דאס הארץ בליטיגט. וויפיהל אידיש געלט איז היינט אריין אין מיסט. וויפיהל מיידלעך זענען היינט ארויס מיט נייע שיך, יוניפארם, בריעפקעס, העדבענד און גיי ווייס וואס נאך. די סיבה איז נישט ווייל נעכטן איז מען געגאנגען אהן שיך אדער 8 וואכן צוריק האט מען נישט געהאט קיין יוניפארם אדער בריעפקעס. נאר ס׳דער ערשטע טאג פון סקול און וואס הייסט? איך וועל מאכן מיין קינד פאר א נעב? יעדער האט ניי! מ׳מוז האבן ניי! ס׳די ערשטע טאג פון סקול! קענסט נישט מאכן דיין קינד אנדערש ווי יעדעם! און מיט די ״סעיאינג״ דרייען זיך אלע קעלבעלך ארום שוין די לעצטע וואך צייט אין די סטארס שאפענדיג ליינס ביז אינדרויסן נאר ווייל מ׳קען נישט מאכן די קינד פאר א ״נעב״. אויף דעם האט וויל ראדשערס שוין געזאגט
Too many people spend money they haven’t earned, to buy things they don’t want, to impress people they don’t like.”
ווער רעדט נאך אז א חלק פון די אויסגעפוצטע מיידלעך גייען באלד ארויסגעשליידערט ווערן פון קלאס מיט בזיונות ווייל די טאטע זייערע נישט האבנדיג א דאלער האט נישט באצאלט שכר לימוד.
Go figure!
די ערשטע טאג פון סקול יאנטעף
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 298 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 255 מאל
דער אשכול פארמאגט 3 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן