פרנסה ביי אידן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

פרנסה ביי אידן

שליחה דורך טעלעפאן »

אין אן אנדערן אשכול האב איך באגעגנט צוויי ניקס וואס רעדן זיך אפ. איינער רעדט זיך אפ אז ער גייט ליידיג, בעת א צווייטער שרייבט אז ער האט לעת עתה נישט קיין געהעריגע ארבעט. וואס ברענגט מיך צו דעם פאלגענדן טעמע.

פאר איך גיי ווייטער, עס איז זיכער אז פרנסה קומט פונעם אויבערשטן. אבער דער רבוש״ע האט באשאפן א וועלט וואס פירט זיך ״דרך ארץ״.. איז מיט די השקפה אז א מענטש דארף טון זיין השתדלות (אחוץ א אמת׳ער בעל בטחון) לאמיר צוגיין צו מיין נקודה

איך האב עטליכע שאלות וואס וואונדערן מיך, און אפשר בין איך נאאיוו, אויב עמיצער קען מיך אויפקלערן...

פארוואס לערנט מען זיך נישט אנליין (אין די פרייע צייט וואס איר האט) א ארבעט וואס קען מאכן אסאך (אדער אפילו אביסל) געלט? ווי למשל Internet seo, מאכן apps, און אפילו ווייטער וויצב״ש עפענען א וועבסייט וואס ס׳איז דא געוואלדיגע איידיעס (איך האב אסאך איך וועל נאר אויסרעכענען איינס) למשל עפענען א גראפיקס קאמפאני פאר עדס אדער וועבסייטס וואס דו קענסט נעמען אינדיאנער וואס בעטן פאר די גאנצע זאך (אן עד) $50 און דו בעסט דערפאר $300. פארשטייט זיך אז דו מוזט שטיין אין טאפ אז ס׳זאל געלונגען

ס׳איז דא נאך אסאך איידיעס ועוד חזון למועד, פארקויפן ביי אידן געוויסע פראדוקטן וואס זענען נאכנישט אנגעקומען צו אונז

און דאס ברענגט די פאלגענדע תוצאה פון אז חסידישע אינגעלייט וואס זענען לכאורה פון די קלוגסטע מענטשן זאלן דארפן האבן ביליגע ארבעט (איך וויל דירעקט נישט אריינגיין אין ביישפילן)

אחוץ א מעשה וואס דא איז עוורידזש וועידזש 25-60,000 און אין פלעטבוש אדער קווינס איז עס 100-150,000. ס׳איז אמת אז זיי האבן מער הוצאות אבער פארוואס זאלן מיר עס נישט מאכן??


אודאי קומט עס אלעס צוריק צום פארמאכטן סיסטעם אבער לאמיר רעדן פונעם קום ועשה..
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר

דער אשכול פארמאגט 71 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר