אוי די רשעות!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1787 מאל

אוי די רשעות!

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]אצינד ווען די יאר קומט צו א ענדע, זיצן הונדערטער פארפעלקער אין א פחד פון א פארנעפלטן צוקונפט, דערשראקן אריבערצוגיין נאכאמאל דאס ערגסטע וואס זיי זענען נאר אמאל אריבער: וואס גייען די מענטשן-פרעסער היי יאר טוהן צו מיין שטוב? גיי איך נאכאמאל דארפן מסביר זיין מיינע קינדער פארוואס זיי גייען זיצן אינדערהיים די ערשטע דריי טעג פון סקול? אוי.. ס'רייסט דאס הארץ צו רעדן צו אזא אינגערמאן.

איך האב לעצטנס געהערט פון א אינגערמאן וואס ער איז אריבער, און ווי ער ציטערט וואס ס'ערווארט אים היי יאר. ער האט מיר דערציילט דעטאלן, כ'האב שטילערהייט געווישט מיינע טרערן, ער האט זיך אבער שוין נישט געשעמט, קוקט אויס ער איז שוין געוואוינט צו וויינען דערויף, כ'האב שוין זייער לאנג נישט געזעהן אן ערוואקסענעם אזוי וויינען, כ'האב נישט געוואוסט וואו צו פלאצירן מיינע אויגן, וואו כ'האב נאר געקוקט איז עס מיר געווען אומבאקוועם, דאס הארץ איז מיר אויסגעגאנגן פאר זיין צער, און די אויער האט מיר געגרידזשעט ווען כ'האב געהערט ווי ער איז מקנא א חבר אונזערע וואס האט ליידער נאכנישט זוכה געווען צו זרע של קיימא...

ס'איז אלץ די זעלבע פאר משפחות וואס מאכן זיך מיט צער און עגמת נפש פון די בלוט-זויגערס, געווענליך איז דאס א דירעקטע תוצאה ווייל די מאמע איז א גוט-אויסקוקנדע פרוי, זי קען גיין אנגעטוהן די זעלבע ווי א צווייטע, דאס נאטורליכע חן מיט וואס גאט האט איר באשאנקען איז די איינציגסטע סיבה פאר די פיין און ליידן פון אזא משפחה.

ס'קען זיין אז איר לעבט רואיג, און מיינט אז דאס איז נאר א דמיון, עפעס א שמועה וואס פארט ארום, אבער האט נישט קיין גרויס אמת אין זיך. אפשר א משפחה דא, א משפחה דארט, אבער נישט וויאזוי די גאס לייגט עס אראפ. לאמיך אייך זאגן אז איר לעבט אין עולם הדמיון! ס'איז פאראן הונדערטער אינגעלייט מיט פרויען, וואס ציטערן פון דאס ווארט 'סוף יאר'. אצינד דרייען זיי זיך ארום כחרס הנשבר, זייער שטוב איז חרוב, זייער מוד איז צוקלאפט, פילן זיך נישט אקצעפטירט אין די אייגענע ד' אמות, עפעס זענען זיי מער אפגעריסן ווי א צווייטער, אז צו זיי ווערט דאס געטאן.

אוודאי ווערט עס ע"פ רוב נישט געטוהן צו דעם גרויסן מויל מאכער, אדער צו דעם פאפולערן אינגערמאן, פון זיי שטייט מען ווייט. געווענליך נעמט מען זיך צו די איידעלע שטילע חברה וואס מאכן נישט צופיל נויז, זיי פירן נישט קיין גרויסע קופקעס, זיי וועלן זיך שעמען אויסצופויקן יעדע פרט וואס האט פאסירט צו זיי, אט די ווערן א ציל ברעט, און דאס איז די סיבה פארוואס מ'הערט נישט דערפון אזוי אפט. אבער די געשיכטעס וואס מ'הערט יא זענען האר-אויפשטעלנד, אז איר וועט עס נישט הערן פון דעם בעל מעשה אליין וועט איר ניטאמאל גלייבן אז אין 2017 קען נאך אזוינס פאסירן, און אז דער וואס טוט דאס פאררופט זיך אלץ אן ארטאדאקסישער איד! כ'שרייב מער נישט ווי יא, די מעשיות וואס מ'הערט קען קראנק מאכן א מענטש.

ווי דער אינגערמאן דערציילט מיר, האט ער נאך קיינמאל נישט געזעהן זיין אידענע אזוי צוקלאפט, און ער האט זיך נאך קיינמאל נישט געפילט אזוי אנ-עקסעפטעד, און נאך קיינמאל נישט מיטגעלעבט אזא שווערע תקופה אין זיין לעבן. ער זאגט מיר אז ווען מ'נעמט נישט אן א בחור אין א ישיבה איז עס נישט האלב אזויפיל צער און דערנידערונג פאר'ן מענטש ווי פאר א טאטע וואס מ'ווארפט זיך מיט זיינע קינדער וואס ער פלאגט זיך צו ערציען, דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן דאס קיינמאל נישט פארשטיין.

מ'רעדט פון א ראש המשפחה וואס פלאגט זיך אראפצולייגן ברויט אויפ'ן טיש, א באפארעטע מאמע מיט א פולע שטוב קע"ה, ביידע פארנומען מבוקר עד הערב, מ'פרובירט דאס בעסטע אלעס ארום זאל זיין פרייליך איינגענעם, אלע קינדער זאלן באקומען די אטענשאן וואס זיי דארפן, דער טאטע באהאלט די דאגת הפרנסה, ער וויל דאך ווייזן א פרייליך פנים פאר די קינדער, כאטש ער קען נישט אויפהערן טראכטן דערפון, די מאמע פארווישט די אויגן פון אירע שלאפלאזע נעכט, אלעס פרובירט מען דורכצושטופן, כדי די קינדער זאלן האבן דאס בעסטע.... און בום, עפעס א נואף האט אפגעמאכט אז עפעס איז נישט בסדר מיט די שטוב, מ'גייט זיי מסדר זיין, און אלעס הייבט אן גיין בארג אראפ. פון דעם דיין אין די קהילה ביז דער מנהל המוסד מיט נאך עטליכע וואוילטעטיגע עסקנים, אלעס איז איינגעשפאנט אין א מערכה אקעגן א הילפלאזן אינגערמאן און זיין שטוב.

אין די גאס הערשט א געפילדער, מ'קויפט איין סקול סופלייס, קליידונג, א.א.וו. אבער קינדער פון די משפחה זיצן הערמעטיש פארשפארט אינדערהיים, נישטא קיין סיבה איינצוקויפן אויב ווייסט מען נאך נישט די צוקונפט. די עלטערע קינדער פארבייסן זיך די ליפן, די יונגערע פרעגן קשיות אויף וואס ס'קומט נישט קיין ענטפער, דא-דארט רופט א חבר'טע און פרעגט ביי די קינדער וואס זיי האבן שוין געקויפט, אבער דאס קינד ווייסט נישט וויאזוי פטור צו ווערן פון די שאלה, די מאמע דרייט זיך ארום מיט רויטע אויגן, די טאטע מיידט אויס זיין אינדערהיים, ער מאכט זיכער אנצוברענגען דעם טאג צווישן ארבעט/קאר/שול, ער ווייסט נישט וואס צו זאגן און וואס צו ענטפערן.

ווען שוין יא אינדערהיים, קוקן זיך מאן און ווייב אן מיט אזא ווייטאגליכע אומפארענטפערטע מינע, וואס איז שלעכט מיט אונזער שטוב, וואס זענען מיר ווייניגער פון יעדעם אין די מוסד, מיט וואס איז דער און יענער וואס טוט די ערגסטע זאכן בעסער פון אונז, ווייל ער האט אפאר דאללער און אונז נישט, פארוואס דארפן אונזערע קינדער ליידן.... ווען זיי ווייסן ווען וואס מ'וויל פון זיי וואלטן זיי שוין לאנג אלעס געטוהן דאס אויסצומיידן, אבער גיי ווייס וואס די חברה ווילן, רוב מאל ווייסן זיי אליין נישט. דאס שטוב גייט חרוב, און ס'מאכט חרוב דעם מענטש, אין רוב פעלער שעמט מען זיך ארומצוגיין פארציילן, קיינער וויל נישט זיין לשיחה בפי הבריות אז יעדער זאל נאך שמועסן דערפון אויך.

די גאנצע משוגעת/רשעות, אדער אין אמת'ן ווארט "חאזעריי/פעדאפיליע", האט זיך אנגעהויבן די לעצטע פאר יאר, בעפאר דעם איז געווען גוט פאר די מוסדות דעם איינצעלן פאקט אז ס'איז דא צוויי עלטערן וואס ביידע זענען מסכים אז זייערע קינדער זאלן באקומען א היימישע חינוך, דאס איז געווען א גענוג גוטע סיבה אנצונעמען סיי וועם אין די מוסדות, און ארויסגעבן שיינע פירות. ביז עטליכע רשעים, בלוט זויגערס, און אין אסאך פעלער חזירים וואס גלייכן צו קומען אין בארירונג און מצער זיין פרויען, האבן זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן בענקל, און ליידער קומט פאר דאס וואס ס'קומט פאר.

אונזערע קינדער גייען ניטאמאל גלייבן אז אמאל איז נישט געווען די סארט רשעות, און קיינער האט נישט געהאט קיין רעכט צו טוהן אזא זאך, זיי גייען אונז נישט מוחל זיין אז מיר האבן דאס צוגעלאזט, און ליידער גייען מיר צאלן א טייערע פרייז דערפאר, אונזערע קינדער און אייניקלעך גייען זיך האבן א פרישע שוועריגקייט מיט וואס זיך צו ספראווען יערליך אין זייער לעבן. קיינער זאל נישט זאגן שלום עלי נפשי, ווייל לויט ווי ס'פארט יעצט, און לויט ווי די וועלט גייט, ערווארט יעדן באזונדער א שווער פעקל אינעם עתיד, אויב נישט ביי די קינדער דאן ביי די אייניקלעך, אונז וועל מיר נאך אלע זיך אליין פרעגן פארוואס מיר האבן עס נישט אליין אפגעשטעלט.

אז מ'טראכט אריין איז דאס מעגליך נישט מער ווי א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] באפרידיגונג פאר די פאר חזירים/אכזריים, ס'איז פשוט אז זיי האבן עפעס א מין תאוה פאר דיקטאטורישקייט, דאמינירן אנדערע, ובפרט צו אונטערדרוקן פרויען אדער פארפעלקער, דאס איז א פארדארבענע נאטור זייערע פון וואס מיר דארפן ליידן, די הנאה וואס זיי האבן ווען זיי קענען מצער זיין א מאן און ווייב איז פיל שטערקער ווי דער פאקט אז זייערע נאנטע האלטן זיי פאר אויף די אומרעכט וואס זיי טוען. איך אנטשולדיג זיך אויב מיין שפראך איז נישט שיין, אבער דאס איז גאנץ מעגליך די ריינע סיבה דערפון. (און פון דעם נעמט זיך אויך לכאורה די איינזייטיגע תקנה אז נאר מענער מעגן האבן סמארטפאונס משא"כ ביי פרויען איז עס אסור אפילו מיטן בעסטן פילטער, איר וועט נאר פרעגן סיי וועלכן פסיכאלאג אדער קלוגער מענטש וואס ס'גייט דורך אין די מח פון איימיצן וואס מאכט אזא תקנה, וועט ער אייך זאגן גענוי ווי מיר האבן יעצט געשריבן און נאך מער, די לשונות וועלן נאר זיין אסאך אומאיידעלער.)

אינטרעסאנט, ווען דער אינגערמאן זוכט עפעס רוחניות, א גוט ווארט, אביסל חיזוק אין א שווערע צייט, א דרך אין עבודת ה', השקפה אדער סתם התעוררות קען ער עס נישט באקומען לאקאל ביי זיינע רבנים/מוסדות, ער מוז קריכן פון בידערמאן צו יעקובזון צו מוטה, פון סטיטשין קיין חב"ד אדער קיין ברסלב, משפיעים שונים ומשונים, יעדער מיט זיין מהלך, זיי זענען די דאזיגע וואס זענען אים גרייט צו סערווירן, אים צו העלפן זיין א איד, אים גרייט אויסצוהערן און ארויסהעלפן, זיי זארגן זיך פאר אים, פאר זיינע קינדער, פאר זיין שלום בית, פאר זיין וואוילזיין וכו', זיי בעטן אים נישט באצאלט, ניטאמאל פארלאנגען זיי די מכירת חמץ זאל פארקומען ביי זיי. פלוצים געבט א שפראץ ארויס זיין רב/דיין, דער וואס לעבט אויף קהל׳ס/זיין חשבון, ער ווערט פון איין רגע צום צווייטן ביטער באזארגט פאר זיין וואוילזיין, און הייבט אים אן ארויסצוהעלפן אויף א גאר מאדנעם אופן, פון אים באזידלען ביז ארויסווארפן זיינע קינדער, דער אינגערמאן שטוינט, וואס ביזטו פלוצים געווארן אזוי באזארגט, ווי ביזטו געווען ווען כ'בין דורך א שווערע תקופה, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב זיך געדארפט מיט איימיצן דורכרעדן, ווי ביזטו געווען ווען כ'האב געזוכט א מהלך אין עבודת ה', ווען כ'האב געזוכט השקפה, התעוררות, מוסר, א גוט ווארט וכו'.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 54 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר