אין ליכט פין מלכי קליין - חינוך הבנות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

אין ליכט פין מלכי קליין - חינוך הבנות

שליחה דורך אישתישבי »

א קורצע איבערבליק

א מיידעל מיט לערנען דיסעביליטי - שוואכע קאפ, האט לעצטענס אויסגעהויכט איר נשמה, נאכדעם וואס זי האט איינגענומען דראגס, וואס די דראגס זענען געוועהן שעדליך וואס האט ל"ע געהארגט נאך דריי היימישע מיידלעך (אגב, פין זיי רעדט מען עפעס נישט).

איר טאטע איז ארויס אויף די אפען, און באשולדיגט אונזער חינוך סיסטעם דירעקט, אנגעהויבן מיט דעם אז מען האט זי ביי די צוועלעף ארויסגעשליידערט פין סקול, פשוט פארדעם ווייל זי האט נישט געקענט מיטהאלטן די לימודים. פין דארט איז אלעס געגאנגען בארג אראפ, זיי האט דריי חדשים נישט געהאט קיין סקול, און דערנאך געגאנגען אין א ספעשעל סקול (עפעס אזוי) און די רעשט איז היסטאריע.

מען קען צוטיילען די מעשה אין אסאך פרטים פין עוולות און פעלערען פין פארשידענע יחידים, ווי אויך פארשידענע מוסדות מחנכים און טיטשערס, איך וויל מיך נאר אנגעבען מיט איין פרט פין די מעשה וואס לדעתי ווערט נישט גענוג ארויסגעברענגט.

חינוך הבנות אין אידישקייט

ווי באקאנט, איז ביז די ערשטע מלחמה בכלל נישט געווען איינגעפירט צו לערנען מיט מיידלעך בכלל, כלומר, סיי ביי אידען, סיי ביי גוים, זענען פרויען געוועהן צווייטע קלאס, און א פרוי האט לאו דווקא געקענט עברי, ליינען אדער שרייבן, אמת, אסאך מענער אויך נישט, אבער ביי אידען ווי עברי איז געווען א נחלת הכלל, זענען פרויען נישט געווען אין דעם כלל אויך נישט. ווער רעדט חומרש"י וכו'.

ווען די ממשלה האט אנגעהויבן אינפארסירן אז מען מוז גיין אין די שקאלעס, האבען צוביסלעך אידען אנגעהויבן איינזעהן אז טאמער וועט מען זיי נישט לערנען אידישקייט, וועלען זיי ווערען גוים גמורים, האט מען משנה געוועהן די הלכה, א גמרא מפורשת, און אנגעהויבן לערנען מיט מיידלעך תורה. אגב,דאס איז לכאורה די לעצטע גרעסטע שינוי אין די תורה וואס אידען האבען געטוישט, וואס א דיון אויף דעם איז ווערט אן אייגענע אשכול.

פין לערנען מיט די מיידלעך די נויטיגע תורה, ביז ארויפצווינגן אויף די מיידלעך שווערע בחינות און חומש רש"י איז א ווייטע וועג. וואס גייט היינט פאר אין די מוסדות איז א בפירושע עבירה, און קעגען די דרך התורה. לערנען מיט די מיידלעך די חוקי התורה וואס איז זיי נוגע, מיט אביסעל פרד"ס עס צומאכען אינטרעסאנט, נו, פארשטייט מען, אבער פין דארט ביז ארויפצווינגן חומרש"י וואס זיי לערנען אויף א גאר שטארקע אקאדעמישע מדריגה, נאך מער ווי די אינגלעך, איז גאר א אנדערע מעשה.

דער סיבה איז פשוט, להשביח מקחם פין די שקאלעס, נישט לטובת די מיידלעך, נישט לטובת די עלטערן, נישט לטובת אידישקייט, און נישט לטובת דער רבש"ע, נאר להנאת עצמם עורם ובשרם ומשפחתם.

וואס האט א מיידעל פין דעם אז זי קען גאנץ חומש מיט רש"י און רמב'ן? זי האט אפילו נישט קיין מצוה!!

און להוסיף חטא על פשע, גייט א מנהלת און טוט ארויסשטעלן א מיידל פין איין טאג אויף די אנדערע, נאר פארדעם ווייל זי קען נישט מיטהאלטן דער חומש רש"י וואס איז א עבירה פאר זיי צו לערנען אין ערשטע פלאץ.

דאס איז מיין שטיקעל פליפזאפיע אין דער ענין.

מען קען אויך דן זיין דער לימוד ביי דער אינגלעך אויף דער נוסח, אבער לכאורה ביי אינגלעך איז עס נישט אזוי שלעכט. כ'האב נאך נישט געהערט אז מען ווארפט ארויס א בחור ווייל ער קען נישט די גמרא.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר