בלאט 1 פון 1

בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:54 pm
דורך shtriemel
א. לויט די פאלגענדע ניו יארק טיימס ארטיקעל זענען דא אין ניו יורק סיטי ארום 330,000 היימישער אידען. פאר די פאלגענדיגע חשבון האב איך גענוצט אן ערך פון 500,000 נפשות אשר לא כרעו לבעל אין די טריי סטעיט אעריע.

ב. לויט מערערע פארשער האבען זיך די פרומער אידען געטאפעלט איעדער 20-17 יאר (דאכט זיך אז ביי די גאר היימישער מוסדות זאגען זיי אז די ציפער איז איעדער 16 יאר.

ג. שנת ששת אלפים למספרנו, ולמספרם שנת 2250 איז 233 יאר פון יעצט. אויב ח"ו איז משיח נאך נישט דא חודש אלול תתקצ"ט קענען מיר מאכען די פאלגענדיגע חשבון זייער פשוט:

שנת 2034 =א מיליאן אידען קע"ה
שנת 2051 =2 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2068 =4 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2085 =8 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2102 =16 מיליאן אידען קע"ה
ביי די יאר וועלען שוין אלע מיטייליגע דא זיין איבער 100 יאר.

שנת 2119 =32 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2136 = 64 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2153 =128 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2170 =256 מיליאן אידען קע"ה
אונז קענען שוין אריינוועלען אונזער אייגענער טראמפ אלס רשכבה"ג אונ'ם ווייסען הויז.

שנת 2187 =512 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2204 =1 ביליאן אידען קע"ה
שנת 2221 =2 ביליאן אידען קע"ה
שנת 2238 =4 ביליאן אידען קע"ה

שנת ששת אלפים לויט די חשבון וועלען זיין דא 6 ביליאן נאר אמעריקאנער. לייג צו די אירופעישער/ישראלים און די היימישער פרומער עולם זענען צום ווייניגסטען 12 ביליאן סטראנג. מער מענטשען ווי עס איז דא היינט און די גאנצע וועלט!!!

-----
מראה מקומות:

https://www.nytimes.com/2017/08/02/nyre ... ersey.html
http://www.nytimes.com/2012/06/12/nyreg ... again.html
http://www.zetterberg.org/Lectures/l96bTab/doubling.htm -
http://disinfo.com/2015/08/world-popula ... echnology/
http://www.un.org/esa/population/public ... report.pdf