אידן נאר אין די לעצטע דריי, פיר דורות, (לאמיר זאגן, אז איין עלטער באבע/זיידע איז געוועהן אידיש) גייסטו לכאורה אנקומען צו 40 מיליאן מענטשען חוץ די 15 מיליאן אידן וואס איז דא יעצט אויף דער וועלט.

אברהם נועם כאמאסקי מיט עלען דערשאוויץ׳ס טאטע האבן אויך געשאקלט לולב. מיין טאטע מיט מיינע עלטער עלטער זיידעס האבן אויך געשאקלט לולב און געגעאנגען מיט שטריימלעך... מיין זיידע נאך די קריג האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א נייע שטריימל, איז ער פאר א שטיק צייט געגעאנגען אן קיין שטריימל, ווען הרה״ח ר׳ זיידא איינהארן ז״ל איז געקומען צופארן פון אמעריקא קיין וויזניץ בני ברק אויף א יו״ט צום אמרי חיים און געזעהן מיין זיידע אן קיין שטריימל האט ער געזאגט אזא חשובע איד פון וויליחאויץ גייט אן קיין שטריימל, האט ער מיט הרה״ח ר׳ בנצוין טאבאק גלייך געגעאנגען קויפן א שטריימל פאר אים-זייער וויכטיג...!
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

הודעהדורך בת קול » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 3:19 pm

פארוואס זענען מיר נאכנישט געווען אזוי גרויס ביז יעצט?
גלות- גירוש שפאניע, תחו"תט, פאגראמען, מגיפות, האלאקאוסט, אסימעלאציע.
זעהט אויס אז ג-ט וויל אונז האלטן א קליינע הייפעלע.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 758 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט