אוי די רשעות!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

אוי די רשעות!

הודעהדורך שלום שטיסל » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 11:50 am

אצינד ווען די יאר קומט צו א ענדע, זיצן הונדערטער פארפעלקער אין א פחד פון א פארנעפלטן צוקונפט, דערשראקן אריבערצוגיין נאכאמאל דאס ערגסטע וואס זיי זענען נאר אמאל אריבער: וואס גייען די מענטשן-פרעסער היי יאר טוהן צו מיין שטוב? גיי איך נאכאמאל דארפן מסביר זיין מיינע קינדער פארוואס זיי גייען זיצן אינדערהיים די ערשטע דריי טעג פון סקול? אוי.. ס'רייסט דאס הארץ צו רעדן צו אזא אינגערמאן.

איך האב לעצטנס געהערט פון א אינגערמאן וואס ער איז אריבער, און ווי ער ציטערט וואס ס'ערווארט אים היי יאר. ער האט מיר דערציילט דעטאלן, כ'האב שטילערהייט געווישט מיינע טרערן, ער האט זיך אבער שוין נישט געשעמט, קוקט אויס ער איז שוין געוואוינט צו וויינען דערויף, כ'האב שוין זייער לאנג נישט געזעהן אן ערוואקסענעם אזוי וויינען, כ'האב נישט געוואוסט וואו צו פלאצירן מיינע אויגן, וואו כ'האב נאר געקוקט איז עס מיר געווען אומבאקוועם, דאס הארץ איז מיר אויסגעגאנגן פאר זיין צער, און די אויער האט מיר געגרידזשעט ווען כ'האב געהערט ווי ער איז מקנא א חבר אונזערע וואס האט ליידער נאכנישט זוכה געווען צו זרע של קיימא...

ס'איז אלץ די זעלבע פאר משפחות וואס מאכן זיך מיט צער און עגמת נפש פון די בלוט-זויגערס, געווענליך איז דאס א דירעקטע תוצאה ווייל די מאמע איז א גוט-אויסקוקנדע פרוי, זי קען גיין אנגעטוהן די זעלבע ווי א צווייטע, דאס נאטורליכע חן מיט וואס גאט האט איר באשאנקען איז די איינציגסטע סיבה פאר די פיין און ליידן פון אזא משפחה.

ס'קען זיין אז איר לעבט רואיג, און מיינט אז דאס איז נאר א דמיון, עפעס א שמועה וואס פארט ארום, אבער האט נישט קיין גרויס אמת אין זיך. אפשר א משפחה דא, א משפחה דארט, אבער נישט וויאזוי די גאס לייגט עס אראפ. לאמיך אייך זאגן אז איר לעבט אין עולם הדמיון! ס'איז פאראן הונדערטער אינגעלייט מיט פרויען, וואס ציטערן פון דאס ווארט 'סוף יאר'. אצינד דרייען זיי זיך ארום כחרס הנשבר, זייער שטוב איז חרוב, זייער מוד איז צוקלאפט, פילן זיך נישט אקצעפטירט אין די אייגענע ד' אמות, עפעס זענען זיי מער אפגעריסן ווי א צווייטער, אז צו זיי ווערט דאס געטאן.

אוודאי ווערט עס ע"פ רוב נישט געטוהן צו דעם גרויסן מויל מאכער, אדער צו דעם פאפולערן אינגערמאן, פון זיי שטייט מען ווייט. געווענליך נעמט מען זיך צו די איידעלע שטילע חברה וואס מאכן נישט צופיל נויז, זיי פירן נישט קיין גרויסע קופקעס, זיי וועלן זיך שעמען אויסצופויקן יעדע פרט וואס האט פאסירט צו זיי, אט די ווערן א ציל ברעט, און דאס איז די סיבה פארוואס מ'הערט נישט דערפון אזוי אפט. אבער די געשיכטעס וואס מ'הערט יא זענען האר-אויפשטעלנד, אז איר וועט עס נישט הערן פון דעם בעל מעשה אליין וועט איר ניטאמאל גלייבן אז אין 2017 קען נאך אזוינס פאסירן, און אז דער וואס טוט דאס פאררופט זיך אלץ אן ארטאדאקסישער איד! כ'שרייב מער נישט ווי יא, די מעשיות וואס מ'הערט קען קראנק מאכן א מענטש.

ווי דער אינגערמאן דערציילט מיר, האט ער נאך קיינמאל נישט געזעהן זיין אידענע אזוי צוקלאפט, און ער האט זיך נאך קיינמאל נישט געפילט אזוי אנ-עקסעפטעד, און נאך קיינמאל נישט מיטגעלעבט אזא שווערע תקופה אין זיין לעבן. ער זאגט מיר אז ווען מ'נעמט נישט אן א בחור אין א ישיבה איז עס נישט האלב אזויפיל צער און דערנידערונג פאר'ן מענטש ווי פאר א טאטע וואס מ'ווארפט זיך מיט זיינע קינדער וואס ער פלאגט זיך צו ערציען, דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן דאס קיינמאל נישט פארשטיין.

מ'רעדט פון א ראש המשפחה וואס פלאגט זיך אראפצולייגן ברויט אויפ'ן טיש, א באפארעטע מאמע מיט א פולע שטוב קע"ה, ביידע פארנומען מבוקר עד הערב, מ'פרובירט דאס בעסטע אלעס ארום זאל זיין פרייליך איינגענעם, אלע קינדער זאלן באקומען די אטענשאן וואס זיי דארפן, דער טאטע באהאלט די דאגת הפרנסה, ער וויל דאך ווייזן א פרייליך פנים פאר די קינדער, כאטש ער קען נישט אויפהערן טראכטן דערפון, די מאמע פארווישט די אויגן פון אירע שלאפלאזע נעכט, אלעס פרובירט מען דורכצושטופן, כדי די קינדער זאלן האבן דאס בעסטע.... און בום, עפעס א נואף האט אפגעמאכט אז עפעס איז נישט בסדר מיט די שטוב, מ'גייט זיי מסדר זיין, און אלעס הייבט אן גיין בארג אראפ. פון דעם דיין אין די קהילה ביז דער מנהל המוסד מיט נאך עטליכע וואוילטעטיגע עסקנים, אלעס איז איינגעשפאנט אין א מערכה אקעגן א הילפלאזן אינגערמאן און זיין שטוב.

אין די גאס הערשט א געפילדער, מ'קויפט איין סקול סופלייס, קליידונג, א.א.וו. אבער קינדער פון די משפחה זיצן הערמעטיש פארשפארט אינדערהיים, נישטא קיין סיבה איינצוקויפן אויב ווייסט מען נאך נישט די צוקונפט. די עלטערע קינדער פארבייסן זיך די ליפן, די יונגערע פרעגן קשיות אויף וואס ס'קומט נישט קיין ענטפער, דא-דארט רופט א חבר'טע און פרעגט ביי די קינדער וואס זיי האבן שוין געקויפט, אבער דאס קינד ווייסט נישט וויאזוי פטור צו ווערן פון די שאלה, די מאמע דרייט זיך ארום מיט רויטע אויגן, די טאטע מיידט אויס זיין אינדערהיים, ער מאכט זיכער אנצוברענגען דעם טאג צווישן ארבעט/קאר/שול, ער ווייסט נישט וואס צו זאגן און וואס צו ענטפערן.

ווען שוין יא אינדערהיים, קוקן זיך מאן און ווייב אן מיט אזא ווייטאגליכע אומפארענטפערטע מינע, וואס איז שלעכט מיט אונזער שטוב, וואס זענען מיר ווייניגער פון יעדעם אין די מוסד, מיט וואס איז דער און יענער וואס טוט די ערגסטע זאכן בעסער פון אונז, ווייל ער האט אפאר דאללער און אונז נישט, פארוואס דארפן אונזערע קינדער ליידן.... ווען זיי ווייסן ווען וואס מ'וויל פון זיי וואלטן זיי שוין לאנג אלעס געטוהן דאס אויסצומיידן, אבער גיי ווייס וואס די חברה ווילן, רוב מאל ווייסן זיי אליין נישט. דאס שטוב גייט חרוב, און ס'מאכט חרוב דעם מענטש, אין רוב פעלער שעמט מען זיך ארומצוגיין פארציילן, קיינער וויל נישט זיין לשיחה בפי הבריות אז יעדער זאל נאך שמועסן דערפון אויך.

די גאנצע משוגעת/רשעות, אדער אין אמת'ן ווארט "חאזעריי/פעדאפיליע", האט זיך אנגעהויבן די לעצטע פאר יאר, בעפאר דעם איז געווען גוט פאר די מוסדות דעם איינצעלן פאקט אז ס'איז דא צוויי עלטערן וואס ביידע זענען מסכים אז זייערע קינדער זאלן באקומען א היימישע חינוך, דאס איז געווען א גענוג גוטע סיבה אנצונעמען סיי וועם אין די מוסדות, און ארויסגעבן שיינע פירות. ביז עטליכע רשעים, בלוט זויגערס, און אין אסאך פעלער חזירים וואס גלייכן צו קומען אין בארירונג און מצער זיין פרויען, האבן זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן בענקל, און ליידער קומט פאר דאס וואס ס'קומט פאר.

אונזערע קינדער גייען ניטאמאל גלייבן אז אמאל איז נישט געווען די סארט רשעות, און קיינער האט נישט געהאט קיין רעכט צו טוהן אזא זאך, זיי גייען אונז נישט מוחל זיין אז מיר האבן דאס צוגעלאזט, און ליידער גייען מיר צאלן א טייערע פרייז דערפאר, אונזערע קינדער און אייניקלעך גייען זיך האבן א פרישע שוועריגקייט מיט וואס זיך צו ספראווען יערליך אין זייער לעבן. קיינער זאל נישט זאגן שלום עלי נפשי, ווייל לויט ווי ס'פארט יעצט, און לויט ווי די וועלט גייט, ערווארט יעדן באזונדער א שווער פעקל אינעם עתיד, אויב נישט ביי די קינדער דאן ביי די אייניקלעך, אונז וועל מיר נאך אלע זיך אליין פרעגן פארוואס מיר האבן עס נישט אליין אפגעשטעלט.

אז מ'טראכט אריין איז דאס מעגליך נישט מער ווי א סעקסואלע באפרידיגונג פאר די פאר חזירים/אכזריים, ס'איז פשוט אז זיי האבן עפעס א מין תאוה פאר דיקטאטורישקייט, דאמינירן אנדערע, ובפרט צו אונטערדרוקן פרויען אדער פארפעלקער, דאס איז א פארדארבענע נאטור זייערע פון וואס מיר דארפן ליידן, די הנאה וואס זיי האבן ווען זיי קענען מצער זיין א מאן און ווייב איז פיל שטערקער ווי דער פאקט אז זייערע נאנטע האלטן זיי פאר אויף די אומרעכט וואס זיי טוען. איך אנטשולדיג זיך אויב מיין שפראך איז נישט שיין, אבער דאס איז גאנץ מעגליך די ריינע סיבה דערפון. (און פון דעם נעמט זיך אויך לכאורה די איינזייטיגע תקנה אז נאר מענער מעגן האבן סמארטפאונס משא"כ ביי פרויען איז עס אסור אפילו מיטן בעסטן פילטער, איר וועט נאר פרעגן סיי וועלכן פסיכאלאג אדער קלוגער מענטש וואס ס'גייט דורך אין די מח פון איימיצן וואס מאכט אזא תקנה, וועט ער אייך זאגן גענוי ווי מיר האבן יעצט געשריבן און נאך מער, די לשונות וועלן נאר זיין אסאך אומאיידעלער.)

אינטרעסאנט, ווען דער אינגערמאן זוכט עפעס רוחניות, א גוט ווארט, אביסל חיזוק אין א שווערע צייט, א דרך אין עבודת ה', השקפה אדער סתם התעוררות קען ער עס נישט באקומען לאקאל ביי זיינע רבנים/מוסדות, ער מוז קריכן פון בידערמאן צו יעקובזון צו מוטה, פון סטיטשין קיין חב"ד אדער קיין ברסלב, משפיעים שונים ומשונים, יעדער מיט זיין מהלך, זיי זענען די דאזיגע וואס זענען אים גרייט צו סערווירן, אים צו העלפן זיין א איד, אים גרייט אויסצוהערן און ארויסהעלפן, זיי זארגן זיך פאר אים, פאר זיינע קינדער, פאר זיין שלום בית, פאר זיין וואוילזיין וכו', זיי בעטן אים נישט באצאלט, ניטאמאל פארלאנגען זיי די מכירת חמץ זאל פארקומען ביי זיי. פלוצים געבט א שפראץ ארויס זיין רב/דיין, דער וואס לעבט אויף קהל׳ס/זיין חשבון, ער ווערט פון איין רגע צום צווייטן ביטער באזארגט פאר זיין וואוילזיין, און הייבט אים אן ארויסצוהעלפן אויף א גאר מאדנעם אופן, פון אים באזידלען ביז ארויסווארפן זיינע קינדער, דער אינגערמאן שטוינט, וואס ביזטו פלוצים געווארן אזוי באזארגט, ווי ביזטו געווען ווען כ'בין דורך א שווערע תקופה, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב זיך געדארפט מיט איימיצן דורכרעדן, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב געזוכט א מהלך אין עבודת ה', ווען כ'האב געזוכט השקפה, התעוררות, מוסר, א גוט ווארט וכו'.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 12:37 pm

וויינטס, ברידערלעך, וויינטס. די וואס וויינען נישט זענען נאר אזעלכע וועלכע האבן עס נישט געשפירט אויף די אייגענע הויט. אבער מיט דעם מהלך ווי עס פארט איז קלאר אז די חברה וועלן איין טאג אנקומען צו דיר אויך, און אויב נישט צו דיר, וועלן זיי צאפן די בלוט פון דיינע קינדער. דו מיינסט אז דו מיט דיינע קינדער און אייניקלעך וועלן זיין אזוי "פּערפעקט" עד סוף כל הדורות? ווען דיין אייניקל'ס בלוט וועט זיך גיסן אין די גאסן, וועט ער וויסן אז זיין זיידע איז געווען פון די וואס האבן פארטיידיגט די רשעות פון די מוסדות, און מיט א צינישקייט האט ער מיטגעזינגען דעם גיהנום-ליד, "אז ס'געפעלט דיך נישט, קענסטו זיך גיין פון דא."
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10342 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 12:46 pm

נורא נוראות!

קענענדיג מענטשן פון די נאנט וואס גייען דאס אדורך, קען איך נישט מער ווי מסכים זיין אויף יעדן ווארט, און מיטוויינען מיט די צער פון די אומשולדיגע עלטערן!!

מיט עטליכע יארן צוריק - נישט אזוי לאנג, האט מען באקומען סוף יאר א צעטל אויפ'ן פאסט מיט די באלאנס, און ווען מען האט דאס מסדר געווען (אפילו מיט העד טשעקס וכדו') איז געווען הכל על מקומו בשלום, מען האט ערהאלטן אן איינטריט קארטל און די באן איז געפארן ווייטער.

אוי מה הי' לנו אין לי לעצטערע יארן. דער "ימים נוראים" האט באקומען א נייע באדייט. "זוחלים ורועדים מיום בואך", אבער נישט סתם. אלע עלטערן זיצן אנגעצויגן, פון חודש אלול ציטערן זיי אינאיינעם מיט די פיש, ווער ווייסט וועלכע טייוולאנישע גזירות קומען אויף צום נייעם יאר, וואס נאך גייט מען אלס אסר'ן, זיי רייסן איין י"ג מדות ביי סליחות "שתצילנו מכל גזירות קשות ואכזריות"...

לו יהא אז מען נעמט שוין יא אן די קינדערלעך, וויפיל גיי איך (דער טאטע און די מאמע) מוזן סעקריפייסן דערפאר! מען מוז אדורכגיין שרעקליכע דעגראדירענדע אויספארשונגען, אלע פריוואטע זאכן, פונעם וועד משמרת הצניעות ביז'ן וועד משמרת הטעכנאלאגיע, צענדליגער רולס וואס ווערן נתרבה און נתחדש מדי שנה בשנה ווי מען ווערט פרומער פון איין יאר צום צווייטן אן קיין גבולים, ווער רעדט נאך אז די שכר לימוד גייט דראסטיש ארויף, און די חברה ביים שיסל זענען אייזערנע עקשנים, אלעס דארף זיין אויסגעצאלט עד פ"א בעפאר דער נייער יאר הייבט זיך אן, נישטא קיין מאנ(ק)י ביזנעס, עס העלפט נישט קיין טרערן אז מען זינקט ליידער אליינס אין חובות בפרט יעצט ערב יו"ט.

די עלטערן שפירן זיך ווינציגער ווי 2 צענט, סיי מיט די הנהלה גשמי און סיי די הנהלה רוחני, מוזט אונטערשרייבן צעטלעך און פארמ'ס ווי א קליין אינגאלע אז דו נעמסט זיך אונטער צוצושטעלן צו אלע משוגעת'ן וואס פאלט ביי פאר די הנהלת המוסדות, נאו קוועסטשנס עסקד... די קינדער ווייסן ניטעמאל ווי זייערע עלטערן ווערן דערנידערט עד לעפר פאר זייער טובה וועגן..

און דאס אלעס איז נאך ביי די "גליקליכע" עלטערן, וועלכע טוען אלעס "גערן" לטובת די דורות... די אומגליקליכע עלטערן פארדינען דאס אויך נישט. נישט קיין צווייטן שאנס און ניטעמאל קיין ערשטן שאנס. גיי דיר ערגעץ אנדערש. איך האב נישט קיין פלאץ פאר דיינע קינדער, מאיזה סיבה שהוא. קום זיך בעטן, קום וויינען, אלעס פאלט ווי אויף טויבע אויערן. שערי דמעות איז שוין פולקאם ננעלו. עס רעדט שוין נישט צו די הארצלאזע מענטשן.

מען דארף מטכס עצה זיין. עפעס מוז געטון ווערן לטובתינו ולטובת בנינו. עס קען נישט און טאר נישט ווייטער אזוי אנגיין. ווער ווייסט וואספארא חרון אף די טרערן איז גורם אין הימל. דארטן איז דאך שערי דמעות לא ננעלו. דער רבש"ע איז א שומע קול בכיות. ווי קענען זיך די אנגעפאשעטע מנהלים שטעלן צום משפט אינעם יום הדין און פארלאנגען רחמנות פון באשעפער פאר זיך און זיינע קינדער אויב ער טוט נישט דאס זעלביגע פאר אנדערע אידן בעת צרתם, ער איז זיך נישט נוהג במדותיו של מקום.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15272
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18486 מאל

Re: אוי די רשעות!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:09 pm

@שלום שטיסל; דיינע ווערטער זענען הארץ רייסענד, און ליידער ביטער אמת, דע מנהלים/וועד ההור(ג)ים וואס געבן זיך אפ מיט די סארט רשעות, קען מען באמת אנרופן "שוחטי ילדים", ליידער האב איך עס מיטגעהאלטן פון די נאענט, האסט גארנישט מגזם געווען, אויב עפעס האסטו גאר ווייניג געזאגט. דאס איז אלעס א חלק פונעם "וכל הרשעה כלה כעשן תכלה כי תעביר ממשלת זדון" וואס אינז בעטן יעדן ראש השנה וואס דאס זאל שוין אינטערגיין.

כ'שפיר געפערליך שלעכט פאר יענעם און פאר סיי ווער ס'גייט דורך דאס זעלביגע. ס'ממש א שרעק.

שלום; כ'מיין אז אינעם קומענדיגן וועקער, וואלט ווען אזא גוטע שרייבער ווי דו אדער אנדערע, געדארפט פענען אן ארטיקל וואס זאל אויפשטורעמען יעדער וואס האט א הארץ, און ס'זאל זיין גראב געשריבן נישט שוינען קיין ווערטער, ס'זאל מאכן איבלן יעדען מענטש איש ואשה וואס האט נאר עפעס מענטשליכע געפילן, ס'זאל מאכן אומבאקוועם די אלע וואס דרייען זיך ארום מיט רויטע בלוטיגע פארשמירטע הענט, די אלע וואס האבן א חלק אין די רציחות.

פינקט אזוי ווי א ב"ד וואס האט געהרגט מער פון איינמאל אין זיבעציג יאר, האט געהאט בושות, זאלן די מוסדות אנפירערס וואס הארגענן מער פון זיבעציג אין איין יאר האבן מער פון זיבעציג מאל אזויפיל בושות, זאלן זיי זיצן איינגעשפארט אינדערהיים פאר בושות, זאלן זיי פילן אראפגעקוקט ווי אימער זיי דרייען זיך, זאלן זיי שפירן ווי רוצחים און פעדעפיילערס, וואס אנטלויפן פון זייער אייגענעם שאטן.

זאל זיך שוין גאט מרחם זיין, אבער לויט ווי ס'קוקט אויס וויל גאט אז אינז זאלן עפענן דעם פתח של מחט, היות אינז האמער עס אליין פארמאכט אן זיין גוטהייסונג, ווי אזוי שטייט דארט ביי די סממני הקטורת, אז דער חלבנה מוז אויך זיין א חלק פון צאל, אן דעם איז די קטורת פסול, אבער דא רעדט מען ניטאמאל פון קיין חלבנה, מ'רעדט פון טייערע זיסע לעכטיגע נשמות, ניטאמאל קיין צוואנציג יאר אלט, אפילו גאט שטראפט נישט, וואס דארפן זיי זיין פרומער פון גאט??
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 866
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1572 מאל

הודעהדורך ביבער » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:55 pm

און אפשר איז שוין טאקע צייט צו גיין פון דא???

נישט אז איך פארטיידיג די רשעות אבער איך מיין אז ס'איז שוין צייט צו אויפהערן וויינען און זיך נעמען טהון למעשה. אנשטאט צו פרובירן פאררעכטן אן אלטן פארפוילטן קארופטירטן סיסטעם זאל מען זיך נעמען בויען נייע סיסטעמען.
איטס אלל אין די מיינד, באמת איז נישטא קיין רשעות, קיין געצוואונגעכץ, קיינער האלט אונז נישט פארקנעכטעט. אחוץ אונז אליינס. אונזער מיינדסעט איז סטאק אינעם נארישן שידוכים סיסטעם אזש מ'האט מורא פון טראכטן נארמאל מיט לאגיק. מ'דארף ריסעטטן די מוחות איינמאל פאר אלעמאל. ס'איז גרינגער ווי מ'מיינט. נאך אפאר יאר און דא וועט מען לאכן. אונזער קינדער וועלן דארפן האקן קאפט אין וואנט צו פארשטיין די אשכולות. אונז וועל מיר האבן א הארד טיים עקספלעינען אונזערע קינדער וואס אונזער פראבלעם איז געווען. אוי ווי מיר וועלן זיך שעמען.

אט אזוי ווי מ'קוק מיר אויס!
בייגעלייגטע פיילס
horse-tied-to-plastic-chair-mental-chains.jpg
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 772
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 820 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 2:10 pm

ווי שוין געשריבן עטליכע מאל.

די דארפט אנקומען צו זיי, און זיי דארפן נישט אנקומען צו דיר...זיי זענען זיך מכין אויפן דער און אויף דיין ווייב אינאיינעם, אין פולן זונען ווארט....
דאס איז דער אלגעמיינע אורזאך פארוואס דער אלגעמיינער מענטשהייט האט נאכנישט באווארפן די שוחטי ילדים, די קאניבאלן מיט שטיינער וואס שיקן באלד אין פונסטערן גייהינום אריין.

וואס מ'קען ווירקליך יא טאן איז ווי פאלגענד:

אין אלגעמיין ווילן די דאזיגע שוחטי ילדים הייסן שיינע אידן, מאנכע פון זיי ווילן זיך נאך אראפגעבן ווי בעלי חסד....אומגלויבליך.....

מ'דארף מאכן א שווארצע ליסטע פון די אלע שוחטי ילדים, און עס ארויפשטעלן אויף די הייליגע אונטערנעט.

די רעזילטאטען וועלן נישט שפעטיגן צו קומען. ס'וועט זיך פארמירן א באוועגונג מיטן נאמען "דער שוורצער האנד"
וואס זייער בלויזער ציל אין לעבן וועט זיין, צו פארוואנדלן די לעבן פון די שוחטי ילדים, צו א בייזער שווארצער קאשמאר. זיי וועלן באוויינען דעם פונטערסטען טאג, אין וועלכע זייער פאטער'ס האט פארשוואנגערט זייערע לייטזעליגען מוטער'ס. מ'וועט טעגליך הערן ווי נאך א שוחט ילדים האט באשלאסן צו טאן א געפעליקייט פאר די מענטשהייט, און קענסלן זיין געבורטשיין, זיי וועלן איינע ביי איינע אויסשאלטערן זייערע שווארצע נשמות פון זייער גוף עכור'ס.
די בלוט פון אונזערע ברודער און שוועסטער שרייען צו אונז פון דער ערד.....עד מתי? יא וועגן די אונטערנעט קומט נישט משיח..... מיין לאבעס.....

נקמה.............
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 2:21 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2005
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 241 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2382 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 2:15 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 2:21 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2005
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 241 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2382 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 2:20 pm

ס
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2005
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 241 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2382 מאל

הודעהדורך תנחום » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 3:01 pm

ס'איז שוין צייט צו מאכן א וועד ההורים פון עלטערן וואס "ארבעטן" און זיי זאלן באשליסן וועם מ'נעמט אן
אינני מסכים למילה מדבריך, אך אהיה מוכן להיהרג על זכותך לומר אותם(וואלטר)
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 5:31 pm

ווען קאך לעפעל איז אין די גיסטע, מיי גאש... , פון ווי נעמט מען אזא שפראך? אוי שרייבסטו גוט..
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1099
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 927 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1158 מאל

הודעהדורך יב הלוי סאלאווייטשיק » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 5:56 pm

שלום שטיסל האט געשריבן:
אינטרעסאנט, ווען דער אינגערמאן זוכט עפעס רוחניות, א גוט ווארט, אביסל חיזוק אין א שווערע צייט, א דרך אין עבודת ה', השקפה אדער סתם התעוררות קען ער עס נישט באקומען לאקאל ביי זיינע רבנים/מוסדות, ער מוז קריכן פון בידערמאן צו יעקובזון צו מוטה, פון סטיטשין קיין חב"ד אדער קיין ברסלב, משפיעים שונים ומשונים, יעדער מיט זיין מהלך, זיי זענען די דאזיגע וואס זענען אים גרייט צו סערווירן, אים צו העלפן זיין א איד, אים גרייט אויסצוהערן און ארויסהעלפן, זיי זארגן זיך פאר אים, פאר זיינע קינדער, פאר זיין שלום בית, פאר זיין וואוילזיין וכו', זיי בעטן אים נישט באצאלט, ניטאמאל פארלאנגען זיי די מכירת חמץ זאל פארקומען ביי זיי. פלוצים געבט א שפראץ ארויס זיין רב/דיין, דער וואס לעבט אויף קהל׳ס/זיין חשבון, ער ווערט פון איין רגע צום צווייטן ביטער באזארגט פאר זיין וואוילזיין, און הייבט אים אן ארויסצוהעלפן אויף א גאר מאדנעם אופן, פון אים באזידלען ביז ארויסווארפן זיינע קינדער, דער אינגערמאן שטוינט, וואס ביזטו פלוצים געווארן אזוי באזארגט, ווי ביזטו געווען ווען כ'בין דורך א שווערע תקופה, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב זיך געדארפט מיט איימיצן דורכרעדן, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב געזוכט א מהלך אין עבודת ה', ווען כ'האב געזוכט השקפה, התעוררות, מוסר, א גוט ווארט וכו'.


טענה שאין עליו תשובה..
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 440 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

Re: אוי די רשעות!

הודעהדורך מפוזרי » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 8:07 pm

ביבער האט געשריבן:און אפשר איז שוין טאקע צייט צו גיין פון דא???

נישט אז איך פארטיידיג די רשעות אבער איך מיין אז ס'איז שוין צייט צו אויפהערן וויינען און זיך נעמען טהון למעשה. אנשטאט צו פרובירן פאררעכטן אן אלטן פארפוילטן קארופטירטן סיסטעם זאל מען זיך נעמען בויען נייע סיסטעמען.
איטס אלל אין די מיינד, באמת איז נישטא קיין רשעות, קיין געצוואונגעכץ, קיינער האלט אונז נישט פארקנעכטעט. אחוץ אונז אליינס. אונזער מיינדסעט איז סטאק אינעם נארישן שידוכים סיסטעם אזש מ'האט מורא פון טראכטן נארמאל מיט לאגיק. מ'דארף ריסעטטן די מוחות איינמאל פאר אלעמאל. ס'איז גרינגער ווי מ'מיינט. נאך אפאר יאר און דא וועט מען לאכן. אונזער קינדער וועלן דארפן האקן קאפט אין וואנט צו פארשטיין די אשכולות. אונז וועל מיר האבן א הארד טיים עקספלעינען אונזערע קינדער וואס אונזער פראבלעם איז געווען. אוי ווי מיר וועלן זיך שעמען.

אט אזוי ווי מ'קוק מיר אויס!

צום פינטל.
ושבור עולינו - דער אייגענער עול - מעל צווארינו.

אבער, המתחיל במצווה אומרים לו גמור, וואו איז דער חלק ב' פון "דער קעניג איז נאקעט"?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1802 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 774 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:49 pm

זייער עמאציאנאל געשריבן. געפרעדיגט רעהטאריק. זייער אסאך פון וואס איר שרייבט איז טאקע אמת און עס טוהט שטארק לייד. אמת אז זייער אסאך פון די תקנות זענען איבערגעטריבן. אמת אז זיי באהאנדלען נישט יעדן אייניג, אויב האט מען אפאר טאלער אדער פאליטישע כח וכדו' גייט איז מען אויסגעשלאסן פון די פראצעדור. עס איז ווייטאגלעך און ס'רייסט.

איר שרייבט זייער בכלליות. איר דערמאנט נישט קיין מוסדות און נישט קיין יחידים, ווי אויך דערמאנט איר נישט ספעציפיש אויף וואס זיי האבן יענעם געדרוקט.

דערנאך ווארפט איר אריין אזא סטעימענט.

שלום שטיסל האט געשריבן:ס'איז אלץ די זעלבע פאר משפחות וואס מאכן זיך מיט צער און עגמת נפש פון די בלוט-זויגערס, געווענליך איז דאס א דירעקטע תוצאה ווייל די מאמע איז א גוט-אויסקוקנדע פרוי, זי קען גיין אנגעטוהן די זעלבע ווי א צווייטע, דאס נאטורליכע חן מיט וואס גאט האט איר באשאנקען איז די איינציגסטע סיבה פאר די פיין און ליידן פון אזא משפחה.


איך קען נישט די סיסטעם אין אלע מוסדות. איך איך קען נישט יעדן'ס מעשה באזונדער. אבער אלע מוסדות וואס איך בין פערזענליך אקעגן געקומען האבן קלארע שטאטוטן אין תקנות אויף פאפיר. און אלע מיינע פריינט וואס מ'האט געמאכט די נאכט פאר זיי, האבן זיך קלאר נישט צוגעשטעלט צו עפעס אמוויניגסטענס איינע פון די תקנות, רוב מאל אויף מערערע פון די תקנות.

נאכאמאל גערעכט אז די תקנות זענען שטארק איבערגעטריבן. גערעכט מען פארלייקט זיך נישט אויף יעדן. גערעכט אז די תקנות האבן מיטן באשעפער גארנישט. מ'וואלט אויף די זאכן געדארפט שרייען און פארלאנגן רעפארמען.

אבער די וואס איר רופט רחמנות'ן זענען אין מיין עקספיריענס אזעלכע וואס זענען גרייט מקריב צו זיין זייערע קינדער פאר אפאר נערישקייטן. און אנשטאט זיך צוצושטעלן שטעלן זיי זיך קעגן. אנשטאט אויספאלגן די רשימה פון תקנות פרעגן זיי פארוואס מעג די ראש הקהל'ס ווייב יא גיין מיט א זייטל וואס רירט צו די אקסלען וכדו' וכדו'

איך בין אמאל געהערט א אינגערמאן זיך אפרעדן אז ער האט מיט זיי געהאט צו טוהן, און ער האט קאמפלעינט אז ער פארשטייט נישט פארוואס מען דערגייט איהם אזוי (איך האב גראדע יא פארשטאנען). האט ער מסביר געווען אז ער שטעלט זיך אזוי שטארק צו אז ער האט אויף זיינע נייע לאויפער סטיל שיך וואס איז געקומען גענייט מיט ווייסע פאדעם (וואס הייסט מער קיל) געפארבט די פאדעם שווארץ, ועם כל זה דרייען זיי איהם א קאפ. אבער אינגערמאן פארוואס דארפט איר גיין לאויפער סטיל שיך בכלל?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2318
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1943 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1399 מאל

הודעהדורך ביבער » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:55 pm

מפוזרי האט געשריבן:
צום פינטל.
ושבור עולינו - דער אייגענער עול - מעל צווארינו.

אבער, המתחיל במצווה אומרים לו גמור, וואו איז דער חלק ב' פון "דער קעניג איז נאקעט"?

שקויעך פאר'ן דערמאנען. עס קומט מיר אן זייער שווער דאס שרייבן אבער ס'וועט קומען בל"נ.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 772
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 820 מאל

הודעהדורך ביבער » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:04 pm

קורקלענד האט געשריבן:אבער אינגערמאן פארוואס דארפט איר גיין לאויפער סטיל שיך בכלל?

אבער מיסטער מוסד וויאזוי ווייסט איר בכלל מיט וואפסארא שיך יענער גייט? וואס א שייכות פונקטליך האט יענעם'ס שיך מיט די גמרא רש"י וואס דו ביסט אחראי צו לערנען זיין קינד? ניטאמאל שעמסטו דיר צו ווייזן פאר יעדן צו וואס א ביליג מצב דו האסט דיר דערקייקלט?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 772
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 820 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:20 am

די תירוץ איז אין @ביבער'ס הודעה פון אויבן.

איך האב נישט פראבירט צו פארענטפערן די מוסדות. איך בין איינשטימיג מיט די טענות אויף זיי.

אבער שרייען אז א אינגערמאן וואס איז מקריב זיינע קינדער פשוט ווייל ער וויל זיך נישט צושטעלן איז א רחמנות לדעתי איז איבערגעטריבן. אז די קינדער דיינע זענען דיר אזוי וויכטיג זיי מוחל און שטעל דיך צו צו אלעס פונעם צעטל, אדער טרעף א מוסד וואו איר פיט זייער פראפייל. יא ס'דא אזעלכע וואס דרייען זיך ארויס מיט געלט אדער כח. אבער יעדער ווי ווייט איך ווייס קען זיך ארויסדרייען מיטן זיך צושטעלן. און איינער וואס לדוגמא קען נישט אויפגעבן זיינע לאופער סטיל שיך אדער טייט הויזן אז זיינע קינדער זאלן האבן וואו צו לערנען איז זיך אויך ווערט דאס געלט.

דער פותח האשכול לייגט אראפ די וואס פרובירן צו זיגן סיטי האַלל פאר רחמנות'ן מטעם די רדיפות. אין מיין עקספיריענס זענען זיי רחמנות'ן פארן נישט האבן די שכל זיך צוצושטעלן.

פאר די וואס רעדן זיך איין אז די פראבלעם וועט געלייזט ווערן דורך נישט פאלגן איז דא שלעכטע נייעס. ס'גייט נישט ארבעטן, מ'דארף א בעסערע סטראטעגיע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קורקלענד אום דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:44 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2318
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1943 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1399 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:35 am

ביבער האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:אבער אינגערמאן פארוואס דארפט איר גיין לאויפער סטיל שיך בכלל?

אבער מיסטער מוסד וויאזוי ווייסט איר בכלל מיט וואפסארא שיך יענער גייט? וואס א שייכות פונקטליך האט יענעם'ס שיך מיט די גמרא רש"י וואס דו ביסט אחראי צו לערנען זיין קינד? ניטאמאל שעמסטו דיר צו ווייזן פאר יעדן צו וואס א ביליג מצב דו האסט דיר דערקייקלט?


געווענדליך איז עס מער ווי די שיך. איך ווייס נישט וואס לאויפער סטיל שיך איז (האט עס עפעס מיט שלום לויפער?) אבער דער וואס גייט מיט קילע שיך פירט א קילע לייף סטייל בכלליות
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2650
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2745 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:47 am

שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס לאויפער סטיל שיך איז (האט עס עפעס מיט שלום לויפער?)

http://www.geox.com/en/men/shoes/moner- ... 8&start=11
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2318
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1943 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1399 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:57 am

קורקלענד האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס לאויפער סטיל שיך איז (האט עס עפעס מיט שלום לויפער?)

http://www.geox.com/en/men/shoes/moner- ... 8&start=11

איך קען אסאך וואס גייען די סארט שיך און זענען עקסעפטעט אין עקסטרעים פרומע מוסדות מיט די 2017 תקנות
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1977
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:09 am

עמעזאן האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס לאויפער סטיל שיך איז (האט עס עפעס מיט שלום לויפער?)

http://www.geox.com/en/men/shoes/moner- ... 8&start=11

איך קען אסאך וואס גייען די סארט שיך און זענען עקסעפטעט אין עקסטרעים פרומע מוסדות מיט די 2017 תקנות

מעגליך ביי ר' יואל ראטה?

באמת גערעדט. איינעם זענען זיי מקפיד מער און איינער ווייניקער. על פי רוב איז עס אזויווי שמעון וואלף האט געזאגט. אמאל טוען זיי עס אויך ארויסצושלעפן אפאר דאלער כדו' וכדו'. אבער יעדער קען זיך ארויסדרייען דורך פאלגן (ווי ווייט איך ווייס). אלע וואס איך קען פערזענליך וואס האבן געהאט צרות זענען אזעלעכע וואס האבן קלאר נישט געפאלגט.

איך וויל נאכאמאל באטאנען אז איך רעדט נישט פון אלע מוסדות, נאר פון די וואס איך ווייס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2318
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1943 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1399 מאל

הודעהדורך diff » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:10 am

פ"וו רעדט קיינער פון די רשעות פון עלטערען וואס שיקן צו אזעלכע מוסדות. ווי מ'לערנט נישט מענשליכקייט און סדר העולם. און גנבנן נאך זיין קול''ג פראגראם דערפאר. וכל המחובר לטמא, טמא כמותו:
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:15 am

יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:
אינטרעסאנט, ווען דער אינגערמאן זוכט עפעס רוחניות, א גוט ווארט, אביסל חיזוק אין א שווערע צייט, א דרך אין עבודת ה', השקפה אדער סתם התעוררות קען ער עס נישט באקומען לאקאל ביי זיינע רבנים/מוסדות, ער מוז קריכן פון בידערמאן צו יעקובזון צו מוטה, פון סטיטשין קיין חב"ד אדער קיין ברסלב, משפיעים שונים ומשונים, יעדער מיט זיין מהלך, זיי זענען די דאזיגע וואס זענען אים גרייט צו סערווירן, אים צו העלפן זיין א איד, אים גרייט אויסצוהערן און ארויסהעלפן, זיי זארגן זיך פאר אים, פאר זיינע קינדער, פאר זיין שלום בית, פאר זיין וואוילזיין וכו', זיי בעטן אים נישט באצאלט, ניטאמאל פארלאנגען זיי די מכירת חמץ זאל פארקומען ביי זיי. פלוצים געבט א שפראץ ארויס זיין רב/דיין, דער וואס לעבט אויף קהל׳ס/זיין חשבון, ער ווערט פון איין רגע צום צווייטן ביטער באזארגט פאר זיין וואוילזיין, און הייבט אים אן ארויסצוהעלפן אויף א גאר מאדנעם אופן, פון אים באזידלען ביז ארויסווארפן זיינע קינדער, דער אינגערמאן שטוינט, וואס ביזטו פלוצים געווארן אזוי באזארגט, ווי ביזטו געווען ווען כ'בין דורך א שווערע תקופה, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב זיך געדארפט מיט איימיצן דורכרעדן, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב געזוכט א מהלך אין עבודת ה', ווען כ'האב געזוכט השקפה, התעוררות, מוסר, א גוט ווארט וכו'.


טענה שאין עליו תשובה..

פיין האט עס א תירוץ. די פותח האשכול האט פארשטאנען אז זיי טיילן אויס די רדיפות אויס זארג פאר די א.ג. רחמנות'ן. ער האט פשוט נישט גוט פארשטאנען. זיי זאגן קלאר אז דאס קומט נישט אויס זארג פארן וואוילזיין פונעם א.ג. רחמנות, זיי זאגן אז זיי זארגן זיך פאר זיך. ווייל זיי האלטן אז אנעמען יענע עלעמענטן ברענגט אראפ זייער קארפאראציע. זיי זאגן אז ס'קען שאטן פאר זייער אייגענע רוחניות, אבער דער אמת איז אז ס'שאט זיי בגשמיות ווייל זיי באקומען דערנאך פרעשור פון אנדערע עליטע הלמאי יענער האט ........ מיין זוהן.........

איטס אלל אבאוט ביזנעס.

איך פערזענליך האלט אז עס איז שטארק אומריכטיג. אבער צו זאגן אז זיי טוען דאס פארן וואוילזיין פונעם אינגערמאן איז סתם ב''ס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2318
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1943 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1399 מאל

הודעהדורך יתרו » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:32 am

אינגעלייט ס'איז דא איין עצה: הערט'ס אויף צו האבן קינדער!
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 673 מאל

Re: אוי די רשעות!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:44 am

יתרו האט געשריבן:אינגעלייט ס'איז דא איין עצה: הערט'ס אויף צו האבן קינדער!
און וואס טוט מען מיט די קינדער וואס זענען שוין געבוירן?
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 866
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1572 מאל

הודעהדורך diff » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 3:12 am

לא ירד בני עמכם - לא קבל דבריו של ראובן. אמר בכור שוטה הוא זה, הוא אומר להמית בניו, וכי בניו הם ולא בני?!
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט