די טיילונג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:17 am

מסכים.

קודם קאמפלעין צו די הנהלה אויף יעדעס תגובה וואס דיר געפעלט נישט, אבער ווען עס איז לקבל אפיכון לאסתחרא וויינט מען ווי א קאזאק הנגזל.

איך קען מעיד זיין אז מיינע תגובות זענען פארמעקט געווארן נאר ווען כ'האב מיר גע'טענה'ט מיט שבתאחים.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 915 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:21 am

די טיילונג דא איז שוין אין פולן קראפט
@שבת שיסט שוין אייער, און שיקט שוין געלט אויפן פראנט.....
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2109
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

הודעהדורך I'm back » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:39 am

שבת אחים האט געשריבן:@געוואלדיג, שכוח פארן טאקע פארדרייען די אשכול און אויסמעקן מיינע תגובות סתם אזוי ווייל ענק האבן נישט וואס צו ענטפערן.

דו ביסט געקומען אויף ק״ש נאך מיר און דו האסט יעדע נארמאלע ניק פון דא פארטריבן. איך אפפרישעט נישט דיין פאראכאפן ק״ש און עס מאכן א דופליקעט פון אייוולעט.

קאווע שטיבל איז געוועהן א פרייע מקום פון ווארט. איך האב נישט געמאכט קיין ליצנות פונעם שלחן ערוך נאר געפרעגט א פשוטע קשיא.

בכל אופן וואס מ׳גייט מיר פון היינט און ווייטער מעקן גייט שטיין א מינוט נאכדעם אויף פאליש און א ספעציעלע אשכול

״געמקעטע ק״ש תגובות״

ביסט נישט אינגאנצן בעלבאס דא. איך האב דא געשריבן איבער 4000 תגובות.

אמאליגע צייטן האט מען קיינמאל נישט אויסגעמעקט אזא זאך

איך גיי דיך נישט דילדן מעהר אז דו מעקסט מיר פאר די שיקסט מיר א אישי, איך בין נישט דא צובויען פאר דיר קיין מוסדות און זיין אינטערטעיניג אינטער א קאמיוניסטשיע פארום ווי היינטיגע ״קאווע שטיבל״ וואס האט געמעקט אפילו תגובות אויף רעב אהרן... טוה מיר א טובה???
# חוצפה #עזות #דיקטעטרשיפ


מיינסט טאקע??? אויב ווארפסטו מיך ארויס פון דא קומט א פארום וואס גייט הייסן ״נייע קאווע שטיבל״ 7/24 מיט באצאלטע שרייבער, וואס גייט דיך איינשלינגען. דו גייסט נישט גנבנן ק״ש און עס מאכן פאר אייוועלט אויף מיין זייגער...


ס'איז הויך צייט אז ער זאל רעזיגנירן.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 825
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:49 am

שבת אחים האט געשריבן:
נעגעל וואסער האט געשריבן:מ'ברויך מאכן א טיילונג אין דיזע אשכול באלד... ביטע זיך האלטן צו די נושא.


כהאב נאכנישט געליינט די אנפאנג פון די אשכול אבער כזעה נאכנישט די גרויסע ״פארדרייטע נושא״ דא? חוץ אז דעס איז א טריק ווי אזוי מיך שטול צומאכן ווען ענק האבן נישט קיין זאכליכע תירוצים.

אויב רעדט מען דא פון ״די טיילונג״ איז די ״שלחן ערוך״ essential ווייל איבערדעם איז געוועהן א גרויס חלק פון די מחלוקה, די משכילים האבן נישט געוואלט אננעמען די שלחן ערוך אלץ ״תורה מסיני״.

יעדע זאך וואס שטימט נישט מיט ענקערע אגענדא איז א פארדרייטע אשכול?
עני וועי... נעקסט.........

ביטע ליינען פון אנפאנג, די אשכול באציהט זיך נישט צו די היסטארישע אונגארישע טיילונג. ווי אויך באציהט זיך עס נישט אויף א טיילונג ציווישן פרומע און פרייע.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 984 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:25 am

קורקלענד. איך פארשטיי נישט די גאנצע זאך פון ״פארדרייען א אשכול״. קען זיין עפעס איז ראונג מיט מיר. אבער געוונטליך אין יעדע נארמאלע שמועס קומט מען ״אנדערע זאכן״ אריין אין די שמועס.
והנה

ר׳ בערל האט געזאגט אז ער וויל אז מזאל צוריקלייגן אידשיקייט לויט די ׳שלחן ערוך׳ און אויסלאזן אלע אנדערע OCD מנהגים און צוריקגיין צו די ״אויטענטישע תורה״ האב איך אים געפרעגט אזוי פארוואס טראכסטו אז ביז דער שלחן ערוך איז אלעס ״אויטענטיש״ און אלעס נאכדעם איז ״OCD"
....יעצט, ווען ענק ענטפערן מיר אז די שלחן ערוך האט עס גענומען פון א גמרא מס׳ שבת דף סא עמוד א׳ אז מדארף קודם זיך צובינדן רעכטס אויף לינקס, החרשתי. אנשטאט דעם האבן זיי געזאגט אז סאיז ליצנות.

לויט דעם קומט אויס אז רבי בערל האט פארדרייט די אשכול און איך האב מיך באצויגן צו זיינע ווערטער.

איך האב נישט קיין פראבלעם אויסצומעקן אדער פארעכטן מיינע תגובות אויב מ׳שיקט מיר א אישי פארדעם. ווען די הנהלה האט מיר נאר געבעטן צו פארעכטן האב איך עס תיכף געטוהן. אפילו אויסגעמעקט א גאנצע תגובה אויף ר׳ אהרן (מיין נערה׳לע. קרעדיט אמרי חיים זצ״ל :P )..

ענק ווילן עפעס? ענק קענען רעדן שיין צו מיר אין אישי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געוואלדיג אום מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:39 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: כנ''ל
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5900
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3463 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:29 am

הער זיך איין שגצ'ל שבת'ל. ק''ש איז נישט דיין פריוואטע סקריבל-בוך (כאטשיק עס זעהט אפט מאל אויס אזוי) ,איך האב גענוג און נאך טענות אויף געוואלדיג ווען ער רודפט מיר אבער צו וויינען אז 'האסט סתם געפרעגט א שאלה אויפן שו''ע' איז טפשות און בעיביאיש צוזאמען.

קיינער שטערט דיר נישט פן שרייבן עברית נאך כל נדרי עסנדיג א העם סענדוויטש אן א קאפל מיט פינקע תחתונים, אבער דערפאר איז דא פאליש, ווערצהויז און מן סתם גענוג אנדערע כפירה סייטס. דו האסט עפעס א קראנקע דראנג אז 'דו גייסט איינמאל פאר אלעמאל אויפווייזן די פאנאטישע מאמינים בה' ותורתו ווי ראנג זיי זענען', אבער כמובן אז דאס וועט קיינמאל נישט ארבייטן.

סאו אנשטאטס זיך צו רעגן און צאמשעלטן, נעם דיר מיט דיין נייע באדדי כופר שטריימל און עפען דיר וויפיל פארומס די ווילסט, אבער דא אויף ק''ש מוזט דו לאזן די גלויביגע מענטשהייט לעבן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5616
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2531 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:32 am

איך אויך האט געשריבן:הער זיך איין שגצ'ל שבת'ל. ק''ש איז נישט דיין פריוואטע סקריבל-בוך (כאטשיק עס זעהט אפט מאל אויס אזוי) ,איך האב גענוג און נאך טענות אויף געוואלדיג ווען ער רודפט מיר אבער צו וויינען אז 'האסט סתם געפרעגט א שאלה אויפן שו''ע' איז טפשות און בעיביאיש צוזאמען.

קיינער שטערט דיר נישט פן שרייבן עברית נאך כל נדרי עסנדיג א העם סענדוויטש אן א קאפל מיט פינקע תחתונים, אבער דערפאר איז דא פאליש, ווערצהויז און מן סתם גענוג אנדערע כפירה סייטס. דו האסט עפעס א קראנקע דראנג אז 'דו גייסט איינמאל פאר אלעמאל אויפווייזן די פאנאטישע מאמינים בה' ותורתו ווי ראנג זיי זענען', אבער כמובן אז דאס וועט קיינמאל נישט ארבייטן.

סאו אנשטאטס זיך צו רעגן און צאמשעלטן, נעם דיר מיט דיין נייע באדדי כופר שטריימל און עפען דיר וויפיל פארומס די ווילסט, אבער דא אויף ק''ש מוזט דו לאזן די גלויביגע מענטשהייט לעבן.


שטריימל איז נישט מיין נייע באדדי, איך קען אים שוין פאר יאהרן לאנג.

קאווע שטיבל איז יא מיין ״סקריבל בוך״ סאיז מיינס! בשבלי נברא העולם :lol:
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5900
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3463 מאל

הודעהדורך shtriemel » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:36 am

@איך אויך
וַיַּעַן יַעֲקֹב וַיֹּאמֶר לְלָבָן מַה פִּשְׁעִי מַה חַטָּאתִי כִּי דָלַקְתָּ אַחֲרָי.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

Re: די טיילונג

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:44 am

אין א דערנעבנדיגע אשכול האב איך דאס געשריבן, און כ'לייג עס דא איבער ווייל כאן מקומו.

א מין וועלט דאס! איך ליין וועכנטליך די בלעטל "השמעיני את קולך" און ס'לאזט זיך נישט גלייבן וויפיל מענטשען האבן געמאכט אן אייגענע רעליגיע פאר זיך. זיי האסן יעדע מענטש מיט א סמארטפאון, אפגעזעהן ווי וויכטיג ער דארף עס, אפגעזעהן ווי שטארק די פילטער איז. לפי ידיעתי האט נאך קיינער נישט ג'פסקנט אז קיינער טאר עס נישט האבן אפי' לצורך, און די חברה קומן דא אנזייען שנאה מיט האס אויף טויזענטער יודן יראים ושלמים. זיי קענען פארשפרייטן זייערע בויך וויי אין יעדער ביהמ"ד אין שטאט, אבער אונז דארפן מיר צוקוקן פון דער זייט ווי די ראציגע חברה באשמיצן אונז טאג איין טאג אויס.
איינמאל האב איך אנגערופן זייערע האטליין, און כ'הער דארט ווי דער עולם איז ביזי רעדן אז מ'דארף מאכן א טיילונג פון יעדער וואס נאר א סמארטפאון. און ס'גאר א כ"ש פון דער טיילונג אין אונגארן, ווייל דארט האבן דאך ביידע געהאט א מהלך ווי אזוי צו אויפטוהן פאר אידישקייט, ביידע האבן געמיינט לש"ש, אבער דא איז דאך יעדער איינער מודה אז דער סמארטפאון איז חזיר טרייף בתכלית האיסור, נו דארף מען זעכער מאכן א פעסטע טיילונג און ביי אונז זאל דאס זיין בבל יראה ובל ימצא.
דערפאר איז לבי אומר לי, אז די חברה וועלן סוכ"ס אויספירן און מיט זייערע פראפאגאנדע וועלן זיי עווענטיואל אויספירן א טיילונג ביי אלע היימישע קרייזן. סיידן אויב יעדער וועט זיך לאזן פון זיי, אדער מאכט מען שבת פאר זיך.

דאס איז טאקע דער מכוון פון דער אשכול. דער קעפל איז טאקע טיילונג אבער כ'מיין מער צו זאגן למלאך המשחית הרף, און פאר די עקסטרעמע עסקנים און רבנים וואס קומען ארויס מיט פרישע תקנות חדשים לבקרים, אז גענוג איז גענוג! ס'דא א שיעור וויפיל מ'קען ארויפצווינגן אויף א ציבור. א ציבור באשטייט פון כולל אינגערלייט, בעלי בתים, באנק קוועטשערס און עמך יודן, מ'קען נישט פארלאנגן אז יעדער זאל זיך צושטעלן צו די דעה פון איינציגער עקסטרעמע מענטשען.

איינער האט געשריבן אז מ'קען שיקן אין גענוג אנדערע מער מאדערנע מוסדות, אבער נישט דעס איז וואס איך און דיר זיכן, מיר ווילן די היימישע חינוך מינוס אפאר עקסטרעמע תקנות, ווי טעכנעלאגיע, מעיק אפ און אפשר אויך פרויען דרייוון.

דאס אשכול איז בעיקר געווידמעט אויף פאזאטיווע געדאנקען ווי אזוי צו זעהן צו דערנענטערן אן "אויפשטאנד", צו מיט עצות און געדאנקען, אדער באהאנדלונגען ווי אזוי ס'קוקט אויס די מצב יעצט און אין קומענדיגע יארן.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 657
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

הודעהדורך פיש כאפער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:07 pm

דער פראבלעם איז, אז דער טיילונג איז שוין לאנג געשען.

הונדערטער אידן וואס פלעגן גערופן ווערן ׳באמעס/באקעס׳ אד״ג, האבן זיך צוזאמגענומען און זיך אריבערגעצויגן קיין עירמאנט, פאמאנע, פלארידע, און ווער ווייסט וואו נאך.
זיי האבן זייער אייגענע בתי מדרשים, אייגענע מוסדות, אייגענע כפרות שלאגן, און אייגענע זעלבסטשטענדיגקייט.
דאס זענען אידן וואס קומען פון הארץ פון וויליאמסבורג, קאפ פון בארא פארק, און … פון קרית יואל.

דרייסיג-פערציג יאר האבן זיי געווארט אויף א ״טיילונג״, א טיילונג וואס גייט זיי ערמעגליכן צו ווערן א חלק פון א געזעלשאפט, א טיילונג וואס גייט זיי ערמעגליכן צו ווערן א חלק פון מענטשהייט, א טיילונג וואס גייט זיי ערמעגליכן צו ווערן א חלק פון אידישקייט.

ס׳האט זיי גענומען גענוג לאנג, אבער היינט האבן זיי אייגענע נכבדים, אייגענע רבנים, און אייגענע שמשים.
עס האט זיי אויך נישט געשאדט אז א גרויסער חלק פון זיי האבן שיין מצליח געווען פינאנציעל.

די טיילונג איז שוין לאנג געשען, איר זענט נאר געבליבן שטעקן מיט די עקסטרעמיסטן…
א מענטש וואס וויל נישט לייענען האט נישט אן אויבערהאנט איבער איינער וואס קען נישט לייענען.
-מארק טוועין
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:10 am
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: די טיילונג

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:17 pm

ריכטיג. דאס איז איין טיילונג. איך רעד אבער נישט פון באמעס און באקעס. איך רעד פון די נארמאלע עווערידזש חסידישע יוד וואס באלאנגט אין א קהלה, ווערט כהיום הזה געצווינגן מיט פארשידענע תקנות וואס דינט די עקסטרימיסטן. די צייט איז רייף צו עפענען פרישע קהילות זיך האלטן צו די אנגענומענער מהלך החיים, אבער אהן די אלע געמיינער פרומע תקנות.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 657
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

Re: די טיילונג

הודעהדורך גראף » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:10 pm

@נעגעל וואסער אויף דיין לעצטע תגובה האט שוין איינער געשריבען אז מען דארף פשוט קלאר מאכען פאר די עיני העדה אז דער טעראר מוז זיך שוין (זאפארט) ענדיגען. אויב גענוג נארמאלע/היימישע/פרומע/חסידיש יונגעלייט מיט אפאר עלטערע בעלעבאטים גייען אריין צום רב אדער פערפעל טיילער (קרעדיט: ליטוואק) און מאכען עס זייער קלאר דעמאלסט איז דא א טשענס צו טוישען און זאלן די טאליבאנער זיך אפטיילן. פארשטייט זיך אז די יונגעלייט דארפן האבן א גרויסע מספר און ווי אויך א פלען בי.


Sent from my XT1096 using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 652 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 464 מאל

Re: די טיילונג

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:27 pm

נו, יאללה! ווער קומט מיט?
דאס גייט נישט געשעהן אזוי שנעל.
דר'עולם פחדנט אין די הויזן.

דאכצעך מיר אז נישט לאנג צוריק האבן זיך אין וומבס"ג צאמגענומען אפאר אירע און ארויסגעבען א גרינעם גליון ווען די סאטמאר מוסדות (מהר"א?) האבן געמאכט א פרישע גזירה אז מיידלעך טארן נישט לייגן מעיקאפ אויך נישט אויף שמחות וכדומה. דאס איז די ערשטע וואס מ'דארף ווען טוהן.
אגב איינער דא ווייסט ווי אזוי ס'האט זיך אויסגעלאזט? דער גליון קומט שוין נישט ארויס.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 657
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

הודעהדורך ברוך בער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:35 pm

ווען איינער גרינדעט א נייע געגנט געבויט אויף נארמאלקייט מיט א נארמאל חינוך פאר די קינדער און וואו אן עקסרעמיסט וועט לכתחילה זיך נישט טרעפן דאס פלאץ דאס וואלט געווען א טיילונג למהדרין. נישט א סטאנציע פאר א.ג באמעס נאר א תורה עם דרך ארץ שטאט על אדני החסידות, עס דארף אן ענערגישער מנהיג צו מצליח זיין.
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 5:08 pm

איך אויך האט געשריבן:הער זיך איין שגצ'ל שבת'ל. ק''ש איז נישט דיין פריוואטע סקריבל-בוך (כאטשיק עס זעהט אפט מאל אויס אזוי) ,איך האב גענוג און נאך טענות אויף געוואלדיג ווען ער רודפט מיר אבער צו וויינען אז 'האסט סתם געפרעגט א שאלה אויפן שו''ע' איז טפשות און בעיביאיש צוזאמען.

קיינער שטערט דיר נישט פן שרייבן עברית נאך כל נדרי עסנדיג א העם סענדוויטש אן א קאפל מיט פינקע תחתונים, אבער דערפאר איז דא פאליש, ווערצהויז און מן סתם גענוג אנדערע כפירה סייטס. דו האסט עפעס א קראנקע דראנג אז 'דו גייסט איינמאל פאר אלעמאל אויפווייזן די פאנאטישע מאמינים בה' ותורתו ווי ראנג זיי זענען', אבער כמובן אז דאס וועט קיינמאל נישט ארבייטן.

סאו אנשטאטס זיך צו רעגן און צאמשעלטן, נעם דיר מיט דיין נייע באדדי כופר שטריימל און עפען דיר וויפיל פארומס די ווילסט, אבער דא אויף ק''ש מוזט דו לאזן די גלויביגע מענטשהייט לעבן.


טעיק איט איזי, שבת איז א געשמאקע מעמבער, אביסעל עקסטרים אין זיין בעליפס (אר לעק אוו בעליפס..) אבער נישט קיין טראול.

דאס איז די שיינקיייט פון ק"ש. די פרייהייט פון ווארט מיט פארשטענדעניש און מענטשליכקייט איינער צום צווייטער.
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3065 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2851 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 5:46 pm

איך האלט אז מ'זאל זאפארט אויפהענגען גרויסע פלאקאטן אין די בתי מדרשים, מיט די פענסיעסט גראפיקס עוועילעבל פארשטייטזיך, וואס זאל ארויסשרייען אז די טיילונג איז שוין דא!!, יעדער אין ביהמ"ד וואס מ'ווייסט אז ער פארמאגט די כלי ר"ל דארף מען זיך אויפפירן צו עם ווי א רעפארמער. נישט שטיין נעבן אים ביים דאווענען, נישט גריסן קיין גוט מארגן, מ'זאל אים נישט אריינלאזן אין מקוה, נישט לאזן אנצודען קיין לעכט, און כ"ש אים נישט געבן קיין עליה אדער אנדערע כיבודים.ובזכות זה וכו' במהרה בימינו אמן.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

הודעהדורך shtriemel » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:14 pm

ווייז מיר א טיילונג ווי איין חלק האט ארויסגעמאווט צוזאמען? טיילונגען געשעט שטייט. זייער זייער שטייט. ווען דער "טיילונג" האט פאסירט האבען שוין ביידע זייטען געהאט אייגענע שוהל'ן און אייגענע מוסדות.

ס'אסאך שווערער היינטיגע דור. מיר האבען פשוט אסאך מער מוסדות'ן. בכלל, וויפיל מענטשען זענען היינט גרייט צו זיין בעיניהם "נעאלאגען"? איך גלייב נישט אז מ'רעדט שוין פון 5% פון דער עולם. און די אלע 5% ווילען דאך אויך נישט מצער זיין די משפחה, זיידעס, באבעס, עלטערען, קינדער. ס'דאך שוין א גאנצע געשעפט. מילא וועט עס נעמען נאך שטייטער.

חוץ אויב זיי וועלען זיך נעמען ווארפען פון מוסדות'ן איינער נאכען צווייטען דאן וועט שוין שנעל זיין מער ווי 20%. פארדעם דארף מען שוין א זכיה, ס'זאל זיין מלאכתם נעשית בידי הסיסטעם. דערווייל קען איך מעיד זיין אז לכה"פ 20% מידידי, טאטעס פון קינדער אין היימישע מוסדות, האבען געהעריגע סמארטפאנ'ס. און נאך אלס ווארפט מען זיי נישט ארויס. דערווייל.

קוקט עס מיר אויס ווי אן אדער אדער. אדער ווערט סמארטפאנ'ס אנגענומען -דארף מ'שוין נישט קיין טיילונג. אדער וועלען זיי ווארפען. ליבי אומר לי - יא, קלאר בייעס - סמארטפאנ'ס ווערט ווערען אנגענומען. ביז צום נעקסטע ראונד. ביי דאמעלס וועט שוין זיין צוויי ערליי מוסדות'ן די נטו"ק וואס שרייען נאך עפעס וועגען חורינער און מער מיושב'דיגע סארט. כנלע"ד.

------
נישט קיין שטיבלאך, עפעס א בעיסמענט ווי שקצים קומען זיך צוזאם. שיינע גרויסע שוהל'ן:
דער חת"ס בר פלוגתא קוקט אויס ווי תלמוד חכם אויך, צו אלע צרות:
https://en.wikipedia.org/wiki/Schism_in_Hungarian_Jewry
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

Re: די טיילונג

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:58 pm

@שטריימל גיב נאר א קוק אין וועלכע ריכטונג מ'פארט.
קאמפיוטערס ארויס פון שטוב. טעקסט מעסעדזש אסור. סמארטפאון פאר פרויען אסור.
סמארטפאון פאר רבנים, דיינים און שוחטים אסור.
סמארטפאון פאר מלמדים וכלי קודש אסור.
סמארטפאון צום ניצן - חוץ אימעיל און אפציעלע א פאר עפפס - איז שוין היינט אסור.
סמארטפאון פאר פרנסה אסור לכתחילה ומותר בדיעבד.

ס'גייט זייער שטייטלעך.
קודם מיז מען חתמנן מ'האט א פילטער. נאכדכעם האבן זיי פארלאנג א סטיקער פון טעג. דערנאך איז געקומען א סטיקער פון זייערע אייגענע וועד, און לאזט דיר גארנישט טוהן מיטן פאון.
כ'בין זיכער אז נעקסט אויפן ליסט איז אזוי; קודם וועט זיין אז מ'קען נישט קומען צו זיי עס כשרן, די מוסדות גייען צו שטעלן כשרע דרעק סמארטפאון, אייגענע סאפטווער וכו'. דערנאך קומט אן איסור אויף הכל בכל מכל. איי זיי ווייסן אז א גרויס טייל ציבור גייט עס נישט אויפגעבן, גייט זיי נישט אהן. דאס ווייסן זיי יעצט אויך. איך ווייס פון אזוי פיל חברים וואס דרייען זיך מיט פאונס אומאפציעל, און ציטערן טאקע פון די שרעקעדיגע מוסדות.
און אז די קאמפאניס וועלן אויפהערן מאכן פליפ פאונס, און נאר סמארטפאוןס וועט זיין צו באקומען, זארג דעך נישט! מ'קען אסרן אלע פאונס ביינאזאם. פאר 20 יאר צוריק האט קיינער דאס נישט געהאט און יעדער האט ב"ה געלעבט גאר געשמאק אהן קיין פאון. ובכלל איז עס געווען סאך א געשמאקערע לעבן ווען קיינער איז נישט געווען עוועילעבעל גלייך. וכו'.

דא איז ווי אהין אונז קומען אהן מיט א שנעלקייט.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 657
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

הודעהדורך shtriemel » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:04 pm

אנה"נ. אבער כל זמן א גרויס חלק פון דער עולם האט א סמארטפאן וועט איינע פון די צוויי געשען. די דריטע אפשען איז מ'גייט מבער זיין די אינטערנעט אזויווי מ'האט ארויסגעריסען די טעלעוויזיע.

בין איך אן אפיקורס אז כ'על נישט גלייבען אז ס'נאך אפילו מעגליך?
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

Re: די טיילונג

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:15 pm

shtriemel האט געשריבן:אנה"נ. אבער כל זמן א גרויס חלק פון דער עולם האט א סמארטפאן וועט איינע פון די צוויי געשען. די דריטע אפשען איז מ'גייט מבער זיין די אינטערנעט אזויווי מ'האט ארויסגעריסען די טעלעוויזיע.

בין איך אן אפיקורס אז כ'על נישט גלייבען אז ס'נאך אפילו מעגליך?
סמארטפאון איז נישט טעלעוויזיען סמארטפאון איז א וויכטיגע זאך פארן מענטש, און ס'קומט אויך מיט אינטערטעינמענט משא"כ טעלעוויזיע. העכסטענס וועט עס אויסקוקן ווי דו פרומע אין ארץ ישראל ווי רוב אבער ממש רוב עולם האט צוויי טעלעפאונס איינס דע טעראזירטע און איינס די נארמאלע, און אין די זעלבע צייט עלען די מוסדות בארבארן האבן נאך א אינקאם
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 656
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1266 מאל

הודעהדורך shtriemel » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:35 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:סמארטפאון איז נישט טעלעוויזיען סמארטפאון איז א וויכטיגע זאך פארן מענטש, און ס'קומט אויך מיט אינטערטעינמענט משא"כ טעלעוויזיע. העכסטענס וועט עס אויסקוקן ווי דו פרומע אין ארץ ישראל ווי רוב אבער ממש רוב עולם האט צוויי טעלעפאונס איינס דע טעראזירטע און איינס די נארמאלע, און אין די זעלבע צייט עלען די מוסדות בארבארן האבן נאך א אינקאם


פשט איז אז די הנהלה/מוסדות/סיסטעם לאזט עס צו.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:19 pm

טעלעוויזיע ווען עס איז ארויסגעקומען האט מען אויך געזאגט אז עס איז וויכטיג פארן מענטש. אויך האבן זיי פארקויפט אז עס וועט העלפן שטארק פאר עדיוקאציע. אויסגעלאזט האט זיך עס מיט די יארן אז ס'איז נאר א פראבלעם.

אינטערנעט לדעתי איז אנדערש....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 984 מאל

Re: די טיילונג

הודעהדורך יעלה ויבא » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 6:55 am

איז די די טיילונג אין קראפט?בילד

lead, follow, or get out of the way!
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 2127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 7:07 am

די נומבער אויפ'ן צעטל איז רעגזשיסטעד אלס עפעס א וועד משמרת, איך ווייס אבער נישט קיין דיטעילס. גיבטס אכטונג ווען עטס רעדטס צו זיי...!
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט