אונזערע מלמדים (פאעזיע)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

אונזערע מלמדים (פאעזיע)

שליחה דורך שמעקעדיג »

גיין אין חדר
לערנען די הייליגע תורה
זאגט מיר די מאמע
די תורה איז דיין לעבן
דאס איז דיין תכלית החיים
דאס וועט דיר מאכן גליקליך
בזה ובבא

א גוטן טאג מאמע,
זאג איך מיט געוויין
ארויס פנעם קאמפארט זאון,
ארויף אויפן פרעמדן באס
איך קום אן אין דעם נייעם וועלט, 'חדר'
זיצן שוין דארטן ווילדע חיות
מיט אויסגעשארפטע ציינער
גרייט צו פארציקן (מחנך זיין בלע"ז)
יעדעס קינד וואס קומט אריין.
זיי רופן זיך: "מלמדים"

איך גיי אריין אין קלאס
נאך גאר יונג, אומערפארן,
איך ווייס נאך נישט גענוי
ווי אזוי מען ביהעיווט

דער מלמד נעמט דעם שטעקן
און גיט א גוטן קלאפ
עס גייט א רויך
עס דערהערט זיך א יונג געוויין
דאן נאך א קינד און נאכאיינס
על אלה אני בוכיה
טאג נאך טאג נאכאנאנד
עס ווערט א נייער רוטין
דער שטעקן איז א ערזאץ
פאר די מאמעס ליבליכע קוש

מען וואקסט אונטער א יאר נאך א יאר
דער חדר א טעראר אנשטאלט
ווי עלטער, אלס ערגער
מלמדים ווי פשוט'ע רוצחים
איזדיעקעווען זיך איבער מיר
מיט ברוטאלע מיטלען

איינער דרוקט די פינגער
און זאגט אז דאס איז געזאלין
די קינדער טאנצן ביזן דאך
און שרייען פון ווייטאג
אבער דער מלמד, הוא בשלו
ער האט א 5 מינוט מינימום

דער אנדערער מלמד האט
א שטעקן פון א קינדער בעטל
ארומגענומען מיט ציפעדיגע טעיפ
און טיילט פאר יעדער עבירה'לע
לכה"פ 50 קנאקעדיגע שמוץ
די אונגארישע רופן עס שלעק

דער נעקסטער מלמד האט
א אויסגעריבענעם דיקן קאנטשיק
וואס פון יעדן שמוץ דערפון
שרייט מען מיט יללות

דער מלמד זאגט שטרענג
האסט נישט געקענט ביים פארהער
ס'קומט זיך דיר 75 שטיק
גלייב מיר עס טוט מיר מער וויי

שטרעק אויס דיין האנט
יעצט די אנדערע
אבער מיין האנט איז שוין געשוואלן רויט
ניטעמאל שפיר איך דעם הילכיגן קנאק!
די האנט איז קאכעדיג הייס
רויט ווי א פייער

אבער דער מלמד גיט נישט אויף
ער טייטשט 'שמאל דוחה וימין מקרבת'
אויסשטרעקן איין האנט נאכן צווייטן
ימין ושמאל תפרוצי

דער אנדערער מלמד זאגט
לייג זיך איבער
זיי מקבל באהבה
די מלקות ארבעים
אנדערע פירן זיך גאר
צוצובינדן מיט א שטריק
אזוי ווי יצחק עולה תמימה
מ'קען כארכלען ווי א אקס
שטויסן מיט די פוס
אבער אן ערפאלג

דער נעקסטער מלמד
הייסט איבערדרייען די האנט
פון אויבן אויף אראפ
כדי צו האקן אויף די האקעלע ביינער

יוסיף דעת יוסיף מכאוב
ווי עלטער, אלס ערגערע שטראף מיטלען
נאר דער טייוול אליינס
קען דאס אויסטראכטן
האקן אויף די שפיץ פינגער
אזש מען שפירט נישט די נעגל

אזוי לעבט מען אין טעראר
יעדע שעה א מינימום פון 3 קרבנות
קיינער ווייסט נישט ווער איז נעקסט
און ווי קליין די עבירה דארף זיין
אמאל איז עס בלויז פאר וועלן גיין אין טוילעט
און אמאל אויב מען האט זיך צופעליג פארקלאצט
ווייל דער מלמד אליין פארקלאצט זיך קיינמאל נישט
כאטש ביים שיעור שבת דרימלט ער שטענדיג
היפאקריט וואס דו ביסט
איז דער יונג קינד עפעס מער מלאך ווי דיר?

פלוצים די טיר עפנט זיך אויף
א מלמד פון די אנדערע כיתה
שפאצירט אריין מיט א תלמיד
ער רופט אויס הויך
דער אינגל האט רח"ל געזאגט ליגנט
און אלס עונש האב איך גע'פסק'נט
ער וועט ארומגיין אין יעדן חדר
זיך איבערלייגן בפני כל קהל עם ועדה
און זיך לאזן שמייסן
די בושות זאלן ברענען א גאנץ לעבן

חרוב ונחרב זאל ער ווערן
אבער וויסן זאל ער
אז שקר איז אסור מדאורייתא
למען ישמעו וייראו ולא יזידון עוד
כולי האי ואולי
וועט ער בלייבן א ערליכער איד

דער אינגל האט קיין 2 ברירות נישט
ער לייגט זיך אונטער בהכנעה
און וויינט און שרייט כקול קורא במדבר
אז ס'נעמט איבער יעדנ'ס הארץ

פאר 'זיין טובה' מוז ער כאפן
מכות נמרצות אן א גבול
אז ער זאל נישט קענען זיך אראפזעצן
פאר די נעקסטע 2 חדשים


ווער רעדט נאך פון קעמפ
ווי מען טוט זיך אויף
אז מען מענעדזשט אזויפיל
טויזענטער קינדערלעך כ"י
אבער פאר יעדע קלייניגקייט
רופט מען ארויף אויבן אן
אויפן בימת הכבוד
און מען טוט אן אזא מאדנע טעלער
אז יעדער זאל אים אויסלאכן

משה'לע האט באנעצט ביינאכט אין בעט
אזא עוולה האט מען שוין לאנג נישט געהערט
מען שטעלט אים אויף אין דער הייך
מיט א מאדנעם טעלער אויפן קאפ
און מען רופט אויס הויך
ככה יעשה לאיש
וואס מאכט נאך נאס אין בעט!

משה'לע האפט נעבעך אז די ערד
אונטער אים עפנט זיך אויף
ער וויל ווערן איינגעשלינגען
די בושות איז נישט אויסצוהאלטן
די פנים ווערט אים אלע קאלירן
ער ווייסט נישט צי ער זאל קוקן
אויף די ערד צי אויפן דאך

יאנקעלע גייט אריין אין קאך
ער האט נישט באקומען היינט
קיין אייער שפייז פונעם סארווער
וואס דארפסטו? פרעגט אים דער מנהל
אביסעלע אייער, ענטפערט ער, כ'בין הונגעריג!
בום! א פאטש! די ליידיגע טעלער פליט
ארויס פון זיין האנט אראפ אויפן פלאר
די פנים איז רויט
די רעכטע זייט פונעם פאטש
די לינקע פון די בושה
עס איז שטרענג פארבאטן
פאר קינדער אריין אין קאך!
ארויס פון קאך גייט ער
כאבל וחפוי ראש
הונגעריג גייט ער אין חדר
און גרייט זיך מקבל צו זיין
נאך עונשים שפעטער
על כל עבירה שלא תבא


כהנה וכהנה הוסיפו בני עוולה
פרובירט אריינצופלאנצן
מיט דער געוואלד, מיט בייזן
אהבת התורה ואהבת הבורא
כופין אותו עד שיאמר רוצה אני
כאילו עס ארבעט אויף דעם אופן

די קינדער האבן יעדן טאג
פרובירט שפילן ווי מ'איז קראנק
געוויינט מיט זודיגע טרערן
יעדע וואך בעפאר דעם פארהער,
אבער די טאטעס האבן זיך
קאטעגאריש אנטקעגנגעשטעלט
און אפגעשיקט די קינדער אין חדר
מיט דער געוואלד

כ'האב געכאפט ביי ואני
און נאכאמאל ביי משפטים
און אויך אלע וואכן אינדערצווישן
גענוי ווי אונזערע זיידעס אין געטא
געציטערט פאר די קומענדיגע אטאקע


על משכבי בלילות, עס וואונדערט מיר ביינאכט
איז דאס די זיסע תורה
פון וואס מיין מאמע האט גערעדט?
די יסורי איוב
וואס מיר לעבן מיט טעגליך
הזאת נעמי?

דער מלמד טוט אונז פארענטפערן
קינדער, איר פארשטייט נאך נישט
איר זענט נאך צו יונג
עס וועט נאך קומען א צייט
ווען עטץ וועטס דאנקבאר זיין
פאר יעדן פאטש
חושך שבטו שונא בנו
'איר וועט גאר האבן פאראיבל
הלמאי מען האט נישט געכאפט נאך...'

איר וועט עלטער ווערן
איר וועט זעהן די טובה
פון יעדן פעטשל
פון יעדן עונש
אוי וועט איר דעמאלס דאנקען
אודך מלמד אשר אנפת בי

פעסט פארווערד
עס איז שוין היינט
קנאפע 30 יאר שפעטער
איך קען קוים ווארטן
צו טרעפן מיינע מלמדים
און זיי "באדאנקען"
מי יתן לי מלמד ואנשכנו כחמור
איך וואלט זיי צעריסן לעבעדיגערהייט
זיי האבן חרוב געמאכט מיין לעבן
פאר'מיאוס'ט דאס אידישקייט
א שאנדע פאר א חסיד'ישן מלמד
אלע מדות רעות זיך ביי זיי געלערנט
כעס, נקמה, אכזריות, רשעות

* *

קומט ארויף דאס קינד
צום בי"ד של מעלה
און מען זעהט
ער האט נעבעך א מיאוס פעקל
קומט דער מלאך של רחמים
און טענה'ט, גיב א קוק
וואספארא שוידערליכע חינוך
דער האט נעבעך באקומען

בית דין טראכט נישט קיין צוויי
נאר פסק'ענט תיכף אפ
נאך אזא איבערלעבעניש
יסורים שונים ומשונים
גלייך אריין אין גן עדן
אבער בעפאר דעם
קענסטו גיין א בליק טאן
ווי דיין מלמד וואלגערט זיך
אינעם הייסן גיהנם ער בראט
מ'גיט אים אביסעלע צו שפירן
וואס ער האט געטון פאר זיינע תלמידים

דער תלמיד שעפט נחת
און דערקוויקט זיך פון נצחון
דער מלמד דערזעהט אים
צאפעלדיגערהייט שטאמלט ארויס
משה'לע, וואס טוסטו דא?
מאין באת ולאן אתה הולך?

משה'לע ענטפערט
איך גיי אצינד אריין אין גן עדן
הגיע הזמן, יעצט איז געקומען די צייט
עס ווערט מקויים דיין הבטחה
אז איך וועל זיך נאך אמאל באדאנקען
אויף די אלע יסורים און עגמת נפש

דער מלמד קוקט צו מיט קנאה
און טענה'ט ס'איז נישט יושר
שלא יהא הוא בגיהנם
ותלמידיו בגן עדן
ביטע פרעג דעם מלאך
צי מען קען עפעס טון
אביסעלע פראטעקציע
וועט נישט שאטן

משה'לע פרעגט דעם מלאך
מיין ווייך הארץ קען נישט
צוקוקן די שרעקליכע עונשים
נעם אים ארויס, אפשר דאך

דער מלאך קוקט צום מלמד
און ענטפערט שטרענג
דו רוצח, שלעכטער מענטש
דו שעמסט זיך נישט צו בעטן
אבער איין ברירה איז דא
עפר אתה תחת כפות רגליו
דו קענסט משמש זיין משה'לע
און צוקוקן ווי ער איז זיך
מתענג על ה' מיט די שכינה הק'
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר