מיין בין השמשות'דיגע נאכמיטאג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3684 מאל

מיין בין השמשות'דיגע נאכמיטאג

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

וואכן חדשים און אפילו יארן, רעדט מען שוין פון דעם עקליפס, צוגרייטונגן צו אזא לעבענס געשעעניש. ווערט אנגעזהן שוין חדשים און אפילו יארן פריער, פלאנירונג פון נאענט און ווייט, מענטשן פון טויזענטער מייל אוועק זענען געקומען צו פארן אנטייל צו נעמען אין אזא געשעעניש וואס דאס לעצטע מאל איז עס געווען 1918. 


מענטשן גרויס ביז קליין פון דארפסלייט ביז אינטעלעגענטע, פון דאקטוירים ביז פאציענטן, פון סייענטיסטן ביז סתם עמך, פון נאסא ביז נייעס אגענטורן, זענען אלע פארנומען מיט הויכע סייענטיפישע ווערטער ווי למשל "פעט אוו טאטעליטי" די סאנס קאראנא איז וויזיבעל, די אמברא ,און די פען אמברא" איז נישט אראפ פון דיי נייעס טאג און נאכט איז דאס געווען די שמועס, אז אפילו א פשוטע באבורדעלטע רויטע העלעזעל (רעדנעק בלע"ז, ר'בערל א פרישע בלע"ז אבער דאס מאל נישט אין פראנצוזיש,) האבן אויך פארשטאנן דעם הויכן אינטעליגענטן שפראך.


האטעלן פון הינדערטער מייל ארום זענען שוין באשטעלט געווארן חדשים פריער, און לויט ווי כ'האב געהערט, האבן נאטור נאכלויפער שוין באשטעלט האטעל צימערן אזוי פרי ווי צוויי יאר פריער,  איך בין גראדע נישט געווען פון די זריזין מקדימין, כ'האב מיך גראדע היפש שפעט דערמאנט בערך א פינף וואכן פריער אז כ'וויל אויך אנטייל נעמען, און כ'האב טאקע נישט געקענט באקומען פןן די נאענט, אלעס איז געווען סאליד בוקט. אבער דאס האט מיך נישט צוריק געהאלטן, פון פארן הינדערטער מיילן, מיט צו האלטן מיט מיליאנען מענטשן דעם הערליכן בין השמשות אין מיטן העלן טאג ווי פלוצלינג קומט אלעס צו א אפשטעל ווי יעדעמס מיינד און אויגן זענען געוואנדן צום הימל, ווי דער גאנצער עולם ליגט פרקדן וגם אני בתוכם קלאצענדיג צום זון, ווי מ'זעהט דעם גרויסן הערליכען שיינענדיגן זון ווערט איבער געדעקט מיט א שווארצן צודעק, (וואס צו מיר האט עס אויסגעזעהן ווי א שווארצע סענדוויטש קוקי וואס די קרים פון ארום זוכט צו אנטלויפן) אבער נאכאלץ וועלענדיג ארויס געבן אירע שטראלן פון ליכטיגקייט.


אין דע פלאץ וואו איך בין געווען איז געווען איבער הינדערט דעגראד, געווען דארט אפאר טויזענט מענטשן און געווארט צו זעהן דעם ווינדערליכן מאמענט וואו אלעס ארום ווערט טינקעל ממש ווי א בין השמשות, ווען באמת איז גאר געווען צווי דריי און דרייסיג נאכמיטאג, א גאר שיינעם טאג, כמעט נישט געווען קיין וואלקן, די זון האט אויסגעקוקט ווי א טשענדעליער וואס איין לעקטער גלעזעל נאכן צווייטן ברענט זיך אויס, וואס א מינוט ס'גייט דורך ווערט אלץ טונקעלער, און די קריקעטס הויבן אן קריקעווען, און די פייגלעך הערן אויף שאלן, אבער די מענטשן הויבן אן שרייען, אלע פאלן אויף דער ערד כורעים פון גרויס ביז קליין, און באווינדערן דעם ווינדערליכע בריאה.


כ'האב עס מיטגעהאלטן לייוו כ'האב אפילו געכאפט שיינע בילדער וואס כ'וועל פרובירן ארויף לייגן.


וואס זאל איך ענק זאגן די הינדערטער מיילן האט זיך געלוינט מיט צו האלטן דע פאר מינוט. 

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר